- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט עטלעכע חדשים צוריק האָב איך מבֿקר חולה געווען דעם פּאָעט ירמיהו העשעלעס אינעם וועטעראַנען־שפּיטאָל אין קווינס, אים צו באַגריסן לכּבֿוד זײַן הונדערטסטן געבוירן־טאָג, ביז הונדערט און צוואַנציק. אַזוי ווי ער איז אַ זעלטענער אוצר פֿון פֿאָלקלאָר, און בפֿרט אַ וויכטיקער קוואַל פֿון וויסן פֿאַר מײַנע פֿאָרשונגען, האָב איך מיטגעבראַכט אַ רעקאָרדיר־מאַשין און אַ ווידעאָ־מאַשין. מיר זענען געזעסן צוזאַמען, און איך האָב אָנגעהויבן אים רעקאָרדירן. דער באַגריף "פֿאָלק" ווערט אַמאָל אַוועקגעשטעלט ווי אַן אידעאַל אָן שום מום, וואָס איז גאָר ווײַט פֿון דער רעאַליטעט. אויך דער באַגריף "פֿאָלקסליד" קען ווערן אַזוי ווײַט אידעאַליזירט, אַז ווען דער זינגער גייט אַוועק פֿונעם אָנגענומענעם מוסטער, קען ער ווערן שטאַרק קריטיקירט. איינער פֿון אונדזערע גרעסטע פֿאָלקלאָריסטן, י. ל. כּהן (1881—1937) האָט באַנומען "פֿאָלק" און "פֿאָלקסליד" דורך אַזאַ ראָמאַנטישן פֿילטער, און דאָס האָט משפּיע געווען אויף זײַן פֿאָלקלאָרישער אַרבעט און רעדאַקציע. די שטודיע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר האָט, במשך פֿון 150 יאָר, זיך גאָר אַ סך אַנטוויקלט. אויב מע פֿאַרגלײַכט פּראָפֿ׳ דבֿ נויס אַרטיקל אין דער "ענציקלאָפּעדיע יודאַיִקאַ" פֿון 1971, וואָס מיר האָבן באַטראַכט אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל אין אונדזער פֿאָלקלאָר־רובריק, מיט די אַרטיקלען וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿון דער "Jewish Encyclopedia" פֿון 1903, זעט מען ווי ווײַט דער באַנעם פֿון פֿאָלקלאָר צווישן די אַקאַדעמיקער און פֿאָרשער האָט זיך געביטן. אין 2011 וועט מען קענען אָפּמערקן דאָס 30סטע יאָר זינט ס׳איז דערשינען דאָס קלאַסישע רעפֿערענץ־ווערק אויף ענגליש "ענציקלאָפּעדיאַ יודאַיִקאַ". אַ צווייטע אויסגאַבע האָט מען אַרויסגעגעבן אין 2006, וווּ אַ סך פֿון די פּאָזיציעס זענען באַאַרבעט, אָבער אין תּוך איז דאָס ווערק געבליבן דאָס זעלבע. די פּאָזיציע "פֿאָלקלאָר" האָט אָנגעשריבן פּראָפֿ׳ דבֿ נוי פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, וועלכער איז מער ווי אַ האַלב יאָרהונדערט צווישן די חשובֿסטע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אויף דער וועלט. ער איז געבוירן געוואָרן אין קאָלאָמיי, מיזרח־גאַליציע, אין 1922, און עולה געווען קיין ישׂראל אין 1938. נוי האָט מחבר געווען אָדער רעדאַקטירט צענדליקער ביכער און האָט באַקומען דעם "פּרס ישׂראל" אין 2004. אין ניו־יאָרק, דעם ערשטן דאָנערשטיק פֿון יעדן חודש, קומט פֿאָר אַ "טאַנצהויז" אין אָוונט. עס פֿירט דורך דעם אָוונט "דער צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ" מיטן צימבלער פּנחס רושעפֿסקי, בראָש. אויף אַזאַ אָוונט קענט איר זען ווי די "טאַנצמײַסטערס" מיישקע אַלפּערט אָדער זאבֿ פֿעלדמאַן לערנען מיט די אָנטיילנעמער ווי צו טאַנצן אַ שער, אַ פֿריילעכס, אַ האָראַ. אַמאָל קומט צו אַ גאַסט־לערער, ווי אַנדרעאַס שמיטגעס פֿון דײַטשלאַנד, און מיט די באַזוכער פֿונעם "טאַנצהויז" לערנט ער אויס אַ קאָלאָמייקע אָדער קאַדריל. אין 1860 האָט אַבֿרהם טענדלאַו געדרוקט זײַן זאַמלונג "ייִדישע שפּריכווערטער און רעדנסאַרטן" אין פֿראַנקפֿורט, דײַטשלאַנד. די הונדערטער ווערטלעך האָט טענדלאַו אַליין געזאַמלט פֿונעם פֿאָלקסמויל, און כאָטש די זאַמלונג איז די ערשטע פֿון דעם זשאַנער אין בוך־פֿאָרעם, איז זי געבליבן אַ קלאַסיש און ניצלעך ווערק ביזן הײַנטיקן טאָג אין ייִדישן פֿאָלקלאָר. די ווערטלעך גופֿא, דרוקט ער אין זייער אָריגינעלער שפּראַך, ייִדיש, אָבער אין לאַטײַנישע אותיות. זײַנע באַמערקונגען שרײַבט ער אויף דײַטש. אַמאָל איז אין אַ שטעטל געווען אַ גרויסער מכניס־אורח. ער פֿלעגט נישט גיין עסן, אַז ער האָט נישט געהאַט קיין אורח צום טיש, און טאָמער האָט ער נישט געהאַט קיין אורח, פֿלעגט ער אַרויסשיקן דעם שמשׂ אויסזוכן אַן אורח. איין מאָל, ווען ער איז אין דער היים נישט געווען, קומט אַרײַן אַן אָרעמאַן און בעט אַ נדבֿה. גיט אים דאָס ווײַב אַ קאָפּיקע, וויל ער נישט נעמען. גיט זי אים צוויי קאָפּיקעס, וויל ער אויך נישט נעמען. הכּלל, בקיצור, זי איז אַרויפֿגעקומען ביז אַ האַלב קערבל, און ער וויל אַלץ נישט נעמען, האָט זי געזאָגט: "מער איז נישט אין מײַן רשות צו געבן. איך וועל גיין אין בית־המדרש אַרײַן נאָך מײַן מאַן". "שאַ, שטיל! נאָר אַ פּאָר גרילן גרילצן זיך איינע מיט דער אַנדערער איבער פֿון די שפּעלטלעך ערגעץ אין אַ ווינקל. דאָס ווײַב זיפֿצט פֿאַרטראַכט, שאָקלט מיטן קאָפּ און נעמט זיך דערנאָך זאָגן: ׳גאָט פֿון אַבֿרהם.... אַז דער ליבער שבת־קודש גייט אַהין'...אויף אַ טרויער־זינגנדיק קול, — אַן עק, הייסט עס, אַ סוף!" "ווינטשפֿינגערל", מענדעלע מוכר־ספֿרים ווען מע גיט אַ קוק אויף די וויכטיקסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע ווערטלעך און אידיאָמען, אָנהייבנדיק פֿון אַ. טענדלאַוס ווערק (1860), ביז א. בערנשטיינס (1908) און ישׂראל פֿורמאַנס ביכער (1968), וואַרפֿן זיך אין די אויגן די פֿיר בענד פֿון יהודה עזלזעט, וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן אין וואַרשע אין די יאָרן 1918 — 1920, מיטן טיטל, "דער וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך: פֿאָלקסטימלעכע רעדנסאָרטן, גלײַכווערטלעך און אַנעקדאָטן". "דער וווּנדער־אוצר" טיילט זיך אויס פֿון די אַנדערע זאַמלונגען, צוליב פֿאַרשיידענע טעמים. קודם־כּל, האָט דער מחבר געפֿונען מער ווי אַ העלפֿט פֿון זײַן מאַטעריאַל אין די ווערק פֿון אונדזערע קלאַסיקער — מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם און י. ל. פּרץ, ווי אויך אַנדערע משׂכּילישע שרײַבער ווי א. מ. דיק, יואל לינעצקי און יעקבֿ דינעזאָן.
מיר פּלאַגער, מיר שטייען דאָ,
במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט די קיִעווער ווערנאַדסקי־ביבליאָטעק אַרויסגעגעבן פֿיר קאָמפּאַקט־דיסקן פֿון גאָר וויכטיקע רעקאָרדירונגען, לידער, זמירות, תּפֿילות, קינדער־גראַמען. אַ טייל פֿון זיי האָט געזאַמלט ש. אַנ־סקי בעת זײַן עקספּעדיציע אין 1912 — 1914, אין די שטעטלעך פֿון וואָלין און אוקראַיִנע, אָבער קיין באַשרײַבונגען — וואָס איז פֿאָרגעקומען בעת דער עקספּעדיציע, ווי אַזוי מע האָט דורכגעפֿירט די אַרבעט, און ווי אַזוי מע האָט אָנגעזאַמלט דעם פֿאָלקלאָר — האָט מען ווייניק געדרוקט.
ענגע־בענגע סטופּע־סטענגע
|