קינאָ
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לייבאָוויטש־זאַנד און דער אַקטיאָר קאַראָל פֿעלדמאַן

"שונד", דער פֿילם פֿון יעל לייבאָוויטש־זאַנד און עידאָ זאַנד, איז געוויזן געוואָרן אין דער "סינעמאַטעק" פֿון תּל־אָבֿיבֿ כּמעט בײַם סוף פֿון דעם אָקאָרשט דורכגעפֿירטן אינטערנאַציאָנאַלן דאָקומענטאַרן פֿילם־פֿעסטיוואַל.

"וואָס מיינט עס, דאָס דאָזיקע וואָרט?" — האָט זיך געהערט פֿון אַלע זײַטן פֿון זאַל, וווּ מ׳האָט געוויזן דעם פֿילם. דער פֿילם גיט נישט קיין שום אויפֿקלערונג לגבי דעם דערמאָנטן וואָרט.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט, קינאָ
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם

מיט 60 יאָר צוריק, דעם 1טן דעצעמבער 1949, איז פֿאַרמאַכט געוואָרן דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער. דאָס איז געווען אַ מלוכישע אינסטיטוציע, און טאַקע די מלוכה האָט זי פֿאַרמאַכט. דער אָפֿיציעלער אויסרייד איז געווען אַ פֿינאַנציעלער — דער טעאַטער האָט צוגעצויגן ווייניק צושויער. אָבער דאָס איז געווען בלויז אַ תּירוץ. סטאַלינס בלוטיקער רעזשים האָט זיך דעמאָלט באַשעפֿטיקט מיטן פֿאַרענדיקן דעם פּלאַנמעסיקן פּראָצעס פֿון ליקווידירן דעם גאַנצן בנין פֿון ייִדישער קולטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

קינאָ
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם

דער פֿילם הייסט טאַקע "אַ דערציִונג" (An Education), וואָס האַלט זיך בײַם אָנהייבן דעמאָנסטרירט צו ווערן אין ניו־יאָרק די טעג. איך הער דערציִונג, ווערט שוין מײַן אינטערעס אויפֿגעלעבט און איך בין באַלד אַ בעלנטע צו גיין זען דעם פֿילם. איך האָב זיך אויך מיט אײַך נישט געטיילט דערמיט וואָס מײַנס אַ טײַערע חבֿרטע איז אַ מיטגליד אין "וועסטשעסטער סינעמאַ־קלוב," וואָס ווײַזט פֿילמען כּמעט יעדן זונטיק אין דער פֿרי, פֿילמען וואָס דאַרפֿן ערשט געוויזן ווערן אין ניו־יאָרק און איבערן לאַנד מיט אַ וואָך אָדער צוויי שפּעטער.

קינאָ
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סצענעס פֿונעם פֿילם "דער ערנסטער מענטש": אין דער אונטערשטער סצענע, געשפּילט אויף ייִדיש, טרעטן אויף (פֿון רעכטס) אַלען ריקמאַן, פֿײַוויש פֿינקעל און יעלענאַ שמולענסאָן

דער פּראָלאָג הייבט זיך אָן מיט אַ פֿאַבולע פֿון 19טן יאָרהונדערט, ווען ייִדן האָבן געגלייבט אין שדים און רוחות, דיבוקים און נישט־גוטע, ווען זיי האָבן געלעבט מיט אַבערגלויבנס, זאַבאָבאָנעס און געגלייבט אין עין־הרעס. ווײַזט מען אונדז אַן אַלט ייִדיש פּאָרפֿאָלק, וואָס וווינט ערגעץ אין אַ קליין שטעטעלע, אין אַ האָלצערנער כאַטע. ער — אַ ייִד מיט אַ באָרד (אַלען ריקמאַן) און זי אַ ייִדענע (יעלענאַ שמולענסאָן), מיט אַ פֿול מענה־לשון און שרעק פֿאַר די נישט־גוטע און גרייט זיך אײַנשטעלן. איר מאַן, דער אַלטער ייִד, לאַדט אײַן אַ גרײַז גראָען זקן (פֿײַוויש פֿינקל) אויף וועטשערע, און ווען זײַן פּלוניתטע דערוויסט זיך אַז ס׳איז עפּעס אַ מדינה־גייער, לאָזט זי אים וויסן, אַז יענער איז שוין געשטאָרבן מיט יאָרן צוריק. זי איז זיכער, אַז דאָס איז נישט דער מדינה־גייער, נאָר אַ דיבוק, און וואָס אַן אמת, ווען ער באַווײַזט זיך אין טיר, מיט זײַן חניפֿה און שמייכל, וויל זי אויספּרובירן אים, צי ער איז טאַקע אַ דיבוק צי ניין. זי שטעקט אַרײַן אַ מעסער אין זײַן האַרצן און זאָגט דעם מאַן: "באַלד וועלן מיר זען צי ער איז אַ דיבוק אָדער ניין. אויב ער וועט נישט בלוטיקן איז ער אַן אמתער דיבוק, און אויב יאָ, איז וויי צו מײַנע יאָרן."

קינאָ
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "צוויי ליבהאָבער"

גאָר אַן אינטערעסאַנטע דערשײַנונג האָט זיך אַנטוויקלט בײַ אונדז אויף סענטראַל־עוועניו — אין יאָנקערס, ניו־יאָרק. דאָרט איז פֿאַראַן אַ קינאָ וווּ מען ווײַזט פֿילמען, בדרך־כּלל, אמתע טשופּוכאַ. אָבער די לעצטע דרײַצן יאָר האָט זיך אַ ייִד מיטן נאָמען דוד שוואַרץ דערטראַכט צו אַ זעלטענעם געדאַנק. נעמלעך, צו שאַפֿן אַ קינאָ־קלוב מיט אַבאָנענטן, פֿאַר אַ געוויסן אָפּצאָל. איז מען רואה צו זען יעדע צווייטע וואָך אַ פֿילם,

קינאָ
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "אַ מיליאָנער פֿון אַ דלות-געגנט"

די טעג האָב איך געקוקט, מיט גרויס הנאה, דעם פֿילם Slumdog Millionaire, "אַ מיליאָנער פֿון אַ דלות-געגנט", וואָס וועט, אַ פּנים, צונויפֿקלײַבן אין דעם סעזאָן אַ היפּש ביסל באַלוינונגען. ס'איז אַן אינטערעסאַנטע קינאָ-אַרבעט — ניט קיין אינדישע, נאָר וועגן אינדיע, וועגן אַ לאַנד וואָס שליסט זיך אײַן אין דער מאָדערנער וועלט.

קינאָ
דער פּורים־שפּילער

אין 1992 איז געגרינדעט געוואָרן דער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿילם־פֿעסטיוואַל, צונויפֿגעשטעלט פֿונעם "ייִדישן מוזיי" אין ניו־יאָרק און דער חשובֿער "פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם לינקאָלן־צענטער". במשך פֿון דער צײַט, איז עס געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע אונטערנעמונגען אין וועלכער מע קען זען פֿילמען פֿון דער גאַנצער וועלט, וואָס האָבן אַ שײַכות צום ייִדישן לעבן און קענען ווערן אָפּגעשאַצט. הײַנטיקס יאָר וועט דער פֿעסטיוואַל פֿאָרקומען פֿונעם 14טן יאַנואַר ביזן 29סטן יאַנואַר און אַרײַננעמען סײַ לענגערע נאַראַטיווע פֿילמען, סײַ קירצערע און דאָקומענטאַלע פֿילמען.

פּובליציסטיק, קינאָ
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער ישׂראלדיקער קאָמאַנדיר, מינץ (רעכטס), און דער נײַ־געקומענער עולה, לאָלעק, אין אַ סצענע פֿונעם פֿילם

אין דער ערשטער סצענע פֿונעם נײַעם, אומגעוויינטלעכן פֿילם "בית־אַבֿי" (פֿאָטערלאַנד)*, פֿאָרט אַ משׂא־אויטאָ מיט אַ גרופּע יונגע לעבן־געבליבענע פֿון חורבן איבערן ארץ־ישׂראלדיקן מידבר. דאָס יאָר איז 1948, דער סאַמע ברען פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, און די יונגע לײַט האָט מען, אַ פּנים, אַרײַנגעשמוגלט, כּדי צו ווערבירן מער קעמפֿער פֿאַר דער "הגנה".

בעת די באַזאָרגטע פּנימער שאָקלען זיך אין דער פֿינצטער, זינגט איינער שטיל, מיט אַ צעבראָכן קול, איציק מאַנגערס אומעטיק ליד:

קינאָ
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "קאַטין"

אין רוסלאַנד זײַנען איצט זייער ברייט פֿאַרשפּרייט טעאָריעס פֿון וועלט-קאָנספּיראַציעס, געצילט קעגן זייער לאַנד. עס זײַנען פֿאַראַן ניט ווייניק אַנאַליטיקער, וועלכע טענהן, אַז דער גאַנצער עקאָנאָמישער קריזיס איז, אין דער אמתן, אַן אופֿן צו שטעלן רוסלאַנד אויף די קני. (בכלל, מע רעדט דאָרטן די גאַנצע צײַט וועגן דער פּאָזע, אין וועלכער עס געפֿינט זיך, כּלומרשט, דאָס לאַנד.) אַ סבֿרא, אַז די פּני פֿון דער רוסישער אידעאָלאָגיע האָבן אויסגעקליבן פֿאַר זייער מדינה און געזעלשאַפֿט דעם פּאַטריאָטיש-נאַציאָנאַליסטישן אימאַזש פֿון אַ "באַלאַגערטער פֿעסטונג".

קינאָ
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "כראָניק פֿון ליבע־אַפֿערעס"

די "קינאָ־געזעלשאַפֿט" בײַם לינקאָלן־צענטער אין ניו־יאָרק וועט פֿאָרשטעלן דעם גרעסטן פֿילם־פֿעסטיוואַל וואָס איז אַמאָל אָרגאַניזירט געוואָרן לכּבֿוד דעם פּוילישן פֿילם־רעזשיסאָר, אַנדזשיי ווײַדאַ. דער פֿעסטיוואַל — "מיט אמת אָדער מוט: די פֿילמען פֿון אַנדזשיי ווײַדאַ" — נעמט אַרײַן 37 פֿילמען, וואָס דער קינסטלער האָט געמאַכט בעת זײַן לאַנגער 50־יאָריקער קאַריערע. ווײַדאַ האָט שוין באַקומען די חשובֿסטע פּריזן אין דער קינאָ־וועלט, צווישן זיי דער "פּאַלם־ד׳אָר" בײַם פֿילם־פֿעסטיוואַל אין קאַן, פֿראַנקרײַך און אַן "אָסקאַר"אין האָליוווּד.

קינאָ
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם "מײַן מעקסיקאַנער שיבֿעה"

וואָס לוינט זיך דאָ צו רעדן און צו ברײַען לאַנגע מעשׂיות. געזען אויף די שפּאַלטן פֿון אַ צײַטונג אַן אַנאָנס, אַז מ'שפּילט אין "קוואַרד־קינאָ" אין ווילעדזש, אַ פֿילם, וואָס האָט אין זיך אַ ייִדיש וואָרט. בין איך אַוועק זען וואָס די מעקסיקאַנער ייִדן האָבן דאָ פֿאַר אונדז פֿאַרגרייט. ווײַזט זיך אַרויס אַז ס'איז יאָ עפּעס אַ ייִדישער פֿילם, כאָטש ס'לשון איז שפּאַניש מיט אַ טראָפּ ייִדיש אויף צו פֿאַרבײַסן.

קינאָ
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דוד וואָלאָך, דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם

דער פֿילם הייסט "מײַן טאַטע — מײַן גאָט" (My Father My Lord) מיט אַסי דיין אין דער הויפּט־ראָלע. ס'האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז מיר האָבן געקענט נאָענט אַסין ווען מיר האָבן געלעבט אין מדינת־ישׂראל. דאָרט האָט זיך מײַן מענדל פֿאַרנומען נישט נאָר מיט וואָלונטיר־אַרבעט אין משׂרד־החינוך (די אָפּטיילונג פֿאַר דערציִונג), געטאָן קאָמפּיוטער־ און סטאַטיסטישע אַרבעט פֿאַר זיי, נאָר ער האָט אויך געמאַכט דרײַ פֿילמען אין ישׂראל מיט אַסין. דיינס זון איז דעמאָלט געווען אַ שיינער, יונגער־מאַן אין די פֿריִע דרײַסיקער.