- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַ אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערן איבערגעציילט די לוויים, פֿון דרײַסיק ביז פֿופֿציק יאָר; עס ווערט דערקלערט, וואָס יעדער טייל פֿונעם שבֿט-לוי — בני-גרשוני, בני-מררי און בני-קהת — זאָל טאָן, כּדי צו העלפֿן די כּהנים אויסצופֿירן זייער עבֿודה אינעם משכּן. יעדע משפּחה האָט געטראָגן געוויסע טיילן פֿונעם משכּן, בעת די ייִדישע וואַנדערונגען אינעם מידבר, דערפֿאַר האָט מען געציילט בלויז די שטאַרקע, דערוואַקסענע מענער; דער פּסוק זאָגט אָן, אַז ווען דער משכּן איז געשטאַנען אויפֿן אָרט, און די כּהנים האָבן דאָרט געבראַכט קרבנות, האָבן די לוויים געטאָן אַן אַנדער עבֿודה — "עבֿודת-העבֿודה"; אין דער הײַנטיקער פּרשה, "במדבר", ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערצוציילן באַזונדערס יעדן ייִדישן שבֿט — אַלע מענער, עלטער ווי 20 יאָר, וועלכע זענען "גרייט צו באַטייליקן זיך אין אַ מלחמה"; צוליב דער פּרטימדיקער "דעמאָגראַפֿישער סטאַטיסטיק", וואָס ווערט אָנגעגעבן אין דער פּרשה, ווערט דער גאַנצער חומש "במדבר" אָנגערופֿן אין די נישט־ייִדישע איבערזעצונגען "דאָס בוך פֿון צאָלן". אין אָנהייב פֿון דער פּרשה "בהר" ווערט דערקלערט די מיצווה פֿון שמיטה: יעדע זיבן יאָר מוזן די ייִדן אין ארץ-ישׂראל אויפֿהערן צו באַאַרבעטן די ערד. די קומענדיקע שמיטה הייבט זיך אָן שפּעטער מיט פֿינף חדשים, אינעם יאָר ה׳ תּשס״ח. דאָס גערעטעניש, וואָס וואַקסט פֿון זיך אַליין אויף די אומבאַאַרבעטע פֿעלדער במשך פֿונעם שמיטה-יאָר, טאָר נישט פֿאַרקויפֿט ווערן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן; אַלע אומבאַצוימטע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלעמען. אַחוץ דעם, ווערן בעת דער שמיטה בטל אַלע חובֿות — הגם, כּדי די קרעדיטאָרן זאָלן נישט מורא האָבן צו אַנטלײַען געלט, האָבן די חז״ל אויסגעאַרבעט אַ ספּעציעלן קאָנטראַקט, "פּרוזבול", וואָס דערמעגלעכט זיי צו פֿאָדערן דעם חובֿ נאָכן שמיטה-יאָר.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערקלערט, ווי אַזוי ייִדן זאָלן פּראַווען די יום־טובֿים פֿון אַ גאַנץ יאָר: פּסח, שבֿועות, ראָש־השנה, יום־כּיפּור, סוכּות און שמיני־עצרת, מיט זייער עבֿודת־הקרבנות; עס ווערט אויך אָנגעזאָגט, אַז מע זאָל אָפּציילן נײַן און פֿערציק "ספֿירה"־טעג פֿון פּסח ביז שבֿועות. נאָך דעם ערשטן טאָג פֿון פּסח האָבן די ייִדן געבראַכט אינעם בית־המיקדש אַן "עומר", אַ געוויסע מאָס גערשטן, און דערנאָך געציילט "די טעג פֿון עומר" ביז שבֿועות. הגם מיר האָבן הײַנט נישט קיין בית־המיקדש, ווערט דאָס ציילן די דאָזיקע טעג גופֿא נאָך אַלץ פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה. אונדזער הײַנטיקע פּרשה דערמאָנט אונדז ווידער אינעם טראַגישן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וואָס וועגן דעם ווערט דערציילט אין דער פּרשה "שמיני", וועלכע מיר האָבן לייענט מיט צוויי וואָכן צוריק. דער נאָמען "אַחרי", אָדער "אַחרי מות", מיינט "נאָכן טויט". די ערשטע פּסוקים פֿון דער פּרשה זאָגן אָן, ווי אַזוי די כּהנים זאָלן זײַן זייער אָפּגעהיט אין זייער עבֿודה אין בית־המיקדש, כּדי אויסצומײַדן די שטראָף פֿון נדבֿ און אַבֿיהוא. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע סדרות פֿונעם חומש "ויקרא", וואָס פֿאַרנעמען זיך, דער עיקר, מיט קרבנות און חיות, רעדן די הײַנטיקע צוויי פּרשיות, "תּזריע" און "מצורע", דווקא וועגן דעם מענטשלעכן לעבן און זײַנע באַציִונגען. די מפֿרשים באַטאָנען, אַז די מיצוות ווערן באַשריבן אין דער תּורה אויפֿן זעלבן סדר, ווי די וועלט־באַשאַפֿונג: קודם־כּל, דערציילט די תּורה וועגן חיות, עופֿות און מאכלים, און ערשט דערנאָך גייט זי אַריבער צו דער וויכטיקסטער באַשעפֿעניש — דעם מענטש. די פּרשה "תּזריע" הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון אַ קינד; בײַ איר אָנהייב שטייט די פֿראַזע: "אשה כּי תּזריע וילדה זכר" — "אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון". |