- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"איר זאָלט זײַן הייליק, ווײַל איך בין הייליק", האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט די ייִדן. דער דאָזיקער אָנזאָג ווערט דרײַ מאָל איבערגעחזרט, אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, אין דער הײַנטיקער פּרשה, וווּ עס זענען קאָנצענטרירט אַ סך מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט יושרדיקער אויפֿפֿירונג, בתוכם די מיצווה "ואָהבֿת לרעך כּמוך" — "האָב ליב דײַן חבֿר ווי זיך אַליין". דעם זיבעטן טאָג נאָך יציאת־מצרים האָבן די ייִדן דערגרייכט דעם ברעג פֿונעם ים־סוף. די מיצרישע אַרמיי האָט זיי געפּרוּווט נאָכצויאָגן, נאָר ס׳איז געשען אַ נס: דער ים האָט זיך געשפּאָלטן, און די ייִדן האָבן זיך געראַטעוועט פֿון זייערע פֿאַרשקלאַפֿער. צוליב דער גרויסקייט פֿונעם דאָזיקן נס, ווערן די לעצטע צוויי טעג פֿון פּסח פֿאַררעכנט פֿאַר אַ יום־טובֿ. אין די חסידישע קהילות מאַכט מען דעם לעצטן טאָג פֿון פּסח, די לעצטע פּאָר שעה פֿונעם יום־טובֿ, אַ ספּעציעלע "משיחס סעודה", וואָס סימבאָליזירט די קומענדיקע גאולה; בלויז איין טאָג אינעם יאָר, יום-כּיפּור, מעג נאָר איין מענטש, דער כּהן-גדול, אַרײַנקומען אינעם אינערלעכסטן טייל פֿונעם משכּן אָדער בית-המיקדש, קודש-הקדשים, און אויפֿרייכערן דאָרטן דאָס ספּיציעלע געמיש פֿון געווירצן. דער קטורת איז געווען דער הייליקסטער טייל פֿון עבֿודת-בית-המיקדש. דער רמב״ם שרײַבט, אַז דער ברען פֿון די קרבנות פֿלעגט פֿאַרשפּרייטן אַ שלעכט גערוך; די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די הלכות, וואָס האָבן צו טאָן מיטן צרעת — געוויינטלעך איבערגעזעצט ווי "לעפּרע". אין דער אמתן, ווי עס האָבן דערקלערט חז״ל, איז צרעת געווען אַ מיסטעריעזע הויט-קראַנקייט, וועלכע האָט עקזיסטירט נאָר אין די תּנ״כישע צײַטן, און האָט געדינט ווי אַ שטראָף פֿאַר רעדן לשון-הרע. דאָס צרעת האָט מטמא געווען דעם קראַנקן; כּדי זיך אָפּצורייניקן פֿון דער טומאה, האָט מען געמוזט דורכפֿירן אַ ריי ספּעציעלע טהרה-ריטואַלן. "אשה כּי תזריע וילדה זכר" — "אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון". די הײַנטיקע פּרשה הייבט אָן מיט די דינים פֿון אַ ייִדישער פֿרוי, ווען זי האָט אַ זון. דאָס וואָרט "תזריע" קאָן איבערגעזעצט ווערן ווי "זי וועט זיך מאַכן טראָגעדיק" אָדער, בוכשטעבלעך, "זי וועט פֿאַרפֿלאַנצן דעם זוימען". אַזאַ אומגעוויינטלעכן אויסדרוק ווײַזט אָן דעם גײַסטיקן באַדײַט פֿונעם פּסוק. דער אייבערשטער האָט באַשאַפֿן די וועלט ווי אַ געמיש פֿון קעגנזײַטיקע כּוחות — "חסד" און "גבֿורה". דעם אַכטן טאָג, נאָך זיבן טעג ספּעציעלע צוגרייטונגען, איז דער משכּן ענדגילטיק אויפֿגעשטעלט געוואָרן, און משה רבינו האָט געהייסן אַהרן און זײַנע קינדער צו ברענגען דאָרטן די ערשטע קרבנות. די הײַנטיקע פּרשה הייסט "שמיני" — "דער אַכטער". דאָס איז די איינציקע סדרה אינעם גאַנצן חומש, אָנגערופֿן מיט אַ געוויסער צאָל, דערפֿאַר מוז מען זאָגן, אַז דער נאָמען אַכט טראָגט אין זיך אַ באַזונדערן סימבאָלישן באַדײַט. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל, איז די פֿריִערדיקע פּרשה, "ויקראָ", גײַסטיק פֿאַרבונדן מיט פּרשת-זכור, וועלכע האָט אַ שײַכות צום הײַנטיקן יום-טובֿ — פּורים. דער הײַנטיקער פֿרײַטיק פֿאַלט אויס פּורים — דערפֿאַר מוז אונדזער סדרה, "צו", אויך האָבן אַ שײַכות צו די פּורימדיקע ענינים. די וואָך הייבן מיר אָן צו לייענען דעם דריטן טייל פֿונעם חומש, אָנגערופֿן נאָך דער הײַנטיקער פּרשה, "ויקראָ", אין וועלכער עס ווערן, דער עיקר, דערקלערט אַ ריי מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט קרבנות. לויט דער מסורה, זענען געוויסע אותיות אין דער תּורה גרעסער אָדער קלענער פֿון דער געוויינטלעכער מאָס; דאָס וואָרט "ויקראָ" ווערט פֿאַרשריבן מיט אַ קליינעם אַלף. אינעם ערשטן פּסוק פֿון דער פּרשה שטייט, אַז דער אייבערשטער האָט גערופֿן משה רבינו, אָנצוזאָגן די מיצוות פֿון קרבנות. די הײַנטיקע סדרה שליסט דעם ציקל פֿון פֿינף פּרשיות, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן מלאכת־המשכּן. ווען מ׳האָט געזאַמלט אַלע נייטיקע מאַטעריאַלן, האָט משה רבינו אויפֿגעשטעלט דעם משכּן, און באַגאָסן זײַן אינעווייניקסטן טייל, דעם אַרון־העדות, וווּ עס זענען געהאַלטן געוואָרן די לוחות מיט די צען געבאָטן, מיטן ספּעציעל צוגעגרייטן אייל, שמן־המשחה; דער ג-טלעכער וואָלקן האָט צוגעדעקט דעם משכּן, און ער האָט זיך אָנגעפֿילט מיט דער הייליקער שכינה. משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן, און האָט זיי אָנגעזאָגט, זיי זאָלן אַרבעטן בלויז אין די וואָכן־טעג, און טאָרן נישט טאָן קיין מלאָכה שבת; ווײַטער ווערט אין דער הײַנטיקער סדרה דערציילט, ווי אַלע ייִדן האָבן זיך באַטייליקט אינעם בויען דעם משכּן; ווען מ׳האָט געזאַמלט אַלע נייטיקע מאַטעריאַלן, האָט משה געהייסן דעם פֿאָלק אָפּשטעלן די אַרבעט. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, אַז דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו צו זאַמלען פֿון יעדן דערוואַקסענעם ייִד אַ האַלבן זילבערנעם שקל (אַ געוויסע מאָס), פֿאַרן משכּן. דאָס געזאַמלטע זילבער האָט אויך געדינט ווי אַ מיטל איבערצוציילן די ייִדן. מ׳האָט געמוזט מנדבֿ זײַן דווקא אַזאַ סכום זילבער — נישט מער און נישט ווייניקער. "און דו זאָלסט אָנזאָגן די ייִדן, זיי זאָלן דיר ברענגען דאָס ריינע איילבערט-אייל, צעדריקט פֿאַר באַלויכטונג, כּדי אויפֿצושטעלן אַן אייביקן לײַכטער פֿאַר מיר". אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער געהייסן די כּהנים, אַהרן און זײַנע קינדער, אָנצוצינדן יעדן טאָג, פֿון אָוונט ביז פֿרימאָרגן, די מנורה אינעם משכּן. |