- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
הײַיאָר, דעם פֿינפֿטן יוני, האָב איך צום ערשטן מאָל באַזוכט דעם "ישׂראל־פּאַראַד" אין ניו־יאָרק. דאָרטן זאַמלען זיך צונויף כּלערליי ייִדישע גרופּעס: סינאַגאָגעס, ייִדישע הילפֿס־אָרגאַניזאַציעס, און אַנדערע מינים ייִדישע אינסטיטוציעס, ווי למשל, "דער נאַציאָנאַלער ייִדיש־טעאַטער — די פֿאָלקסבינע", צו פּאַראַדירן לכּבֿוד מדינת־ישׂראל. ווײַזט אויס, אַז ס’רובֿ פֿון דעם צונויפֿגעזאַמלטן עולם זענען געווען אָדער מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, אָדער געוועזענע ישׂראלים, די אַזוי גערופֿענע "יורדים", ווײַל מע האָט דאָרטן געהערט עבֿרית אויף יעדן שריט און טריט. אַ פֿאַרשפּרייטע סצענע איז געווען צו הערן ווי טאַטע־מאַמעס רעדן העברעיִש מיט זייערע קינדער, און די קינדער ענטפֿערן זיי אויף ענגליש. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון אַזאַ סצענע איז ניטאָ וואָס צו חידושן זיך, זי איז זייער אַ טיפּישע דערשײַנונג צווישן די אימיגראַנטן, און ישׂראלים אין אַמעריקע זענען ניט קיין אויסנאַם.
אָנהייב מײַ האָט דער ערשטער קאַנאַל פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע געוויזן אַ נײַעם דאָקומענטאַלן פֿילם, וואָס הייסט "דער חב״ד-רבי און דער דײַטשישער אָפֿיציר". דער פֿילם דערציילט ווי אַזוי הרבֿ יוסף-יצחק שניאורסאָן, דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, האָט זיך אַרויסגעריסן פֿון פּוילן אין יאָר 1939, ווען דאָס לאַנד איז שוין געווען פֿאַרכאַפּט דורך די דײַטשן. דער סיפּור-המעשׂה גופֿא איז ניט קיין נײַער. ער איז שוין באַקאַנט פֿון אַ צאָל פּובליקאַציעס. אָבער פֿאַר אַ סך ישׂראלים איז עס בלי-ספֿק געווען אַן אַנטפּלעקנדיקע געשיכטע.
טעלעקאָמוניקאַציע בײַט דעם שטייגער-לעבן פֿון אַלע מענטשן, אַרײַנגערעכנט אויך אַזעלכע רעליגיעזע גרופּעס, וואָס האַלטן זיך אָפּגעזונדערט פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן הויפּטשטראָם. ס’איז גוט באַוווּסט, למשל, ווי די אַמישעס היטן זייער איזאָלירטקייט. זינט 1910 דערלאָזן זיי ניט קיין טעלעפֿאָן-ליניעס אין זייערע הײַזער — טאַקע כּדי אויסמײַדן דירעקטע פֿאַרבינדונגען מיט דער וועלט. טעלעפֿאָנען (בײַ שכנים צי אין אַ בודע) האָבן זיי אָבער יאָ גענוצט, ווען דאָס איז געווען נייטיק. הײַנט, אין דער תּקופֿה פֿון מאָבילע טעלעפֿאָנען, האָט די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע זיך אַרײַנגעריסן אין זייער לעבן.
די פֿילאָסאָפֿיע פֿון "תּורה ומדע" (תּורה און וועלטלעכע וויסנשאַפֿט) שאַפֿט דעם יסוד פֿון דער מאָדערנער ייִדישער אָרטאָדאָקסיע. לויט דער דאָזיקער שיטה איז אויפֿגעבויט דער ניו-יאָרקער ישיבֿה-אוניווערסיטעט, וווּ מע קאָמבינירט די צוויי וועלטן — די פֿרומע און די וועלטלעכע. אין דעם דאָזיקן מיטלפּונקט האָט זיך לעצטנס באַוויזן אַ ייִדיש-קלוב, וואָס ווערט אָנגעפֿירט דורך צוויי ענטוזיאַסטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור: שאָול סײַדלער-פֿעלער און איתּי בנימין זוטראַ.
אין ניופּאָרט, ראָוד אײַלענד, געפֿינט זיך די עלטסטע שיל אין אַמעריקע, די "טוראָ־סינאַגאָגע". זי איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1763. אמת, עס זײַנען דאָ אין אַמעריקע עלטערע שילן ווי די "טוראָ־סינאַגאָגע", אָבער קיין איינע פֿון זיי האָט ניט אָנגעהאַלטן די זעלביקע געבײַדע די אַלע יאָרן פֿון זייער עקזיסטענץ. די "טוראָ־סינאַגאָגע" איז זייער אַ שיינע. אינעווייניק — געשניצטע, ווייכע זיץ־פּלעצער, בענק, בימה און אָרון־קודש. אין דער שיל איז דאָ אַ באַלקאָן פֿאַר פֿרויען. גרויסע, קרישטאָלענע קאַנדעלאַבערס הענגען אַראָפּ פֿון דער סטעליע, ווי מיט כּמעט 250 יאָר צוריק. די פֿענצטער זײַנען האַלב־קײַלעכדיקע מיט אַ סך קליינע שויבן, ווי אין געבעט־הײַזער אין די קאָלאָניאַלע צײַטן.
אַ מאַמע האָט געהאַט צוויי טעכטער — אַ קלוגע און אַ נאַרישע. די קלוגע האָט זי גערופֿן האַשינקע, און די נאַרישע — באַשינקע. נו, אַ מאַמע, זײַנען בײַ איר די קינדער גלײַך. די קלוגע טאָכטער, האַשינקע, האָט אָבער ניט געקאָנט פֿאַרטראָגן, אַז די מאַמע מאַכט ניט צווישן זיי קיין אונטערשייד. באַשינקע איז דאָך אַ נאַרישע, קומט איר ווייניקער ליבע. איין מאָל, ווען די מאַמע איז ניט געווען אין דער היים, האָט האַשינקע אַרויסגעטריבן באַשינקע פֿון שטוב. איז באַשינקע אַוועקעגאַנגען. |