קינאָ
די בריסקער געטאָ

צום ערשטן מאָל וועט מען אין ניו־יאָרק, פֿונעם 11טן ביזן 13טן אַפּריל, דורכפֿירן אַ קינאָ־פֿעסטיוואַל פֿון רוסישע דאָקומענטאַר־פֿילמען. די אונטערנעמונג נעמט אַרײַן אַ צאָל פֿילמען, וועלכע מע האָט לעצטנס געמאַכט אין רוסלאַנד, אָבער, צום באַדויערן, וועט מען זיי מסתּמא נישט קענען זען אין די געוויינטלעכע קינאָס אין אַמעריקע. כאָטש דער פֿעסטיוואַל שטעלט דעם טראָפּ אויף פֿילמען וועגן די רוסן וואָס האָבן פֿאַרלאָזט זייער היימלאַנד און זייערע בײַטראָגן, קען מען אויך זען היסטאָריש־אָריענטירטע פֿילמען מיט אַ שײַכות צום ייִדישן פֿאָלק.

קינאָ
"יאַפּאַן, יאַפּאַן"

דער יערלעכער קינאָ־פֿעסטיוואַל — "נײַע רעזשיסאָרן, נײַע פֿילמען" — וואָס ווערט אָרגאַניזירט דורך דער "לינקאָלן־צענטער־קינאָ־געזעלשאַפֿט" איז אַ הויכפּונקט אויפֿן קאַלענדאַר פֿונעם ניו־יאָרקער קינאָ־ליבהאָבער. די וואָך־לאַנגיקע אונטערנעמונג האָט אַ גוטן שם צו געפֿינען נײַע און אינטערעסאַנטע פֿילמען ווײַט פֿון דער האָליוווּדער סבֿיבֿה.

קינאָ
פֿון רעכטס: דזשאָרדאַן געלבער, קאַראַלין גרובער, סינדי קאַץ, נאַטאַשאַ ליִאָן

דער בריטישער פֿילם־רעזשיסאָר און דראַמאַטורג מײַק לי איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע שאַרפֿזיניקע שאַפֿונגען, וועלכע רופֿן אָפֿט אַרויס אַ קאָנטראָווערסיע. למשל, זײַן פֿילם "וועראַ דרייק" (2004) דערציילט וועגן אַ פֿרוי וואָס ראָמט אויף דירות, אָבער דינט — אין דער שטיל — אויך ווי אַן אָקושערקע, און פֿירט דורך אומלעגאַלע אַבאָרטן אויף יונגע מיידלעך.

קינאָ
דאָס ייִנגל, מיקעל יואלסאַס, מיט זײַן עלטערן שכן, גערמאַנאָ האַיִט

דער סעזאָן פֿון "פֿילם־פֿעסטיוואַלן" און "פֿילם־פּריזן" האָט זיך אָנגעהויבן און דאָס שאַפֿט די געלעגנהייט צו זען פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע פֿילמען אין ניו־יאָרק מיט אַ ייִדישער טעמאַטיק. די דרײַ ווײַטערדיקע פֿילמען, איינער פֿון בראַזיל, איינער פֿון מעקסיקע און איינער פֿון רוסלאַנד באַהאַנדלען די אָרטיקער ייִדישע קהילות, און מע קען אַפֿילו הערן אַ מאָל אַ ייִדיש וואָרט אויך.

ייִדיש־וועלט, מוזיק, קינאָ
דער בערלינער זינגער און גיטאַר־שפּילער קאַרסטען טרויקע און זײַן גרופּע

ווער סע לייענט "די וועלט פֿון ייִדיש", ווייסט שוין, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין אייראָפּע וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר; דער פֿענאָמען קומט פֿאָר נישט נאָר אין דײַטשלאַנד, וווּ צענדילקער קלעזמער־קאַפּעליעס האָבן זיך געשאַפֿן, נאָר אויך אין האָלאַנד, בעלגיע, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד און אויף אַ קלענערן מאַשטאַב, אין די סקאַנדינאַווישע לענדער. די פֿירמע "Filmaker‘s Library" פֿאַרשפּרייט איצט דרײַ ווידעאָ־פֿילמען וועגן ייִדיש אין אייראָפּע: וועגן דער ייִדישער קולטור בכלל, און בפֿרט וועגן די מוזיקער וואָס שפּילן און זינגען ייִדיש.

קינאָ
"זײַן ווײַבס לובאָווניק"

דער 17טער יערלעכער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿילם־פֿעסטיוואַל עפֿנט זיך די וואָך. אין צוויי קינאָס וועט מען ווײַזן נײַע און אַלטע פֿילמען אויף ייִדישע טעמעס פֿונעם 9טן ביזן 24סטן יאַנואַר. דער פֿעסטיוואַל ווערט דורכגעפֿירט פֿונעם "ייִדישן מוזיי" און דער "פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם לינקאָלן־צענטער".

בסך־הכּל, וועט מען ווײַזן 32 פֿילמען אינעם פֿעסטיוואַל, סײַ דראַמעס, סײַ דאָקו­מענטאַר־פֿילמען, סײַ קורצע פֿילמען. לויט דער קוראַטאָרין פֿונעם פֿעסטיוואַל, אַבֿיבֿה ווײַנטרויב, איז דער אַלגעמיינער כאַראַקטער פֿון די פֿילמען אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע — "מיר ווײַזן פֿילמען פֿון, און וועגן, ייִדישע קהילות פֿון איבער דער וועלט, בתוכם ישׂראל, לאַטײַן־אַמעריקע, אייראָפּע און די פֿאַר­אייניקטע שטאַטן. עס האָבן זיי גע­מאַכט באַ­קאַנטע רעזשיסאָרן, ווי אויך נײַע טאַלאַנטן."

קינאָ
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער הײַיאָריקער ייִדישער פֿילם־פֿעס­טיוואַל, אין ירושלים, איז געווען גרויס־פֿאַרנעמיק און רײַך אין אינהאַלט. קרובֿ צו 120 לענגערע און קורצע פֿילמען אויף ייִדי­שע טעמעס אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן האָט מען געוויזן אויף די עקראַנען פֿון דעם 1טן ביזן 7טן דעצעמבער, אין דעם לעצטנס באַנײַטן און אויסגעברייטערטן בנין פֿון דער ירושלימער סינעמאַטעק, און אויך אין אַ צאָל אַנדערע פּלעצער אין ירושלים.

קינאָ
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿונעם "גאָלדמאַן פּראָיעקט". פֿון רעכטס: בערנאַדעט קוויגלי, סאַם גונצלער, אַניטאַ קיל.

מ'האָט מיך נישט געדאַרפֿט נייטן און נישט צווינגען, איך זאָל גיין זען די נײַסטע פֿאָרשטעלונג אין "אַבינגטאָן־טעאַטער," וואָס ווערט געשטעלט בשותּפֿות מיטן "פּענ­גווין־טעאַטער." דער טעאַטער געפֿינט זיך אויף 312 וועסט, 36סטע גאַס, אויפֿן זעקסטן שטאָק, לעבן דער נײַנטער עוועניו, אין מאַנהעטן. ביידע אונטערנעמער פֿון די טעאַטערס האָב פּראָדוצירט די הײַנטיקע פֿאָרשטעלונג וואָס רופֿט זיך "דער גאָלד­מאַן־פּראָיעקט."

קינאָ
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די הויפּט־אַקטיאָרן אין

מע וואָלט זיך געריכט, אַז מיט אַזאַ טיטל ווי "באָבל" [בלעזל], וואָלט אַ פֿילם זיך פֿאַרנומען מיט פֿריילעכע טעמעס און גליקלעכע פּאַרשוינען. דאָס בלעזל, אָבער, אין איתן פֿאַקסעס פֿילם, סימבאָליזירט די אילוזיע פֿון פֿרייד און גליק אין וועלכע ישׂראלים וווינען הײַנט. ליבע און פּאָליטיק מישן זיך צונויף אויף שריט און טריט אין דעם ווערק, וואָס ווײַזט די פּראָבלעמען פֿון אַ יונגער גרופּע ישׂראלים אין תּל־אָבֿיבֿ, וועלכע וווינען צוזאַמען אין איין דירה.

קינאָ
אַ פּויער אין ווײַסרוסלאַנד פֿונעם פֿילם "די נסיעה פֿון פּרימאָ לוי"

די וואָך קומט פֿאָר די ניו־יאָרקער פּרע­מיערע פֿון אַן איטאַליענישן דאָקומענטאַר־פֿילם "די נסיעה פֿון פּרימאָ לוי" (Primo Levi‘s Journey); אַ פֿילם פֿאַרענדיקט אין 2006, וואָס מע האָט שוין געוויזן אין אַ צאָל אייראָפּעיִשע שטעט, אָבער נאָך נישט, זעט אויס, אין אַמעריקע.

פּובליציסטיק, קינאָ

אַז איינער איז רײַך און האָט אַ גרינג לעבן, זאָגט מען אויף אים: ער לעבט ווי גאָט אין פֿראַנקרײַך. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס לעבן אין הימל איז גאַנץ גוט, אָבער אין פֿראַנקרײַך — נאָך בעסער. שוין הונדערטער יאָרן איז דער פֿראַנצויזישער לעבנס־שטייגער באַרימט ווי אַ שיינער און אַ באַקוועמער, ספּעציעל, אין פֿאַרגלײַך מיט די קאַלטע פּראָטעסטאַנטישע לענדער — דײַטשלאַנד, ענגלאַנד און אַמעריקע, למשל.

קינאָ
פֿון איסאַק ווײַנשעלבוים (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קאָלאַזש "טבֿיה דער מילכיקער" פֿון ליוסיע קאָטליאַר

איך בין זיכער, אַז יעדער אָפּשטאַמיקער פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאַוויע און בכלל פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָט באַזוכט לעצטנס די אויסשטעלונג אין Central Queens YM & YWHA, וווּ מע קאָן זען די קונסט־ווערק פֿון די מאָלער און סקולפּטאָרן, געקומען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, — וועט באַלד אויסשרײַען: "ס‘איז דאָך מײַן שטעטעלע!"