- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דער הײַנטיקער פּרשה זענען געגעבן געוואָרן אַ סך יסודותדיקע מיצוות, אַרײַנגערעכנט השבֿת-אבֿידה — אומצוקערן דעם באַלעבאָס פֿאַרלוירענע זאַכן; צו באַצוימען און פֿאַרזיכערן סכּנותדיקע אָביעקטן און ערטער, כּדי אויסצומײַדן מעגלעכע אומגליק-פֿאַלן; צו מקדש זײַן דאָס ווײַב; צו גטן זיך מיט אַ גט; צו מאַכן דאָס ווײַב גליקלעך, בפֿרט במשך פֿונעם ערשטן יאָר נאָך דער חתונה; אין דער הײַנטיקער פּרשה איז געגעבן געוואָרן די מיצווה אײַנצושטעלן "שופֿטים" — דיינים אין יעדער שטאָט, כּדי זיי זאָלן פּסקענען הלכה, און "שוטרים" — אַ מין "פּאָליציי", צו צווינגען די ייִדן צו פֿאָלגן דעם פּסק. ווען דער בית-המיקדש איז חרובֿ געוואָרן, און די ייִדן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, האָבן די דיינים פֿאַרלוירן די עכטע "סמיכה" — די מעגלעכקייט אויסצופֿירן די דאָזיקע מיצווה; די הײַנטצײַטיקע רבנות-סמיכה איז בלויז אַ דערלויבעניש צו פּסקענען שאלות. אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט משה-רבינו ווײַטער דערציילט וועגן דעם שׂכר פֿאַר די מיצוות, און וועגן דעם עונש פֿאַר די עבֿירות: "ראה אנוכי נותן לפֿניכם היום ברכה וקללה" — אויב איר וועט מקיים זײַן די מיצוות, וועט איר געבענטשט ווערן, און אויב איר וועט דינען עבֿודה-זרה — וועט איר ווערן פֿאַרשאָלטן. דער פּסוק דערמאָנט דווקא עבֿודה-זרה, ווײַל די אייניקייט פֿונעם אייבערשטן איז דער עיקר-יסוד פֿון אַלע אַנדערע מיצוות. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט אַ ריי גאָר וויכטיקע יסודות פֿון ייִדישקייט, אַרײַנגערעכנט אַהבֿת-השם — די מיצווה ליב צו האָבן דעם אייבערשטן, און אַחדות-השם — צו גלייבן און פֿאַרשטיין, אַז דער אייבערשטער איז דער איינציקער ג-ט. אַחוץ דעם, ווערן אין דער פּרשה אויך איבערגעחזרט די צען געבאָטן און אָנגעזאָגט עטלעכע מיצוות, וואָס זענען באַזונדערס מסוגל צו פֿאַרשטאַרקן די יסודות פֿון אמונה: קריאת-שמע, תּפֿילין, אינעם לעצטן טייל פֿון דער תּורה, "דבֿרים", ווערן איבערגעחזרט אַ סך מיצוות, וואָס זענען שוין דערמאָנט געוואָרן אין די פֿריִערדיקע טיילן פֿונעם חומש, ווי אויך אַ סך תּוכחות, מיט וועלכע משה-רבינו האָט געטאַדלט די ייִדן אין די טעג פֿאַר זײַן פֿטירה, נאָך דעם, וואָס ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ער וועט נישט פֿירן דאָס ייִדישע פֿאָלק קיין ארץ־ישׂראל. אין דער פּרשה "מטות" ווערט דערציילט וועגן דער מלחמה, וואָס די ייִדן האָבן געהאַלטן קעגן מדין, לויט דעם אייבערשטנס באַפֿעל, כּדי צו באַשטראָפֿן די מדינים פֿאַר די גרויסע צרות, וואָס זיי האָבן געבראַכט די ייִדן. די מפֿרשים זענען מסביר, אַז ווען די מואבֿישע פֿרויען האָבן פֿאַרפֿירט די ייִדן צו דינען עבֿודה-זרה, זײַענדיק גורם אַ שרעקלעכע מגיפֿה, האָבן זיי דאָס געטאָן צוליב דעם צוואַנג פֿון די מדינים, דעריבער האָט דווקא מדין, און נישט מואבֿ, געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דער פֿאַרפֿירונג. בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי בלעם-הרשע האָט געפּרוּווט צו שעלטן די ייִדן, אָבער דער אייבערשטער האָט אים אָפּגעשטעלט, און אַרײַנגעלייגט אין זײַן מויל אַ ברכה, אַנשטאָט אַ קללה. הגם בלעמען האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו שעדיקן די ייִדן אויף אַ דירעקטן אופֿן, האָט ער זיך געגעבן אַן אַנדער עצה: אויסצונוצן דעם יצר-הרע פֿון די ייִדן, כּדי זיי זאָלן זיך אַליין גורם זײַן אַ היזק. צוליב דעם, האָט בלעם געגעבן אַן עצה — צו שיקן די טעכטער פֿון זײַן פֿאָלק, מואבֿ, אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי בלק, דער קעניג פֿון מואב, האָט גערופֿן בלעם, אַ באַרימטן "נעגאַטיוון נבֿיא" און מכשף, גורם צו זײַן אַ גײַסטיקן היזק די ייִדן. בלק האָט געשיקט צו בלעם די פֿירער פֿון מואב און מדין, בעטנדיק צו שעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק; דער אייבערשטער האָט אָבער אָנגעזאָגט בלעמען, ער זאָל עס נישט טאָן, ווײַל די ייִדן זענען אַ געבענטשט פֿאָלק. בלק האָט ווידער געשיקט אַ דעלעגאַציע צו בלעם, וואָס איז באַשטאַנען פֿון נאָך מער חשובֿע פֿירער, און אים נאָכאַמאָל געבעטן צו שעלטן די ייִדן. אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער דערקלערט משה רבינו, ווי אַזוי צוצוגרייטן דאָס ספּעציעלע אַש, "אפֿר פּרה אדומה", וואָס רייניקט אָפּ פֿון "טומאת-מת" — די גײַסטיקע אומרייניקייט פֿון אָנרירן אַ טויטן. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע מינים טומאה, וואָס פֿאָדערן בלויז אָפּוואַרטן אַ געוויסן טערמין און זיך טובֿלען אין מיקווה, קען מען באַפֿרײַט ווערן פֿון טומאת-מת, אין צוגאָב צום טובֿלען זיך, אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן דעם מחלוקת פֿון קורח, אַ פֿירער פֿונעם שבֿט לוי, וועלכער איז אויפֿגעשטאַנען קעגן משה רבינו. קורח, צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי פֿירער פֿון שבֿט ראובֿן, האָבן געטענהט, אַז משה רבינו האָט נישט דאָס רעכט צו האַלטן זיך העכער, ווי אַנדערע ייִדן, און אַז קורח, ווי אַ מיוחסדיקער לוי, האָט נישט ווייניקער רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן, ווי זײַן קרובֿ, אַהרן-הכּהן; עס שטייט אין אַ מדרש, אַז קורחס נאָכפֿאָלגער, 250 גרויסע תּלמידי-חכמים, זענען געקומען צו משה, אָנגעטאָן אין טליתים, געמאַכט פֿון ריינעם תּכלת (אַ ספּעציעלער בלויער מאַטעריאַל, וואָס מע פֿלעגט אַרײַנפֿלעכטן אין די ציצית). אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי משה רבינו האָט געשיקט צוועלף "מרגלים" (אויסשפּירער), צו באַקוקן דאָס לאַנד פֿון כּנען, דאָס קומענדיקע ארץ-ישׂראל, וואָס דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט צו געבן ייִדן בירושה. ווען די מרגלים האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייער מיסיע, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען באַזיגן די דאָרטיקע אײַנוווינער. בלויז משה רבינוס הויפּט-תּלמיד, יהושע-בן-נון, אַ פֿאָרשטייער פֿונעם שבֿט אפֿרים, און כּלבֿ-בן-יפֿונה, פֿון שבֿט יהודה, האָבן פֿאַרטיידיקט דאָס לאַנד און געמאָלדן, אַז די ייִדן וועלן זיכער קענען ירשענען דאָס לאַנד. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער דערקלערט, ווי אַזוי אַהרן-הכּהן זאָל אָנצינדן די מנורה אינעם משׂכּן: שטייענדיק אַנטקעגן דעם מיטעלן ליכט, און אָנצינדנדיק יעדן קנויט "בהעלותך", כּדי יעדעס ליכט זאָל ברענען ווי געהעריק, נישט פֿאָדערנדיק קיין זײַטיקן פֿײַער — ווי רש״י האָט מסביר געווען דאָס דאָזיקע וואָרט, וואָס מיינט, בוכשטעבלעך, "ווען דו וועסט גורם זײַן די ליכט זיך אויפֿצוהייבן". די תּורה לויבט אַהרן פֿאַר דעם, וואָס ער האָט אויסגעפֿירט דעם דאָזיקן אָנזאָג פּונקט אַזוי, ווי משה-רבינו האָט אים איבערגעגעבן. |