- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
הײַנט איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, וואָס פֿאַר אַ וויכטיקע ראָלע די שדים און בייזע רוחות האָבן געשפּילט אין דער וועלט פֿון די אַשכּנזישע ייִדן. אינעם "ספֿר־חסידים", וואָס יהודה און שמואל החסיד האָבן מחבר געווען אינעם 12טן אָדער 13טן יאָרהונדערט אין דײַטשלאַנד, לייענט מען בפֿירוש ווי די מורא פֿאַר שדים האָט משפּיע געווען אויפֿן טאָג־טעגלעכן לעבן, ווי אויך אויף די ייִדישע מינהגים, טראַדיציעס, און פֿאָלקלאָר. וווּ מען האָט נאָר זיך אַ ריר געטאָן האָט מען אָנגעטראָפֿן אויף די "נישט־גוטע". אַפֿילו אינעם לעבן פֿון שטעטל, אינעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט זענען געבליבן רעשטלעך פֿונעם פּחד פֿאַר די רוחות. מײַן טאַטע האָט אַלע מאָל געוואָלט האַלטן אַן אויג אויף מיר, ווען איך האָב אַרויסגעטראָגן דאָס מיסט בײַ נאַכט, נישט אַזוי צוליב די "הוליגאַנעס" אויף די בראָנקסער גאַסן, ווי צוליב זײַן מורא פֿאַר רוחות, וואָס ער האָט נאָך געדענקט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אין סערעט, בײַם אַרויסטראָגן דאָס מיסט אין דער פֿינצטערער נאַכט. רעטעניש: הויך ווי אַ מויער, גראָב ווי אַ פּויער, ביטער ווי גאַל, זיס ווי צוקער. (בוים, בלעטער, פּירות) פֿון ש. באָסטאָמסקיס זאַמלונג דער נײַ־יאָר פֿון די ביימער, חמישה־עשׂר, האָט מען דאָס יאָר געפּראַוועט דעם 20סטן יאַנואַר. כאָטש מע האָט ליב צו זאָגן, אַז די ייִדן אין שטעטל האָבן נישט געהאַט קיין נאָענטע באַציִונג מיט דער נאַטור, און דערפֿאַר פֿעלן אונדז אַזוי פֿיל נעמען פֿון ביימער און געוויקסן, שטעלט מיט זיך פֿאָר דער בוים און זײַן פֿרוכט ווי אַ הויפּט־אימאַזש און סימבאָל אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. די הײַנטיקע היסטאָריקער פֿאַרנעמען זיך נישט מער מיט בלויז היסטאָרישע געשעענישן און פֿאַקטן, נאָר אויך מיטן טאָג־טעגלעכן לעבן. די גרענעץ צווישן די אַקאַדעמישע פֿעלדער פֿון פֿאָלקלאָר, אַנטראָפּאָלאָגיע, עטנאָגראַפֿיע און געשיכטע איז געוואָרן "ווייכער". וויכטיקע פֿאָרשונגען ווערן געדרוקט די טעג וועגן דעם אַמאָליקן לעבן־שטייגער פֿון ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע און כאָטש איך, ווי אַ פֿאָלקלאָריסט, וואָלט זיי אָנגערופֿן "פֿאָלקלאָר", מײַדט מען בכלל אויס דאָס וואָרט אין די ווערק. וויכטיקער איז, אַוודאי, וואָס מע לערנט זיך אויס דורך די פֿאָרשונגען, און נישט צו וועלכער אַקאַדעמישער קאַטעגאָריע זיי געהערן. "אַ שפּריכוואָרט איז אַ וואָר־וואָרט" אין 2009 וואָלט מען געקאָנט פּראַווען דעם 150סטן געבוירן־יאָר פֿון יצחק פּיראָזשניקאָוו, ווען מע וואָלט נאָר געדענקט ווער דאָס איז געווען. אין זלמן רייזענס לעקסיקאָן (1927) האָט ער "פֿאַרדינט" דרײַ און אַ האַלב שפּאַלטן (כּמעט צוויי זײַטן) פֿאַר דער באַשרײַבונג פֿון זײַן לעבן און ווערק; אינעם "לעקסיקאָן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור" (1968) קען מען וועגן אים לייענען אויף איין שפּאַלט; און אין דער נײַער "ייִוואָ־ענציקלאָפּעדיע" (2006) ווערט ער אין גאַנצן נישט דערמאָנט. אַזוי איז די דאָליע פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, מוזיקער און טוער, וואָס האָט אויפֿגעטאָן אַזוי פֿיל פֿאַר ייִדיש. אויפֿן שטח פֿון מוזיק און פֿאָלקלאָר האָט פּיראָזשניקאָוו ספּעציעל בײַגעשטײַערט צו דער ייִדישער קולטור, איידער ער איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1933. דער אינטערעס צו ש. אַנ־סקי, צו זײַן פֿילזײַטיקן לעבן און זײַנע ווערק, ווערט גרעסער פֿון יאָר צו יאָר. מיט 20 יאָר צוריק האָט דער ברייטערער עולם אים נאָר געקענט ווי דער מחבר פֿונעם "דיבוק", אָבער זינט דעמאָלט האָט מען וועגן אים אָרגאַניזירט קאָנפֿערענצן, און געדרוקט ביכער. די וואָך איז אָנגעקומען אַן אויסשעפּיקע ביאָגראַפֿיע, געשריבן פֿון פּראָפֿ׳ גאַבריעלע סאַפֿראַן פֿונעם סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט; פּראָפֿ׳ נתּניאל דויטש גרייט צו אַן אַקאַדעמיש איבערגעזעצטע אויפֿלאַגע אויף ענגליש פֿון אַנ־סקיס "די ייִדישע עטנאָגראַפֿישע פּראָגראַם" — אַ גאָר וויכטיקער טעקסט אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָר־פֿאָרשונג. אין דער "מוריה־גאַלעריע" אין ניו־יאָרק האָט זיך געעפֿנט אַ וווּנדערלעכע אויסשטעלונג פֿון ייִדישער פֿאָלקס-קונסט אין אָקטאָבער, וואָס וועט בלײַבן אָפֿן ביז סוף יאַנואַר 2011. מער ווי 250 חפֿצים ווערן אויסגעשטעלט פֿון פֿאַרשיידענע מינים פֿאָלקס-קונסט. כאָטש עטלעכע ביכער זענען געדרוקט געוואָרן אויף דער טעמע, ווערט צוזאַמענגעשטעלט אַן אויסשטעלונג אויף דער טעמע נאָר איין מאָל אין אַ יובֿל. די אָביעקטן שטאַמען פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע עדות, דער עיקר, פֿון מיזרח־אייראָפּע, צפֿון־אַפֿריקע און דעם מיטל־מיזרח, און ווייניקער פֿון די קהילות אין מערבֿ־אייראָפּע און אַמעריקע. אינעם לעצטן בולעטין פֿונעם "צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע", אין ניו־יאָרק, שטייט אַ ידיעה וועגן אַ פּאַנעל־דיסקוסיע אויף דער טעמע — "ליטעראַרישע עטנאָגראַפֿיע בײַ דעם מיזרח־פֿראָנט, 1914—1918" מיטן לעקטאָר שמואל ספּינער, וואָס מע וועט אָפּהאַלטן דעם 17טן נאָוועמבער. איך ווייס נישט וועגן וואָס מע גייט דאָרטן רעדן, כאָטש איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ש. אַנ־סקיס ווערק "דער ייִדישער חורבן פֿון פּוילן, גאַליציע און בוקעווינע" וועט זײַן אַ טייל פֿון דער דיסקוסיע; דער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן (1881—1937) איז געווען אַ גרינדער פֿון דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק און האָט בעסער געקענט די ייִדישע פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן ווי אַלע אַנדערע. אָבער אַ חסרון האָט ער געהאַט, וואָס איז פֿאַרשפּרייט צווישן אַקאַדעמיקער — דאָס דרוקן אַן אַרטיקל אָדער אַ זאַמלונג איז אים אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם. ווען מע קוקט אַרײַן אינעם באַנד "שטודיעס וועגן ייִדישער פֿאָלקשאַפֿונג" וואָס דער ייִוואָ אונטער מאַקס ווײַנרײַכס רעדאַקציע, האָט אַרויסגעגעבן נאָך כּהנס טויט אין 1952, זעט מען אַ סך פֿראַגמענטאַרישע אַרבעטן, נישט פֿאַרענדיקטע, וואָס וואָלטן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ וויכטיקן צושטײַער צו דער פֿאָלקלאָריסטיק ווען כּהן וואָלט זיי געהאַט פֿאַרענדיקט. אָבער אַפֿילו אין זייער איצטיקן פֿראַגמענטאַרישן מצבֿ האָבן זיי אונדז וואָס צו לערנען. געשטאָרבן, באַגראָבן, אויף יענער וועלט — ווי געפֿונען! — אַ ווערטל פֿונעם קברן אין מײַן באָבעס שטעטל אין דער רובריק האָבן מיר שוין אַרויסגעהויבן עטלעכע מאָל דוגמאות ווען די "פֿאָלק־רעליגיע" אָדער פּאָפּולערע רעליגיע פֿונעם פּשוטן ייִד האָט נישט געשטימט מיט דער "אָפֿיציעלער" רעליגיע. אָפֿט האָבן די רבנים געקעמפֿט קעגן די "פֿאָלקישע" פֿירעכצן און זיי טאַקע אָפּגעשטעלט. איינער פֿון די ערשטע סטודענטן, מיט וועלכע איך האָב זיך באַקענט, וואָס האָט שטודירט פֿאָלקלאָר, איז געווען אין מיטן פֿון שרײַבן זײַן דיסערטאַציע אויף דער טעמע — "פֿאָלקס־רפֿואות פֿאַר הינט אין די אַפּאַלאַטשיער בערג". אַז מע קען פֿאָרשן און שרײַבן באַריכות וועגן הינטישער מעדיצין איז מיר קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, און וועגן דעם פֿעלד פֿון פֿאָלקס־מעדיצין האָב איך אָנגעהויבן מער צו טראַכטן: ווי קען מען אויסגעפֿינען מער וועגן דעם אינעם ייִדישן לעבן פֿון מיזרח־אייראָפּע, און וווּ קען מען לייענען מכּוח דעם אין דער ליטעראַטור. אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטישער ליטעראַטור טרעפֿט מען אָפֿט זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער, וואָס די זאַמלערס האָבן אַרײַנגעשיקט פֿון פֿאַרשיידענע ערטער איבער מיזרח־אייראָפּע. אַמאָל, אָבער זעלטענער, ווערט געדרוקט אַ זאַמלונג פֿון איין שטעטל, אָדער אַפֿילו פֿון איין זינגער פֿון אַ שטעטל. לאָמיר אַ קוק טאָן אויף די קלאַסישע אַנטאָלאָגיעס און זען פֿון וואַנען די לידער האָבן געשטאַמט. ש. גינזבורג און פּ. מאַרעקס זאַמלונג "ייִדישע פֿאָלקסלידער אין רוסלאַנד", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין 1901, איז געווען די ערשטע וויכטיקע אויסגאַבע. אין 1898 האָבן די צוויי רעדאַקטאָרן פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אויפֿרוף צו זאַמלען פֿאָלקסלידער. פֿופֿציק "קאָרעספּאָנדענטן" האָבן אַרײַנגשיקט לידער צו די צוויי רעדאַקטאָרן. דער טאַטע, ער וויקלט מיך אײַן אין אַ טלית, און פֿירט מיך צו דיין אַוועק; עס גייט מיט די מאַמע, דער זיידע, דער רבי, מען שיט אויס מיט האָפּן מײַן וועג. י. אַדלער דאָס ליד "אין חדר" פֿונעם לידער־בוך "זכרונות" פֿונעם פּאָעט יעקבֿ אַדלער, באַשרײַבט די ערשטע יאָרן פֿונעם חדר־ייִנגל. אין אַדלערס גאַליצישן שטעטל האָט דאָס ייִנגל, נאָך איין יאָר אין חדר, געהאַלטן אַ דרשה פֿאַרן דיין. וועגן דעם מינהג צו באַשיטן דעם וועג מיט האָפּן האָב איך דאָרטן געלייענט צום ערשטן מאָל, און ס׳איז מיר אַ ביסל אַ רעטעניש. האָפּן זענען דאָך באַקאַנט פֿאַר זייער ביטערקייט, און געוויינטלעך, האָבן די מינהגים פֿון די ערשטע טעג אין חדר צו טאָן מיט דער זיסקייט פֿון לערנען תּורה. מע וואַרפֿט צוקערלעך איבערן קאָפּ פֿונעם ייִנגל, אָדער מע גרייט צו זיסוואַרג אין דער פֿאָרעם פֿון די אותיות און אַנדערע ענלעכע טראַדיציעס. |