- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"ויקרא אל משה, וידבר ה׳ אליו" — און דער אייבערשטער האָט גערופֿן משה רבינו, און אָנגעזאָגט אים, ווי אַזוי מע זאָל ברענגען די קרבנות. דעם הײַנטיקן שבת, הייבן מיר אָן לייענען דעם דריטן טייל פֿונעם חומש, "ויקראָ", וווּ עס רעדט זיך, דער עיקר, וועגן קרבנות און אַנדערע ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער עבֿודה, וואָס די כּהנים פֿלעגן אויספֿירן אינעם בית־המיקדש. צוליב דעם, ווערט דער חומש "ויקראָ" אויך אָנגערופֿן "תּורת־כּהנים". אין די הײַנטיקע צוויי פּרשיות ווערט ווײַטער דערציילט וועגן דעם משכּן. דאָס וואָרט "ויקהל", וואָס מיינט "ער האָט צונויפֿגערופֿן". משה רבינו האָט געוואָרנט די ייִדן, אַז זיי טאָרן נישט טאָן שבת קיין מלאָכה; די חז״ל דערקלערן, אַז דער דאָזיקער אָנזאָג ווײַזט אָן, אַז מע האָט געמעגט זיך באַטייליקן אין מלאכת־המשכּן בלויז אין דער וואָכן. מיט דרײַ וואָכן צוריק, האָבן מיר שוין באַטראַכט די מעשׂה פֿון מחצית־השקל, אין שײַכות מיטן פֿאַרגאַנגענעם "שבת־שקלים", ווען מע האָט געלייענט די דאָזיקע מעשׂה אין אַ באַזונדערער ספֿר־תּורה, ווי אַ מפֿטיר־פּרשה צו דער סדרה "משפּטים". דער אייבערשטער האָט געהייסן צו זאַמלען פֿון אַלע ייִדן אַ האַלבן שקל, אַ קליינע מאָס זילבער, כּדי דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זיך באַטייליקן אינעם אויפֿשטעלן דעם משכּן. "ואתּה תצוה" — און דו, משה־רבינו, זאָלסט אָנזאָגן די ייִדן, זיי זאָלן ברענגען דעם ריינעם איילבערט־אייל, כּדי אָנצוצינדן דעם "אייביקן לײַכטער" אינעם משכּן. ווײַטער הייסט די תּורה אָנצינדן די מנורה יעדן טאָג, פֿון אָוונט ביז פֿרימאָרגן. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס הייסט עס "אַן אייביקער לײַכטער"? דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער סדרה, "תּצוה", איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "מיצווה". אינעם חומש איז פֿאַראַן נאָך אַ פּרשה, וואָס איר נאָמען שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש — "צו". מיט צוויי וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "יתרו", ווערט דערציילט, ווי די ייִדן האָבן מקבל געווען די תּורה אויפֿן באַרג סיני. דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט באַקומען אויף אַ דירעקטן אופֿן די ערשטע צוויי געבאָט — צו גלייבן אין ג־ט, וואָס ער האָט זיי אויסגעלייזט פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ, און נישט צו דינען די פֿאַלשע געטער. די עשׂרת־הדברות, בפֿרט די דאָזיקע צוויי מיצוות, זענען די עיקר־פּרינציפּן, אויף וועלכע עס "שטייט" די גאַנצע תּורה. מיט 200 יאָר צוריק איז אין שרוסבערי, גראַפֿנשאַפֿט שראָפּשיר, געבוירן געוואָרן טשאַרלז דאַרווין — דער געניאַלער וויסנשאַפֿטלער, וואָס זײַן טעאָריע האָט שטאַרק געווירקט נישט בלויז אויף פֿאַרשיידענע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, נאָר אויך אויף דער אַנטוויקלונג פֿון פֿילאָסאָפֿישע, סאָציאַלע און רעליגיעזע דעות פֿון אונדזער תּקופֿה. בלויז אַ געציילטע צאָל וויסנשאַפֿטלער אין דער געשיכטע האָבן אַרויסגערופֿן אַ "פּאַראַדיגמע־בײַט" פֿון אַזאַ פֿאַרנעם. "ואלה המשפּטים" — "און דאָס זענען די געזעצן, וואָס דו זאָלסט איבערגעבן די ייִדן", האָט דער אייבערשטער געזאָגט צו משה רבינו. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט אַ ריי מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן, דער עיקר, מיט פֿאַרשיידענע סיכסוכים און סאָציאַלע באַציִונגען צווישן מענטשן. הײַנט איז אויך שבת־שקלים — דער "ספּעציעלער" שבת, וואָס קומט פֿאַרן ראָש־חודש אָדר, ווען מע לייענט אין דער צווייטער ספֿר־תּורה וועגן דער מעשׂה מיטן "מחצית־השקל" — ווי די ייִדן האָבן מנדבֿ געווען אַ האַלבן זילבערנעם שקל, כּדי אָנטיילצונעמען אין דער אויפֿשטעלונג פֿונעם משכּן. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יתרו, משה רבינוס שווער, דערהערט וועגן די גרויסע ניסים, וואָס דער אייבערשטער האָט געטאָן פֿאַר די ייִדן. ער איז געקומען צו משה, צוזאַמען מיט משהס ווײַב און צוויי זין. בײַם אָנהייב, איז יתרו נישט געווען קיין ייִד; ער האָט אָבער באַשלאָסן זיך מגייר זײַן, און האָט זיך באַטייליקט אין די ייִדישע וואַנדערונגען אינעם מידבר. ווען פּרעה האָט באַשלאָסן נאָכצויאָגן די ייִדן און זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן, האָט דאָס וואַסער אינעם ים־סוף זיך געשפּאָלטן על־פּי־נס. די ייִדן זענען אַריבערגעגאַנגען אויף יענער זײַט ים, אינעם מידבר, און זייערע רודפֿים זענען דערטרונקען געוואָרן, ווען דאָס וואַסער האָט זיך צונויפֿגעגאָסן צוריק. אַ טייל ייִדן האָבן געטענהט, אַז אינעם מידבר וועלן זיי בלײַבן הונגעריק און דורשטיק. נאָך דרײַ טעג וואַנדערונגען אָן שפּײַז און וואַסער, האָבן זיי, צום סוף, געפֿונען אַ קוואַל; דער באַשעפֿער האָט געזאָגט משה רבינו: "קום צו פּרעה, ווײַל איך האָב האַרט געמאַכט זײַן האַרץ און דאָס האַרץ פֿון זײַנע באַדינער". צו ווײַזן די ייִדן זײַן גרויסקייט, זיי זאָלן דערציילן זייערע קינדער און אייניקלעך וועגן די ניסים פֿון יציאת־מצרים, האָט דער אייבערשטער אַרײַנגעלייגט אין פּרעהס האַרץ די אומוויליקייט אַרויסצולאָזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, כּדי צו באַשטראָפֿן דאָס לאַנד מיט די לעצטע דרײַ מכּות: אַרבה (היישעריקן), חושך און מכת־בכורות. ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿאָריקער פּרשה, האָט פּרעה זיך אָפּגעזאָגט אויסצופֿירן משהס און אַהרנס בקשה צו לאָזן די ייִדן ברענגען קרבנות אינעם מדבר: "ווער איז אײַער ג-ט, אַז איך זאָל זיך צוהערן צו זײַן קול?". ווי מיר האָבן עס באַהאַנדלט אינעם פֿריִערדיקן פּרשה־אַרטיקל, ווערט אין דער פֿאָריקער סדרה, "שמות", דערקלערט די סיבה, פֿאַרוואָס האָט דער באַשעפֿער אַ סך פֿאַרשיידענע נעמען. "ואלה שמות בני ישׂראל הבאָים מצרימה" — "און דאָס זענען די נעמען פֿון בני-ישׂראל, וואָס זענען אָנגעקומען קיין מצרים". בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה ווערט איבערגעציילט די צוועלף יעקבֿס זין, און עס ווערט איבערגעגעבן, אַז די צאָל פֿון זײַנע אָפּשטאַמלינגען, וואָס זענען אָנגעקומען קיין מצרים, האָט באַטראָפֿן 70 נפֿשות. ווען יוסף און זײַן גאַנצער דור זענען ניפֿטר געוואָרן, איז אין מצרים געקומען צו דער מאַכט אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט פֿאַרשקלאַפֿט די ייִדן און געצוווּנגען זיי צו טאָן אַ ביטער-שווערע אַרבעט. |