- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"שופֿטים ושוטרים תּתּן לך בכל שעריך" — דו זאָלסט אײַנשטעלן שופֿטים און אַ מין "פּאָליציאַנטן" אין יעדן פֿון דײַנע טויערן, זיי זאָלן מישפּטן דאָס פֿאָלק על-פּי יושר. ווען דער בית-המיקדש איז געשטאַנען, פֿלעגן ספּעציעלע אָנגעשטעלטע צווינגען די ייִדן צו פֿאָלגן דעם פּסק פֿון די דיינים. הײַנט, בזמן-הגלות, האָבן די דיינים נישט קיין קאָמפּעטענץ און רעכט דאָס צו טאָן, און זענען באַפֿולמעכטיקט בלויז צו פּסקענען שאלות. "ראה, אָנוכי נותן לפֿניכם היום ברכה וקללה"; "זעט, איך שטעל פֿאַר אײַך הײַנט אַ ברירה — אַ ברכה און אַ קללה", האָט דער אייבערשטער געזאָגט די ייִדן. אויב איר וועט זיך צוהערן צו מײַנע מיצוות, וועט איר געבענטשט ווערן; אויב איר וועט זיך נישט צוהערן, און וועט דינען פֿרעמדע געטער, "וועלכע איר האָט נישט געקענט", וועט איר פֿאַרשאָלטן ווערן. ווען מע רעדט וועגן דעם ייִדישן לעבן אין גלות, שטעלן זיך אַ סך מענטשן פֿאָר סטערעאָטיפּישע געשטאַלטן פֿון וואַנדערונגען אין אַ פֿרעמד לאַנד, וווּ די ייִדן האָבן זיך באַזעצט ערשט מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר צוריק. עס זענען אָבער פֿאַראַן עטלעכע לענדער, וווּ די ייִדישע קהילה האָט זיך כּסדר אַנטוויקלט במשך פֿון עטלעכע טויזנט יאָר, און דערמאָנט נאָך אַלץ אויף די אוראַלטע תּנ״כישע צײַטן — מער, ווי די הײַנטצײַטיקע מאָדערניזירטע קהילות אין ארץ-ישׂראל. "והיה עקבֿ תּשמעון" — "אויב איר וועט זיך צוהערן און אָפּהיטן די מיצוות, וועט דער אייבערשטער אָפּהיטן דעם בונד, וועלכן ער האָט געשלאָסן מיט אײַערע אָבֿות". דאָס אומגעוויינטלעכע פֿילדײַטיקע וואָרט "עקבֿ", וואָס ווערט דאָ איבערגעזעצט ווי "אויב", מיינט אויך אַ "פּיאַטע". רש״י דערקלערט דעם דאָזיקן פּסוק ווי אַן אָנזאָג מקיים צו זײַן אַלע מיצוות, אַרײַנגערעכנט די, וואָס אַ סך מענטשן איגנאָרירן, "טרעטן אויף זיי מיט זייערע פּיאַטעס". דאָס זעלבע וואָרט איז אויך פֿאַרבונדן מיטן נאָמען "יעקבֿ", וועלכער איז מרמז אויף חכמה און קלוגשאַפֿט. מיט 500 יאָר צוריק, דעם צענטן טאָג אינעם חודש אָבֿ, איז אין פּאַדווע, איטאַליע, ניפֿטר געוואָרן הרבֿ דון יצחק אַברבנאל (אַבאַרבאַנעל אָדער אַבראַבאַנעל) — איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע דענקער און תּורה-מפֿרשים, אַ מענטש מיט אַ שטורמישער, אומגעוויינטלעכער און טרויעריקער ביאָגראַפֿיע. אַזוי ווי אַנדערע קלאַסישע ספֿרים-מחברים, ווערט ער אָנגערופֿן בײַם פֿאָלק פּשוט — "דער אַברבנאל". יצחק אַברבנאל איז געבוירן געוואָרן אין ליסאַבאָן, פּאָרטוגאַל, אין אַ באַקאַנטער ספֿרדישער משפּחה, אינעם מדרש שטייט, אַז משיח איז געבוירן געוואָרן אינעם זעלבן טאָג, ווען דער בית-המיקדש איז חרובֿ געוואָרן. דאָס מיינט, ווי עס דערקלערן אַ צאָל מפֿרשים, אַז אין די צרות און וואַנדערונגען פֿונעם גלות קאָן מען דערזען דאָס "קערנדל" פֿון דער קומענדיקער גאולה, ווען די גאַנצע מענטשהייט וועט דערגרייכן שלום און אייניקייט; די פֿאַרשקלאַפֿערישע "גלות-כּוחות" אין דער מענטשלעכער געשיכטע ווערן אָפֿט פּאַראַדאָקסיש פֿאַרבונדן מיט די באַפֿרײַערישע "גאולה-טענדענצן". הגם דער אייבערשטער האָט שוין געזאָגט משה רבינו, אַז ער וועט נישט קאָנען אַרײַנקומען אין ארץ-ישׂראל, האָט משה געבעטן אים "אַריבערצופֿירן און ווײַזן דאָס לאַנד". ווי עס שטייט אין אַ מדרש, איז זײַן בקשה אויסגעפֿירט געוואָרן אויף אַן אומגעוויינטלעכן אופֿן: דער באַשעפֿער האָט אים געהייסן אַרויפֿצוגיין אויף אַ באַרג, פֿון וועלכן משה האָט דערזען דאָס לאַנד אַזוי קלאָר, ווי ער וואָלט דאָרט ממש געווען; אין דער הײַנטיקער תּקופֿה וואָלט מען געזאָגט, אַז ער האָט באַזוכט ארץ-ישׂראל אין אַ מין "ווירטועלער רעאַליטעט". די חסידישע ספֿרים דערקלערן אויך, אַז די השפּעה פֿון אַן עכטן צדיק בלײַבט אין דער וועלט נאָך זײַן טויט נאָך שטאַרקער, ווי בײַם לעבן. צוליב זײַן תּפֿילה, האָט משה רבינו באַקומען די מעגלעכקייט משפּיע צו זײַן אויפֿן ייִדישן פֿאָלק אויך אין ארץ-ישׂראל. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע פֿיר טיילן פֿון דער תּורה, וועלכע משה רבינו האָט באַקומען דירעקט פֿונעם אייבערשטן, איז דער לעצטער חלק פֿונעם חומש, "דבֿרים", באַגרינדעט אויף משה-רבינוס אייגענע דרשות. דער "זוהר" דערקלערט, אַז דער חומש "דבֿרים" ווערט אָנגערופֿן "משנה-תּורה", "איבערחזרונג פֿון דער תּורה", ווײַל ער אַנטהאַלט די קללות, וועלכער משה רבינו האָט געזאָגט "פֿון זיך אַליין". די ערשטע פֿיר חלקים פֿונעם חומש האָט משה רבינו באַקומען דירעקט פֿונעם אייבערשטן; דעם לעצטן חלק, דבֿרים, האָט משה פֿאַרשריבן אַליין, ברוח-הקודש און מיט דער הסכּמה פֿונעם באַשעפֿער — דערפֿאַר ווערט עס אָנגערופֿן "משנה-תּורה" — "איבערחזרונג" פֿון דער תּורה. אַזוי ווי די גאַנצע תּורה, קומט דבֿרים אויך פֿונעם אייבערשטן, אָבער אויף אַן אַנדער אופֿן. דערפֿאַר קען די הײַנטיקע פּרשה באַטראַכט ווערן ווי די לעצטע אינעם ערשטן און גרעסטן "בלאָק" פֿונעם חומש. דעם 17טן אויגוסט וועט אין ירושלים זיך עפֿענען אַ נײַער מוזיי, געווידמעט דער געשיכטע פֿון קבלה און חסידות. אַלע אונטערנעמונגען און בילדונג-פּראָגראַמען אינעם מוזיי וועלן דורכגעפֿירט ווערן אויף אַן עגאַליטאַרן אופֿן, דערמעגלעכנדיק מענער און פֿרויען, ייִדן און ניט-ייִדן, צו באַקענען זיך מיט די אוצרות פֿון דער ייִדישער מיסטישער טראַדיציע אויף אַן אויטענטישן אופֿן. משה רבינו האָט זיך געווענדט צו די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים, און האָט זיי איבערגעגעבן די הלכות פֿון נדרים. "זה הדבֿר" — "דאָס איז די זאַך", וואָס דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט: ווען מע טוט אַ נדר, מוז מען עס מקיים זײַן. אין אַ צאָל אַנדערע ערטער אינעם תּנ״ך, האָבן די נבֿיאים, אַרײַנגערעכנט משה, אויסגענוצט דעם אַרײַנפֿיר-אויסדרוק "כה אָמר השם" — "אַזוי האָט געזאָגט דער אייבערשטער". דער מדרש איז מסביר, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע נבֿיאים, בײַם סוף פֿערציק יאָר, וואָס די ייִדן האָבן אָפּגעוואַנדערט אינעם מידבר, האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו באַשטעטיקן דעם נײַעם מנהיג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק — יהושע בן נון. די חז"ל פֿאַרגלײַכן משהס פּנים, זײַן פּערזענלעכקייט, צו דער זון, און יהושעס פּנים צו דער לבֿנה. אַזוי ווי די לבֿנה, וואָס האָט נישט קיין אייגן ליכט, נאָר שפּיגלט בלויז אָפּ די זון־שטראַלן, איז יהושע געווען דער געטרײַסטער און נאָענטסטער תּלמיד פֿון משה רבינו; זײַן עיקר־עבֿודה איז נישט באַשטאַנען אין מחדש צו זײַן די אייגענע חידושים אין דער תּורה, נאָר אין איבערגעבן פּינקטלעך דאָס, וואָס ער האָט געלערנט פֿון זײַן גרויסן רבין. |