פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי מיר האָבן שוין נישט איין מאָל באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, זענען די נעמען פֿון די סדרות פֿאַרבונדן מיט זייער אינהאַלט און מיט די לימודים, וואָס מיר לערנען פֿון זיי אָפּ, און אויך מיט דער צײַט, ווען זיי ווערן געלייענט אין דער שיל.

די חז״ל און קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן, אַז "אין מוקדם ומאוחר בתּורה" — די תּורה פֿאָלגט נישט דעם כראָנאָלאָגישן סדר.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן פֿון אַן אומגעוויינטלעכן ענין: אויב אַ ייִד גייט אַרויס אויף אַ מלחמה, "כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", האָט ער אַ רעכט צו פֿאַרכאַפּן אַ שיינע ניט־ייִדישע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", און חתונה צו האָבן מיט איר, אויב זי איז מסכּים זין מגייר צו זײַן און ווערן אַ ייִדענע. די גמרא פּסקנט, אַז מע מעג עס טאָן אַפֿילו אין אַ פֿאַל, ווען די פֿרוי איז אַ חתונה־געהאַטע.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"שופֿטים ושוטרים תּתּן לך בכל שעריך" — די תּורה הייסט אײַנצושטעלן דיינים אין "אַלע אײַערע טויערן". בזמן־הבית, אין די צײַטן, ווען דער בית-המיקדש איז געשטאַנען, פֿלעגט מען באַשטימען ספּעציעלע "שוטרים", אויפֿזעער, וואָס האָבן געצוווּנגען דאָס פֿאָלק צו פֿאָלגן די באַשלוסן פֿון די שופֿטים. הײַנט, בזמן-הגלות, פּסקענען די הײַנטצײַטיקע רבנים בלויז די שאלות, און האָבן נישט קיין רעכט אָנצוּווענדן דעם צוואַנג־כּוח.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות ווערט געבראַכט די וויכטיקסטע ייִדישע תּפֿילה, "שמע ישׂראל"; די צען געבאָט, וועגן וועלכע די ייִדן האָבן דערהערט בײַם באַרג סיני, די מיצווה צו לערנען די תּורה מיט די קינדער און אַ צאָל אַנדערע זאַכן, וואָס האָבן צו טאָן מיטן ענין פֿון חוש־השמיעה — די פֿעיִקייט צו הערן.

"שמע ישׂראל" — דער אייבערשטער הייסט די ייִדן זיך אײַנצוהערן, כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז ער איז דער איינציקער ג־ט, דער איינציקער, אמתער עצם און קוואַל פֿון אַלץ.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה רופֿט משה רבינו ווײַטער די ייִדן צו היטן די מיצוות, און טאַדלט זיי פֿאַר דעם גאָלדענעם קאַלב, דעם מחלוקת פֿון קורח און אַנדערע חטאָים. "והיה עקבֿ תּשמעון" — "אויב איר וועט זיך צוהערן" צו די מיצוות, וועט דער אייבערשטער אָפּהיטן דעם בונד, וואָס ער האָט געשלאָסן מיט אײַערע אָבֿות, און וועט זיך באַציִען צו אײַך מיט חסד און ליבשאַפֿט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ואתחנן אל ה׳" — "און איך האָב געבעטן דעם אייבערשטן". הגם משה רבינו האָט געוווּסט, אַז ער מוז שטאַרבן אינעם מידבר און וועט נישט קאָנען אַרײַנקומען קיין ארץ־ישׂראל, האָט ער געבעטן דעם באַשעפֿער צו געבן אים אַ מעגלעכקייט "אַריבערצוגיין און זען דאָס לאַנד". לויטן מדרש, האָט דער אייבערשטער דערמעגלעכט משה רבינו צו דערזען דאָס הייליקע לאַנד אַזוי קלאָר, ווי ער וואָלט דאָרטן פֿיזיש געווען.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון דער הײַנטיקער וואָך ביזן סוף יאָר לייענען מיר דעם לעצטן טייל פֿונעם חומש, "דבֿרים", וואָס ווערט אויך אָנגערופֿן "משנה תּורה" — "איבערחזרונג פֿון דער תּורה".

ווען משה רבינוס לעבן איז צוגעקומען צו דעם סוף, אין די לעצטע וואָכן פֿאַר זײַן פּטירה, האָט דער אייבערשטער אים געהייסן איבערצוחזרן די תּורה מיט די ייִדן און צו טאַדלען זיי פֿאַר זייערע עבֿירות, און וואָרענען, זיי זאָלן נישט זינדיקן נאָכן טויט פֿון זייער מנהיג.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ערשטע פּרשה אין דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה, "מטות", הייבט זיך אָן מיטן ענין פֿון נדרים. דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט, אַז ווען מע טוט אַ נדר, מוז מען עס מקיים זײַן. "זה הדבֿר" — "דאָס איז די זאַך".

די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזאַ דײַטלעכער אויסדרוק ווײַזט אָן, אַז משה רבינו האָט מקבל געווען די נבֿואה אויף אַ מער קלאָרן אופֿן, ווי די שפּעטערדיקע נבֿיאים. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע אויסדרוקן, וואָס טרעפֿן זיך אָפֿטער אין תּנ״ך, וווּ די נבֿיאים זאָגן: "כה אָמר השם" ("אַזוי האָט געזאָגט דער אייבערשטער"), האָט משה רבינו משׂיג געווען די מיצוות מער דירעקט. פֿאַר אים זענען זיי אַנטפּלעקט געוואָרן ווי קלאָרע זאַכן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי מיר האָבן עס שוין באַהאַנדלט אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, האָט דער בייזער מכשף בלעם, ווען ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער אייבערשטער לאָזט אים נישט צו שעלטן די ייִדן, זיך דערטראַכט צו אַן אַנדער עצה: אַרײַנצושיקן די מואבֿישע פֿרויען אינעם ייִדישן לאַגער, כּדי די ייִדן זאָלן אָנהייבן זינדיקן מיט זיי, און זאָלן מיט דעם ברענגען זיך אַליין אַ היזק. אַ טייל פֿון די פֿרעמדע פֿרויען האָבן טאַקע פֿאַרפֿירט די ייִדן, און האָבן זיי אײַנגערעדט צו דינען זייער עבֿודה-זרה; עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ שטאַרקע מגפֿה, אין וועלכער עס זענען אומגעקומען 24 טויזנט נפֿשות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כּדי זיך אָפּצורייניקן פֿון טומאת־מת — די גײַסטיקע אומרייניקייט, וואָס קומט פֿון אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן — פֿלעגט דער כּהן-גדול, אָדער זײַן שותּף, צוגרייטן דאָס ספּעציעלע אַש פֿון אַ רויטער (ברוינער) קו, "פּרה אדומה".

הײַנט, נאָכן חורבן פֿונעם בית־המיקדש, בלײַבט דער ענין פֿון טומאת־מת אַקטועל, דער עיקר, בלויז פֿאַר די כּהנים, וועלכע טאָרן נישט האָבן קיין קאָנטאַקט מיט די טויטע. אין די תּנ״כישע צײַטן, אָבער, האָבן די ייִדן געמוזט זיך מטהר זײַן דורך אַ גאָר קאָמפּליצירטן פּראָצעס, כּדי צו האָבן דאָס רשות אַרײַנצוקומען אינעם בית־המיקדש און אָנרירן די קרבנות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

קורח, אַ ייִד פֿונעם שבֿט לוי, איז געבליבן אומצופֿרידן מיט דעם, ווי אַזוי משה רבינו פֿירט אָן מיטן ייִדישן פֿאָלק. צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי חשובֿע פֿאָרשטייער פֿונעם שבֿט ראובֿן, האָט ער געטענהט, אַז משה רבינו טאָר זיך ניט האַלטן העכער, ווי אַנדערע ייִדן. קורח האָט אויך געהאַלטן, אַז ער האָט רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן, ווײַל ער איז פּונקט אַזאַ מיוחסדיקער לוי, ווי זײַן קרובֿ, אַהרן הכּהן.

רעליגיע, קולטור, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
צי איז דער וואַנדערנדיקער בעטלער אליהו הנבֿיא?

שווער צו געפֿינען נאָך אַן אַנדער פּערזענלעכקייט אין דער ייִדישער לעגענדע־טראַדיציע, וואָס זאָל זײַן אַזוי טיף אין איר פֿאַרוואָרצלט ווי אליהו הנבֿיא. אויף פּראָסט ייִדיש, רעדט מען אַרויס דעם נאָמען עליע נבֿיא, און אין מײַן קרובֿהס נוסח פֿון "גאָט פֿון אַבֿרהם", זאָגט זי אַפֿילו "עליע־נבֿיא הנבֿיא (!), אליהו התּשבי, משיח דערלייזער, משיח בן־דוד...". די לעגענדעס וועגן אליהו הנבֿיא דרייען זיך אַרום פֿאַרשיידענע געדאַנקען און טעמעס, און אַבֿרהם מענעס, דער צונויפֿשטעלער פֿון דער אַרומנעמיקער זאַמלונג, "אליהו הנבֿיא: