- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
משה רבינו האָט זיך געווענדט צו די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים, און האָט זיי איבערגעגעבן די הלכות פֿון נדרים. "זה הדבֿר" — "דאָס איז די זאַך", וואָס דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט: ווען מע טוט אַ נדר, מוז מען עס מקיים זײַן. אין אַ צאָל אַנדערע ערטער אינעם תּנ״ך, האָבן די נבֿיאים, אַרײַנגערעכנט משה, אויסגענוצט דעם אַרײַנפֿיר-אויסדרוק "כה אָמר השם" — "אַזוי האָט געזאָגט דער אייבערשטער". דער מדרש איז מסביר, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע נבֿיאים, בײַם סוף פֿערציק יאָר, וואָס די ייִדן האָבן אָפּגעוואַנדערט אינעם מידבר, האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו באַשטעטיקן דעם נײַעם מנהיג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק — יהושע בן נון. די חז"ל פֿאַרגלײַכן משהס פּנים, זײַן פּערזענלעכקייט, צו דער זון, און יהושעס פּנים צו דער לבֿנה. אַזוי ווי די לבֿנה, וואָס האָט נישט קיין אייגן ליכט, נאָר שפּיגלט בלויז אָפּ די זון־שטראַלן, איז יהושע געווען דער געטרײַסטער און נאָענטסטער תּלמיד פֿון משה רבינו; זײַן עיקר־עבֿודה איז נישט באַשטאַנען אין מחדש צו זײַן די אייגענע חידושים אין דער תּורה, נאָר אין איבערגעבן פּינקטלעך דאָס, וואָס ער האָט געלערנט פֿון זײַן גרויסן רבין. בלק, דער קיניג פֿון מואבֿ, האָט געבעטן דעם בייזן מכשף בלעם צו שעלטן די ייִדן. בײַם אָנהייב, האָט בלעם זיך אָפּגעזאָגט, ווײַל דער אייבערשטער האָט אים געהייסן דאָס נישט צו טאָן. שפּעטער, ווען בלק האָט געשיקט אַ גאַנצע דעלעגאַציע חשובֿע לײַט, וועלכע האָבן איבערגעצײַגט דעם מכשף דורכצופֿירן אַ קללה-ריטואַל קעגן דעם ייִדישן פֿאָלק, האָט בלעם זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ נײַער, גאָר אומגעוויינטלעכער שטערונג: זײַן אייזלטע האָט אָנגעהויבן רעדן. די ווערט און הייליקייט פֿונעם מענטשלעכן לעבן איז דער וויכטיקסטער פּרינציפּ אין דער תּורה. אַפֿילו דער ערשטער פֿון די צען געבאָטן, די מיצווה צו גלייבן אינעם אייבערשטן, קאָן אויסגעפֿירט ווערן בלויז דורך לעבעדיקע מענטשן; דאָס לעבן גופֿא, וועזן פֿונעם געוויינטלעכן בשׂר-ודם, איז דער עיקר-יסוד, אויף וועלכן עס האַלטן זיך די גאַנצע תּורה. מיר האָבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך מסביר געווען, אַז די מרגלים, די צוועלף אויסשפּירער, האָבן געהאַלטן, אַז אינעם מידבר קאָנען די ייִדן דינען דעם אייבערשטן אויף אַ העכערער מדרגה, און האָבן דערפֿאַר גערעדט לשון-הרע אויף ארץ-ישׂראל. די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז קורח, די סתּירותדיקע פֿיגור פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, איז געקומען צו אַ פֿאַרקערטן אויספֿיר: אויב דער אייבערשטער האָט געוואָלט, די ייִדן זאָלן זיך באַזעצן אינעם לאַנד, און באַשטראָפֿט די ייִדן פֿאַר די טענות פֿון די מרגלים, זעט מען, אַז אין דער רוחניותדיקער עבֿודה אינעם מידבר איז נישטאָ קיין מעלה איבערן פּשוטן גשמיותדיקן לעבן. צען פֿון די צוועלף מרגלים, וואָס משה-רבינו האָט געשיקט אויסצושפּירן ארץ-כּנען, האָבן זיך אומגעקערט מיט אַ שלעכטער בשׂורה, אַז דאָס לאַנד, וווּהין משה האָט געפֿירט זײַן פֿאָלק, איז צו סכּנותדיק. די ייִדן, האָבן געמאָלדן די מרגלים, קענען נישט באַזיגן די אָרטיקע אײַנוווינער; די ייִדן האָבן זיך אַנטוישט אין ארץ-ישׂראל, און זענען באַשטראָפֿט געוואָרן צו וואַנדערן פֿערציק יאָר אין מידבר. בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה זענען באַשריבן געוואָרן די קרבנות, וועלכע די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים האָט געבראַכט, צו הייליקן דעם מזבח. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער סדרה, האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט אַהרן הכּהן אָנצינדן די מנורה אינעם משכּן. רש״י איז מסביר, אַז אַהרן איז געווען אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס ער, דער נשׂיא פֿון די לוויים, האָט זיך נישט באַטייליקט אין חנוכּת-המזבח; דערפֿאַר האָט דער אייבערשטער אים באַפֿרידיקט, און אָנגעזאָגט אויספֿירן אַ מער וויכטיקע עבֿודה — אָנצוצינדן די ליכט פֿון דער מנורה. נאָכן חשבון פֿון די אַנדערע ייִדישע שבֿטים, האָט דער אייבערשטער געהייסן איבערציילן די לוויים. די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזוי ווי אין דער פֿריִערדיקע פּרשה, אין וועלכער דער באַשעפֿער האָט אָנגעזאָגט "שׂאו את ראש כּל עדת בני-ישׂראל", טראָגט אָן די פֿראַזע "נשׂא את ראש" אַ טאָפּלטן באַדײַט: "צייל איבער" אָדער "הייב אויף די קעפּ"; דער חשבון האָט אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ פֿון די לוויים, צוגעגעבן יעדן פֿון זיי אַ פּערזענלעכע חשיבֿות. דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו אין מידבר-סיני איבערצוציילן די ייִדן. דער חומש "במדבר", וועלכן מיר הייבן אָן לייענען די וואָך, איז פֿול מיט חשבונות, און ווערט אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות". אין דער ענגלישער און אַנדערע ניט-ייִדישע איבערזעצונגען הייסט ער אויך "צאָלן" ("Numbers"). אויב די הײַנטיקע פּרשה האָט צו טאָן מיט חשבונות, פֿאַרוואָס הייבט זי זיך אָן מיטן וואָרט "מידבר"? אין די אַנדערע ערטער אינעם חומש ווערט געוויינטלעך נישט דערקלערט בפֿירוש, "אויב איר וועט פֿאָלגן מײַנע געזעצן", זאָגט דער ערשטער פּסוק אין דער הײַנטיקער פּרשה, "וועל איך אײַך געבן רעגן באַצײַטנס". די תּורה זאָגט צו פֿאַרשיידענע מינים שׂכר פֿאַר מקיים זײַן די מיצוות, ווי אויך פֿאַרשיידענע מינים שטראָף פֿאַר עבֿירות. די פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער "אם בחקתי (בחוקותי) תּלכו" — בוכשטעבלעך, "אויב איר וועט לויט מײַנע געזעצן גיין". אין אַ ריי ערטער אינעם תּנ״ך שטייט, אַז די מלאָכים "שטייען" פֿאַרן אייבערשטן. הײַיאָר איז אַ שמיטה-יאָר. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון שמיטה: די ייִדן אין ארץ-ישׂראל מוזן יעדע זיבן יאָר אויפֿהערן צו באַאַרבעטן די ערד, און די גערעטעניש טאָר נישט פֿאַרקויפֿט ווערן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן. אַלע אָפֿענע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלעמען. אינעם ערשטן פּסוק פֿון דער פּרשה ווערט באַטאָנט, אַז די מיצווה פֿון שמיטה איז געגעבן געוואָרן "בהר סיני". די תּורה זאָגט בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה, אַז אַ כּהן טאָר זיך נישט מטמא זײַן דורך אַ טויטן, אַחוץ געוויסע אויסנעמלעכע פֿאַלן. אין דער פּרשה ווערן אויך אָנגעגעבן אַ צאָל אַנדערע מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט די כּהנים: מיט וועמען זיי זאָלן חתונה האָבן, און אין וועלכע פֿאַלן זיי טאָרן נישט ברענגען קיין קרבנות אינעם בית-המיקדש. |