- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"ויחי יעקבֿ בארץ מצרים", און יעקבֿ האָט אָפּגעלעבט זײַנע לעצטע 17 יאָר אין מצרים. פֿאַר זײַן טויט, האָט ער צוגערופֿן צו זיך זײַנע קינדער, און געגעבן יעדן פֿון זיי אַ באַזונדערע ברכה. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשה-אַרטיקלען, בלײַבן אַלע מעשׂיות אין דער תּורה אייביק אַקטועל, און קאָנען אָפּגעטײַטשט ווערן אויף אַ פֿילאָסאָפֿישן און פּסיכאָלאָגישן אופֿן. אַ ריי פֿאָריקע סדרות שטעלן דעם אַקצענט אויף די באַציִונגען צווישן יהודה און יוסף. "ויגש אליו יהודה" — און יהודה האָט זיך דערנעענטערט צו יוספֿן, און געבעטן צו נעמען אים פֿאַר אַ שקלאַף, אַנשטאָט בנימינען, וועלכן יוסף האָט באַשולדיקט אין אַ גניבֿה. יוסף האָט זיך נישט געקאָנט מער פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פֿרעמדן מיצרישן פֿירער, און האָט אויסגעזאָגט זײַנע ברידער, ווער ער איז. ווי אַ רעזולטאַט, איז יעקבֿ מיט זײַן גאַנצער משפּחה אָנגעקומען קיין מצרים. "ויהי מקץ שנתים ימים", נאָך צוויי יאָר, וואָס יוסף איז אָפּגעזעסן אין תּפֿיסה, האָט פּרעה געזען אַ חלום. ער איז געשטאַנען בײַם טײַך ניל, און פֿונעם וואַסער זײַנען אַרויסגעקומען זיבן פֿעטע, און דערנאָך זיבן דאַרע קי; די דאַרע קי האָבן אײַנגעשלונגען די פֿעטע. שפּעטער, האָט ער דערזען נאָך אַ חלום, ווי זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אײַנגעשלונגען זיבן געראָטענע. "וישבֿ יעקבֿ בארץ מגורי אָבֿיו" — און יעקבֿ האָט זיך באַזעצט אינעם לאַנד פֿון זײַן טאַטן, אין ארץ-כּנען. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן דעם סיכסוך צווישן יוסף און זײַנע ברידער, וועלכער האָט געבראַכט צו דעם, וואָס יוסף איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן אין מצרים. יעקבֿ האָט אַרויסגעוויזן אַ באַזונדערע ליבשאַפֿט צו יוספֿן, און האָט אים געמאַכט אַ ספּעציעלן פֿיל-קאָליריקן מלבוש, ווי אַ סימן פֿון זײַנע פֿאַרשיידנאַרטיקע גײַסטיקע כּשרונות; "וישלח יעקבֿ מלאָכים". איידער יעקבֿ האָט זיך געטראָפֿן מיט זײַן ברודער, האָט ער אַוועקגעשיקט מלאָכים צו עשׂון, זיי זאָלן אים איבערגעבן, אַז זײַן ברודער איז אויפֿן וועג צוריק פֿון חרן קיין ארץ-כּנען. די מלאָכים האָבן זיך אומגעקערט מיט אַ ידיעה, אַז עשׂו איז נאָך אַלץ אויפֿגעבראַכט אויף יעקבֿן, און קומט אַנטקעגן אים מיט פֿיר הונדערט באַוואָפֿנטע מענער. עשׂו האָט אָנגענומען יעקבֿס ריזיקע ריי מתּנות, און האָט זיך מיט אים איבערגעבעטן. אָבער, הגם יעקבֿ האָט געהאָפֿט צו ברענגען זײַן ברודער צו תּשובֿה, איז עשׂו געבליבן אַ רשע. "ויצא יעקב" — און יעקבֿ איז אַוועקגעגאַנגען פֿון באר-שבֿע, און האָט זיך געלאָזט קיין חרן. עשׂו איז געוואָרן אין כּעס אויף זײַן ברודער יעקבֿ — צוליב דעם, וואָס ער האָט צוגענומען די ספּעציעלע ברכה פֿון זייער טאַטן. כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון עשׂון, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון ארץ-ישׂראל קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער, לבֿן. "און דאָס זענען די קינדער פֿון יצחק בן אַבֿרהם; אַבֿרהם האָט געבוירן יצחק". רש״י דערקלערט, אַז דאָס וואָרט "תּולדות" מיינט דאָ די קינדער פֿון יצחק אָבֿינו, יעקבֿ און עשׂו. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון די צווילינג-זין בײַ יצחקן און רבֿקהן. נאָך אין זייער מאַמעס בויך האָבן די צוויי ברידער אָנגעהויבן זיך קריגן צווישן זיך. עשׂו איז געבוירן געוואָרן פֿריִער; בעת זײַן געבורט, האָט יעקבֿ זיך אָנגעכאַפּט אין עשׂוס פּיאַטע, דערפֿאַר האָט מען אים אָנגערופֿן יעקבֿ — פֿונעם וואָרט "עקבֿ", "פּיאַטע". "און שׂרה האָט געלעבט הונדערט יאָר, און צוואָנציק יאָר, און זיבן יאָר". די חז״ל זאָגן, אַז שׂרה איז ניפֿטר געוואָרן, ווען זי איז געווויר געוואָרן וועגן דער עקידה, אַז איר זון, יצחק, איז שיִער נישט געשאָכטן געוואָרן ווי אַ קרבן דורך זײַן אייגענעם טאַטן. לויטן פּשוטן פּשט, האָט די בשׂורה זי שאָקירט, און געבראַכט צום טויט. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן אָבער, אַז ווען שׂרה האָט דערהערט וועגן דער עקידה, "וירא אליו השם" — און דער אייבערשטער האָט זיך באַוויזן צו אַבֿרהמען, אויפֿן דריטן טאָג נאָך זײַן ברית־מילה. דרײַ מלאָכים, אָנגעטאָן אין דער פֿאָרעם פֿון מענטשן, האָבן צוגעזאָגט דעם אורפֿאָטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, אַז אין אַ יאָר אַרום וועט ער מיט זײַן ווײַב, שׂרה, האָבן אַ זון. דער אייבערשטער האָט געזאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו: "גיי פֿון דײַן לאַנד, פֿון דײַן היימאָרט, און דײַן טאַטנס הויז, אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן". ווי עס שטייט אינעם מדרש, האָט דער אורפֿאָטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וועלכער האָט דעמאָלט נאָך געהייסן אַבֿרם, אָן דעם אות "הא", זיך אָפּגעזאָגט זיך צו בוקן צום מלך נמרוד; פֿאַר זײַן ווידערשטאַנד, האָט נמרוד געהייסן צו פֿאַרברענען אַבֿרמען אין אַ קאַלך־אויוון; על-פּי-נס, אָבער, איז ער געראַטעוועט געוואָרן. דער באַשעפֿער האָט געהייסן נוחן צו אויסבויען די דרײַ־שטאָקיקע תּיבֿה, 300 איילן די לענג, 50 איילן די ברייט, און 30 די הייך, כּדי אַרײַנצוברענגען אַהין אַלע חיות פֿון דער וועלט, זיי זאָלן זיך ראַטעווען פֿונעם מבול. די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער אויבערשטער שטאָק איז געווען פֿאַר די מענטשן, דער צווייטער — פֿאַר די חיות, און דער אונטערשטער — פֿאַרן מיסט. דער אייבערשטער האָט אויך באַזונדערס געהייסן צו מאַכן אין דער תּיבֿה אַ פֿענצטער; לויט אַן אַנדער פּשט, האָט נוח אַרײַנגעבראַכט אַהין אַ קינסטלעכן ליכט-קוואַל — אַ געוויסן מיסטעריעזן שײַנענדיקן שטיין. "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ" — "בײַם אָנהייב האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד"; אַ צאָל קלאַסישע מפֿרשים טײַטשן דעם ערשטן פּסוק פֿון דער תּורה אַ ביסל אַנדערש: "בײַם אָנהייב פֿונעם שאַפֿן דעם הימל און די ערד, האָט דער אייבערשטער...". לויט אַזאַ אָפּטײַטש, דערציילט דער דאָזיקער פּסוק וועגן דעם פּראָצעס פֿון באַשאַפֿונג, און נישט וועגן אַ פֿאַרענדיקט געשעעניש. |