- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ שאָד, וואָס איך האָב נישט געהאַט געזען דעם נײַעם דײַטשישן פֿילם "דאָס לעבן פֿון אַנדערע", איידער איך בין געפֿאָרן קיין בערלין פֿאַר אַ יאָרן. ווען מע קוקט אַרײַן אינעם וועגווײַזער־ביכל, אָדער מע גייט שפּאַצירן אויף די גאַסן און אין די הויפּט טוריסטן־פּלעצער פֿון דער שטאָט, געפֿינט מען אויס אַ סך וועגן דער געשיכטע, קונסט, קולטור און אַרכיטעקטור; דער טעכנאָלאָגישער פּראָגרעס האַלט אין איין ענדערן אונדזערע באַגריפֿן ניט נאָר פֿונעם הײַנט און מאָרגן, אָבער אויך פֿונעם עבֿר. הײַנט קאָן מען ניט נאָר לייענען אַלטע ייִדישע ביכער אויף דער אינטערנעץ (אַ דאַנק דער פֿראַנקפֿורטער אוניווערסיטעט־ און שטאָט־ביבליאָטעק), אָבער אויך באַשטעלן (אינעם ייִדישן פֿילם־צענטער בײַם ברײַנדײַס־אוניווערסיטעט) אַלטע ייִדישע פֿילמען, און צווישן זיי אַזעלכע מײַסטערווערק ווי "בעניאַ קריק" און "דאָס ייִדישע גליק". ביידע שטומע פֿילמען זײַנען אַרויס אַרום 1926, ווען די פּרינציפּן פֿונעם "סאָציאַליסטישן רעאַליזם" זײַנען נאָך ניט געוואָרן אָנגענומען ווי די געזעצן פֿון דער סאָוועטישער קונסט. אין די דאָזיקע פֿילמען האָבן זיך באַטייליקט די סאַמע שטערן פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור׃ דער שרײַבער איסאַק באַבעל, דער אַקטיאָר שלמה מיכאָעלס, דער רעזשיסאָר אַלעקסיי גראַנאָווסקי, דער קינסטלער נתן אַלטמאַן. אינעם יסוד פֿון דעם נײַעם פֿילם "דער אילוזיאָניסט", רעזשיסירט פֿון ניל בורג, ליגט די דערציילונג "אײַזענהײַם דער אילוזיאָניסט" פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער סטיווען מילהאַוזיער. עס האַנדלט זיך פֿון אַן אָרעמען בחור (אַ ייִד מיטן משפּחה־נאָמען אַבראַמאָוויץ), וואָס באַגעגנט אַ מאָל אַן אַלטן כּישוף־מאַכער און הייבט אָן זיך צו לערנען אויף אַ קונצנמאַכער. זײַן צווייטער אינטערעס הייסט סאָפֿי, זי קומט אַרויס פֿון אַן אַריסטאָקראַטישער פֿאַמיליע. זייערע צווישנבאַציִונגען זענען נישט צום האַרצן דער ייִכוסדיקער פֿאַמיליע, און אין קורצן ווערט דאָס פּאָרעלע צעטיילט בגוואַלד. מיר טרעפֿן אונדזער העלד נאָך אַ מאָל (געשפּילט פֿון עדואַרד נאָרטאָן) מיט יאָרן שפּעטער, אין ווין, וווּ ער טרעט אויף אונטערן נאָמען "אײַזענהײַם" אין אַן עלעגאַנטער כּישוף־פֿאָרשטעלונג. ער איז אַזוי פּאָפּולער, אַז דער קרוינפּרינץ לעאָפּאָלד אַליין (רופֿוס סול) |