- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון זײַן אויפֿגעבראַכטן ברודער, עשׂו, האָט יעקבֿ-אָבֿינו געמוזט אַנטלויפֿן פֿון ארץ-ישׂראל קיין חרן, די היים פֿון זײַן פֿעטער, לבֿן. אויפֿן וועג, איז יעקבֿ אײַנגעשלאָפֿן אויפֿן אָרט פֿונעם קומענדיקן בית-המיקדש; אין זײַן חלום, האָט ער דערזען אַ "לייטער צווישן הימל און ערד", אויף וועלכן עס זענען אַרויפֿגעגאַנגען און אַראָפּגעגאַנגען מלאָכים. אינעם חלום, האָט דער אייבערשטער אים געבענטשט מיט קינדער, וואָס וועלן זיך מערן ווי "די שטויב פֿון דער ערד", און וועלן ברענגען אַ ברכה דער גאָרער וועלט. אַבֿרהם-אָבֿינוס קינדער זענען געבוירן געוואָרן בײַ צוויי פֿאַרשיידענע מוטערס, אין פֿאַרשיידענע צײַטן און אומשטענדן, דערפֿאַר איז עס נישט קיין חידוש, אַז יצחקס און ישמעאלס לעבנס-וועגן זענען זיך פֿאַנאַנדערגעגאַנגען; יצחק איז אויפֿגעוואַקסן אַ גרויסער צדיק, דער "זיידע" פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און ישמעאל איז געוואָרן אַ רויבער, הגם בײַם סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער תּשובֿה געטאָן. ווען שׂרה איז געוווירן געוואָרן וועגן דער עקידה, אַז איר זון, יצחק, איז שיִער נישט געבראַכט געוואָרן ווי אַ קרבן, איז איר נשמה "אַרויסגעפֿלויגן" פֿונעם גוף, און זי איז ניפֿטר געוואָרן, אינעם עלטער פֿון 127 יאָר. אַבֿרהם אָבֿינו האָט באַערדיקט זײַן ווײַב אין מערת-המכפּלה — די הייליקע הייל, וועלכע געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון חבֿרון, וווּ עס ליגן אַלע אונדזערע אור-פֿאָטערס און אור-מוטערס, אַחוץ רחל: אַבֿרהם און שׂרה, יצחק און רבֿקה, יעקבֿ און לאה, ווי אויך, לויט דער מסורה, אָדם און חוה. דער פֿריִערדיקער אייגנטימער פֿון מערת-המכפּלה, עפֿרון בן-צוחר, האָט פֿאָרגעלייגט אַבֿרהמען די הייל בחינם, אָבער אַבֿרהם אָבֿינו האָט אים באַצאָלט 400 זילבערנע מטבעות, און געקויפֿט אַ גאַנץ פֿעלד אַרום מערת-המכפּלה. אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית-מילה, האָבן אים באַזוכט דרײַ מלאכים, פֿאַרשטעלט ווי מענטשן, און האָבן צוגעזאָגט אַבֿרהמען, אַז אין אַ יאָר אַרום וועט ער האָבן, על-פּי-נס, אַ זון — הגם אַבֿרהם איז דעמאָלט שוין געווען 99 יאָר אַלט, און זײַן ווײַב שׂרה — 90 יאָר אַלט. די מלאכים האָבן איבערגעגעבן אַבֿרהמען, אַז זיי גייען צו צעשטערן די רשעותדיקע שטעט סדום און עמורה; אָבֿרהם אָבֿינו האָט אויסגעבעטן בײַם אייבערשטן, די שטעט זאָלן נישט צעשטערט ווערן, אויב דאָרטן לעבן לכל-הפּחות צען צדיקים; בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער געהייסן אַבֿרהם אָבינו צו פֿאַרלאָזן זײַן היימלאַנד, און צו גיין אין ארץ-כּנען. דערמאָלט האָט אַבֿרהם אָבינו נאָך געהייסן אַבֿרם; ערשט שפּעטער, ווי עס ווערט דערציילט ווײַטער אין דער פּרשה, האָט דער באַשעפֿער צוגעגעבן צו זײַן נאָמען דעם אות "הא", וואָס סימבאָליזירט די קומענדיקע השפּעה פֿון זײַנע קינדער, דאָס ייִדישע פֿאָלק, איבער דער גאַנצער וועלט. ווי עס שטייט אינעם פּסוק, איז דער נאָמען אַבֿרהם אַ פֿאַרקירצונג פֿון דער פֿראַזע "אָבֿ להמון גוים" — "דער פֿאָטער פֿון אַ סך פֿעלקער". אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי די וועלט איז באַשטראָפֿט געוואָרן מיטן מבול, צוליב אוממאָראַלישקייט פֿון די מענטשן. ווי עס שטייט אין די מדרשים, פֿלעגן די בייזע פֿירער פֿון יענעם דור כּסדר באַרויבן די פּשוטע מענטשן און פֿאַרגוואַלדיקן זייערע ווײַבער. דער דור-המבול האָט זיך אויך באַצויגן מיט גוואַלד צו דער אַרומיקער נאַטור, און געצוווּנגען אַפֿילו חיות צו פֿירן זיך אויף אַן אומנאַטירלעכן שטייגער. אין דער געזעלשאַפֿט פֿון יענער צײַט איז געווען אָנגענומען, אַז די, וואָס האָבן מער כּוח, האָבן כּלומרשט רעכט צו דאָמינירן און טאָן כּל-מיני אַכזריות צו די שוואַכע. אינעם ייִדישן לוח זענען פֿאַראַן צוויי יום-טובֿים, וואָס זייער עיקר-באַדײַט האָט צו טאָן מיט קבלת-התּורה: שבֿועות און שׂמחת-תּורה. שבֿועות — דער טאָג, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט באַקומען די תּורה בײַם באַרג סיני — איז בעצם אַ "ניכטערער" יום-טובֿ; אַ סך ייִדן שלאָפֿן נישט די גאַנצע שבֿועות-נאַכט און קאָנצענטרירן זיך אויפֿן לערנען תּורה, כּדי זוכה צו זײַן צו אַ נײַער "פּערזענלעכער מתּן-תּורה", צו דערגרייכן אַ נײַע השׂגה אין לערנען. ווי עס שטייט אין די תּפֿילות פֿון ימים-נוראים, ווערט דער אייבערשטער "באַקרוינט" ראָש-השנה און יום-כּיפּור דורך די ייִדן; די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז דווקא צוליב אונדזער עבֿודה, כּבֿיכול, ווערט דער באַשעפֿער דער מלך איבער דער גאַנצער וועלט. ווי אַזוי קענען תּפֿילות פֿון בשׂר-ודם, אָבער, "באַקרוינען" ג-ט אַליין? יעדע זאַך אין דער וועלט פֿירט זיך לויט דער ג-טלעכער השגחה-פּרטית; ווי דער בעל-שם-טובֿ האָט געזאָגט, איז אַפֿילו דער אופֿן, אינעם ייִדישן יאָר זענען פֿאַראַן צוויי טעג, וואָס זעען אויס ענלעך איינער צום צווייטן: תּשעה-באָבֿ און יום-כּיפּור. ביידע טעג מוז מען פֿאַסטן אַ גאַנצן מעת-לעת, זיך באַגרענעצן פֿון געוויינטלעכע פֿאַרגעניגנס. ס׳איז פֿאַראַן אָבער אַ גרויסער חילוק צווישן די דאָזיקע צוויי טעג: ווען תּשעה-באָבֿ פֿאַלט אויס שבת, ווערט דער תּענית "נדחה" — אָפּגעהאַלטן ביזן קומענדיקן טאָג. אַדרבה, לויטן חסידישן מינהג, ווערט אַזאַ שבת דווקא אַ טאָג פֿון טאָפּלטער שׂמחה. ווען משיח וועט קומען, וועט תּשעה-באָבֿ זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ גרויסן יום-טובֿ. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, "נצבֿים", וועלכע איז גײַסטיק פֿאַרבונדן מיטן הײַנטיקן יום-טובֿ, שטייט, אַז די פֿאַרבאָרגענע סודות פֿון דער תּורה, "הנסתּרות", געהערן צום אייבערשטן, און דער "אָפֿענער" טייל פֿון דער תּורה, "הנגלות" געהערט צו אונדז. שפּעטער אין דער זעלבער פּרשה שטייט אויך, אַז די תּורה איז "נישט אויפֿן הימל און נישט איבערן ים", נאָר דווקא דאָ, "אין דײַן מויל און אין דײַן האַרצן". מע לייענט די פּרשה "נצבֿים" דווקא פֿאַר ראָש-השנה; דער שבת איז משפּיע אויף אַלע טעג פֿון דער קומענדיקער וואָך — דערפֿאַר איז די הײַנטיקע פּרשה גײַסטיק פֿאַרבונדן מיטן קומענדיקן הייליקן יום-טובֿ. משה-רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן פֿאַר זײַן טויט, כּדי זיי צו פֿאַראייניקן אין אַ פֿאַרבאַנד מיטן אייבערשטן, און האָט געזאָגט: "איר שטייט הײַנט פֿאַרן אייבערשטן, אײַער ג-ט — אײַערע ראָשים, די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון "ביכּורים" — די ערשטע פּירות פֿונעם יערלעכן גערעטעניש, וואָס מע פֿלעגט ברענגען די כּהנים אינעם בית-המיקדש; מ׳האָט געבראַכט בלויז די זיבן מינים פֿרוכטן און תּבֿואה, מיט וועלכע עס ווערן באַרימט ארץ-ישׂראל, ווי עס שטייט אין דער תּורה: ווייץ, גערשטן, טרויבן, פֿײַגן, טייטלען, איילבערטן און מילגרוימען. |