- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי באַקאַנט, האָבן בײַם אָנהייב די אַשכּנזישע ייִדן געלעבט מיט אָרטיקע דײַטשן אויף איין טעריטאָריע. דערנאָך האָבן די צוקונפֿטיקע ייִדיש־רעדערס זיך באַזעצט אויף מיזרח, אין די סלאַווישע לענדער. מחוץ די דײַטש־רעדנדיקע לענדער איז די פֿאַרבינדונג צווישן די דײַטשע און ייִדישע קולטורן אָפּגעשוואַכט געוואָרן. ס׳איז שווער אָפּצושאַצן ווי גרויס האָט די דײַטשע קולטור משפּיע געווען אויף דער ייִדישער, און פֿאַרקערט. אינעם פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר קען מען זיכער יאָ אידענטיפֿיצירן ווערטלעך, פֿאָלקס־מעשׂיות און פֿאָלקסלידער, און אַפֿילו מינהגים אָדער גלייבענישן, מיט וועלכע ביידע פֿעלקער טיילן זיך. אין זײַן הומאָריסטישן ביכל, "רויטער געלעכטער: אילוסטרירטער פֿלוג־אַלמאַנאַך פֿאַר ליטעראַריש־געזעלשאַפֿטלעכער סאַטירע", געדרוקט אין וואַרשע, צווישן ביידע וועלט־מלחמות, פֿרעגט דער מחבר, שמואל רובינשטיין — אַ באַקאַנטער פֿאָלקלאָריסט — "וועלכע זאַך ברענט אָן פֿײַער? דעם ווילנערס ׳פֿאָלקלאָריסט׳ ש. באָסטאָמסקיס היטל בײַם אויסניצן א. מ. דיקס ׳הונדערט פֿראַגן און אַנטוואָרטן׳ פֿאַר זײַנע ׳געזאַמלטע׳ רעטענישן (ווילנע, 1923)". די פֿראַגע, אָדער באַשולדיקונג, געפֿינט זיך אויף זײַט 36 אין אַ ריי אַנדערע בײַסיקע פֿראַגעס וואָס האָבן אַ שײַכות מיט דער פּאָליטיש־געזעלשאַפֿטלעכער סבֿיבֿה אין פּוילן פֿון יענער צײַט. ווען די ברידער גרים האָבן אַרויסגעגעבן זייערע קלאַסישע פֿאָלקס־מעשׂיות זאַמלונגען מער ווי מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק אין דײַטשלאַנד, האָבן זיי דערמיט אָנגעהויבן צעאַקערן דאָס פֿעלד פֿון פֿאַרגלײַכיקער פֿאָלקס־ליטעראַטור. יעדעס לאַנד אין אייראָפּע האָט זיך פֿאַרטראַכט — "מיר האָבן אויך אַזוינע שיינע מעשׂיות וואָס די פּויערים דערציילן" — און די ערשטע פֿאָלקלאָריסטן זענען אַרומגעגאַנגען אין די דערפֿער און זיי פֿאַרשריבן און אַרויסגעגעבן. יענע וואָך האָט מען אין דער צײַטונג "ניו־יאָרק טײַמס" געשריבן וועגן דער רעאַקציע אין דער פֿרומער קהילה אויפֿן פּסק־הלכה אין ישׂראל, אַז צו פֿאָרן אויף אַ שבת־ליפֿט איז מחלל־שבת. דער רעפּאָרטער, פּאָל וויטעלאָ, האָט באַזוכט די ייִדישע אײַנוווינער פֿון אַ ריזיקן דירות־הויז אויף דער איסט־סײַד אין מאַנהעטן און געפֿרעגט בײַ זיי אַ מיינונג, און ער האָט באַקומען פֿאַרשיידענע ענטפֿערס. איינער פֿון די ספֿרים פֿון די "הספֿרים החיצוניים" ["די דרויסנדיקע ספֿרים"], באַקאַנט אויף אַנדערע שפּראַכן און בײַ די קריסטן ווי די "אַפּאָקריפֿאַ", די "באַהאַלטענע שריפֿטן", איז דער "ספֿר טובֿיה". די גאָר אַלטע ספֿרים שטאַמען פֿון ייִדישע מקורים, אָבער זענען נישט אַרײַנגענומען געוואָרן אין תּנ״ך, און דעריבער ווערן זיי נישט באַטראַכט ווי הייליקע ספֿרים בײַ ייִדן. דאָס מיינט נישט, אָבער, אַז די דאָזיקע ספֿרים זענען נישט אַרײַן אין ייִדישן פֿאָלקלאָר און טראַדיציע. אין די פֿריִערדיקע קאַפּיטלעך פֿון דער סעריע וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר, האָט איר אפֿשר באַמערקט, אַז אין ווייניק פֿון די דערמאָנטע לעגענדעס, פֿאָלקס־מעשׂיות, וויצן און אַנעקדאָטן פֿאַרנעמען חיות דאָס הויפּט־אָרט. בײַ די אַשכּנזים, זעט אויס, האָט מען ליבערשט געוואָלט דערציילן וועגן מענטשן, פֿלייש און ביין, ווי וועגן רעדנדיקע, טראַכטנדיקע חיות, וועלכע פֿירן זיך אויף ווי מענטשן. אַזוינע מעשׂיות וועגן חיות לייענט מען אין די זאַמלונגען פֿון פֿאַבלען, אָדער משלים, אַ זשאַנער וואָס איז באַקאַנט דעם ייִדיש־לייענער שוין הונדערטער יאָרן. |