בעת אַ הפֿסקה אויפֿן "ייִדיש־ברייק" אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט

דאָנערשטיק בײַ נאַכט, דעם 26סטן אַפּריל, האָב איך אַ קוק געטאָן אויף מײַן בליצפּאָסט, צו זען צי עפּעס איז אָנגעקומען פֿון מײַן חבֿר מנחם־יאַנקל איידלמאַן. אין דער פֿרי האָב איך געוואָלט פֿאָרן אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט אויף דער יוגנט־קאָנפֿערענץ "ייִדיש־ברייק" [הפֿסקה], אָבער איך האָב ניט געוווּסט, ווי צו פֿאָרן. מנחם־יאַנקל האָט אָרגאַניזירט די "קאָנפֿערענץ", האָט ער געדאַרפֿט אונדז אויך אָנשרײַבן, ווי אַזוי מע פֿאָרט אַהין. און דאַנקען גאָט, איך האָב געפֿונען אַ בריוו פֿון אים מיט די אַלע פּרטים, ווי אַזוי מע פֿאָרט פֿונעם ניו־יאָרקער "טשײַנאַ טאַון" מיטן כינעזישן אויטאָבוס "פֿונג וואַ" קיין באָסטאָן, און פֿון דאָרט צום בראַנדײַס־קאַפּמוס.


אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

בײַם אינדיק אַראָפּּ פֿונעם האַרצן אַ שטיין:
זײַן כּלה, די פּֿאַווע, געווען איז צו שיין.

פֿון באָריס סאַנדלער


‫מײַן ייִדיש־קלאַס אינעם טאָראָנטאָ־אוניווערסיטעט

פֿאַר וואָס לערנט מען איצט ייִדיש? לערער און אַקטיוויסטן פֿון ייִדיש זײַנען מסכּים, אַז עס איז ניטאָ קיין אַנדער פֿראַגע, וועלכע מע זאָל זיי שטעלן אַזוי אָפֿט ווי אָט די "אָנגעווייטיקטע" שאלה. די דאָזיקע פֿראַגע רעגט אויף. פֿאַר וואָס זאָל מען ניט לערנען ייִדיש? פֿאַר וואָס פֿרעגט מען בײַ קיינעם ניט, פֿאַר וואָס זיי לערנען זיך העברעיִש אָדער פֿראַנצויזיש? צוליב וואָס דאַרף מען, בכלל, אומבאַדינגט האָבן אַ סיבה?

אין משך פֿון אַ סך יאָרן פֿלעג איך אויך אַזוי ענטפֿערן.


שׂרה יודקאָף

מיט אַ צײַט צוריק בין איך געזעסן אין אַ קאַפֿע. מײַן חבֿר און איך האָבן געגעסן וואַרמעס. מיר ביידע זײַנען גראַדויִר-סטודענטן אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. ער שרײַבט אַ דאָקטאָראַט וועגן דער אוראַלטער געשיכטע. איך לערן זיך אויף אַ מאַגיסטער אין העברעיִשע און ייִדישע לימודים. האָב איך אים דערציילט וועגן מײַן אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ מאַנצביל, וואָס איז געזעסן בשכנות, האָט זיך צוגעהערט צו מײַנע ווערטער. נאָך אַ פּאָר מינוט האָט ער איבערגעריסן אונדזער שמועס. מיט אַ שמייכל, האָט ער אָנגעהויבן רעדן צו מיר אויף ייִדיש! ס'איז געווען ווידער אַ מאָל אַ סימן, אַז ייִדיש לעבט אין ענגלאַנד.


חנה לאַנגמאַן

מע רעדט וועגן דער חסידישער וועלט. מיר איז אויסגעקומען צו הערן ווי מע חזרט איבער כּלערליי סטערעאָטיפּן, בפֿרט בנוגע די פֿרויען און זייער ראָלע אין דער חסידישער געזעלשאַפֿט. מע מיינט אַן איידל, שיין מיידל, וואָס שווײַגט בדרך-כּלל און איז אַן אויסגעצייכנטער עזר-כּנגדו1 פֿאַר איר מאַן. דאָס קלינגט מיר קאָמיש, ווײַל איך בין אַליין אַ חסידיש מיידל, פֿונעם ליובאַוויטשער רבין. (איצט בין איך אַ גראַדויִר-סטודענטקע אין ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט.) מײַנע חבֿרטעס זײַנען אויך ליובאַוויטשער. דערצו וווין איך אין קראַון הײַטס, וואָס איז די צענטראַלע ליובאַוויטשער געגנט אין ברוקלין.