- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
לויט דער ייִדישער מסורה, האָט דער אַכזריותדיקער מלך נמרוד, וועלכער האָט געגרינדעט די ערשטע וועלט-אימפּעריע מיטן צענטער אין "ארץ שנער", שומער, געהייסן אויפֿצובויען די שטאָט בבֿל, מיט אַ ריזיקן טורעם ביזן הימל. ווי עס שטייט אין דער תּורה, האָבן די אײַנוווינער פֿון שנער געוואָלט "קריגן אַ שם, כּדי נישט צו ווערן צעזייט איבער דער ערד". צוליב אַ ריי ענלעכקייטן, פֿאַרבינדן די היסטאָריקער די דאָזיקע מעשׂה מיט דער אַקאַדישער אימפּעריע, געשאַפֿן אין מעסאָפּאָטאַמיע דורכן קיניג סאַרגאָן. דער באַשעפֿער האָט געהייסן נוחן צו אויסבויען די דרײַ־שטאָקיקע תּיבֿה, 300 איילן די לענג, 50 איילן די ברייט, און 30 די הייך, כּדי אַרײַנצוברענגען אַהין אַלע חיות פֿון דער וועלט, זיי זאָלן זיך ראַטעווען פֿונעם מבול. די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער אויבערשטער שטאָק איז געווען פֿאַר די מענטשן, דער צווייטער — פֿאַר די חיות, און דער אונטערשטער — פֿאַרן מיסט. דער אייבערשטער האָט אויך באַזונדערס געהייסן צו מאַכן אין דער תּיבֿה אַ פֿענצטער; לויט אַן אַנדער פּשט, האָט נוח אַרײַנגעבראַכט אַהין אַ קינסטלעכן ליכט-קוואַל — אַ געוויסן מיסטעריעזן שײַנענדיקן שטיין. "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ" — "בײַם אָנהייב האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד"; אַ צאָל קלאַסישע מפֿרשים טײַטשן דעם ערשטן פּסוק פֿון דער תּורה אַ ביסל אַנדערש: "בײַם אָנהייב פֿונעם שאַפֿן דעם הימל און די ערד, האָט דער אייבערשטער...". לויט אַזאַ אָפּטײַטש, דערציילט דער דאָזיקער פּסוק וועגן דעם פּראָצעס פֿון באַשאַפֿונג, און נישט וועגן אַ פֿאַרענדיקט געשעעניש. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט אינעם פֿאָריקן אַרטיקל, איז דער יום-טובֿ סוכּות אַ המשך פֿון די ימים-נוראָים. ראָש-השנה און יום-כּיפּור, דורך דער עבֿודת-התּשובֿה, קערן זיך אונדזערע נשמות אום צו זייער ג-טלעכן קוואַל. אין דער פּרשה "אַחרי מות", וווּ עס ווערן באַשריבן די יום-כּיפּורדיקע קרבנות, ווערט דערקלערט, אַז דעם טאָג פֿאַרגיט דער באַשעפֿער אַלע עבֿירות: "לפֿני השם תטהרו" — "איר וועט ריין ווערן פֿאַר ג-ט". על-פּי חסידות, האָט דער דאָזיקער אויסדרוק, וועלכער שטייט אויך עטלעכע מאָל אינעם מחזור, אַ טיפֿערן באַדײַט. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אינעם פֿאָריקן אַרטיקל, באַשטייט נישט די יום-כּיפּורדיקע עבֿודת-התּשובֿה בלויז אין בעטן דעם אייבערשטן צו פֿאַרגעבן אונדזערע עבֿירות. דאָס וואָרט "תּשובֿה" מיינט "אומקערונג". דעם הייליקן טאָג, ווען מיר זאָגן זיך אָפּ צו פֿון אונדזערע טאָג-טעגלעכע פֿאַרגעניגנס און דאַוונען מיט כּוונה און מסירת-נפֿש, הייבן מיר זיך אויף, לכל-הפּחות אומבאַוווּסטזיניק, צו דער מדרגה פֿון מלאָכים, און נאָך העכער — ביז דער עצמדיקער אייניקייט מיט ג-טלעכקייט. "וילך משה" — און משה איז געגאַנגען צום ייִדישן פֿאָלק, און געזאָגט, אַז ער איז שוין הונדערט און צוואָנציק יאָר אַלט, און קען מער נישט לערנען מיט זיי די תּורה. רש״י דערקלערט, אַז משה רבינו איז ביז זײַן לעצטן טאָג געבליבן געזונט און שטאַרק; דער אייבערשטער האָט אים אָבער געהייסן איבערצוגעבן זײַן פֿירערשאַפֿט צו זײַן תּלמיד, יהושע בן-נון. ייִדישער פּלוראַליזם עס איז איבעריק איבערצוחזרן דעם פֿאַקט, אַז ייִדן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פּלוראַליסטישע געזעלשאַפֿט פּאָליטיש, קולטורעל און רעליגיעז. ווי אַ וועלט־פֿאָלק, זײַנען הײַנט צו טאָג, נאָכן חורבן אייראָפּע, די שפּראַכלעכע אונטערשיידן די האַרבסטע. ייִדיש איז באַעוולט געוואָרן אין ישׂראל און העברעיִש האָט ניט פֿאַרנומען איר פּלאַץ אין די תּפֿוצות. ייִדיש איז געווען דער גלאָבאַלער בולטסטער פֿענאָמען פֿון "דאָס פּינטעלע ייִד". קול תּקיעה וקול תּרועה — און עס קומט נאָך אַלץ ניט די ישועה דער שורש פֿונעם וואָרט "שופֿר" איז פֿאַרבונדן, האַלט מען הײַנט, מיטן וואָרט פֿאַר אַ ווילדן שעפֿל. די בלאָז־קלאַנגען פֿונעם שופֿר "תּקיעה" און "תּרועה" ווערן דערמאָנט אין חומש. ווי וויכטיק איז די ראָלע פֿונעם שופֿר אין דער צײַט פֿונעם נײַעם יאָר, זעט מען שוין אין דער פֿאַרצייכענונג פֿון ראָש־השנה ווי "יום-תּרועה" אין חומש. "אַתּם נצבֿים היום כּולכם" — "איר שטייט הײַנט אַלע פֿאַרן אייבערשטן, פֿון אײַערע ראָשים און עלטערע, ביז אײַערע קינדער, האָלצהעקער און וואַסערשעפּער". משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן, כּדי זיי אַרײַנצוברענגען אין אַ קאָלעקטיוון בונד מיטן באַשעפֿער; די גמרא זאָגט, אַז דער נאָמען פֿונעם אָרט, וווּ די דאָזיקער פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען, "ערבֿות-מואבֿ", איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "ערבֿות" — קעגנזײַטיקע אַחריות. יעדער ייִד, ווי עס האָט משה רבינו דערקלערט זײַן פֿאָלק, טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן צווייטן. "כּי תבֿוא אל האָרץ", ווען איר וועט זיך באַזעצן אין ארץ-ישׂראל, זאָלט איר ברענגען די ערשטע פּירות פֿון אײַער גערעטעניש אינעם משכּן, בית-המיקדש — זאָגט דער אייבערשטער אָן בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. בײַם ברענגען די ערשטע פּירות, "ביכּורים", פֿלעגן די ייִדן זאָגן געוויסע פּסוקים, צו באַדאַנקען דעם באַשעפֿער פֿאַרן באַפֿרײַען די ייִדן פֿון מצרים; די זעלבע פּסוקים זענען אויך אַרײַן אין דער פּסחדיקער הגדה. אַ טייל מענטשן מיינען, אַז דער געאָגראַפֿישער אַספּעקט פֿון ייִדישקייט קאָן רעדוצירט ווערן צום כּותל-המערבֿי און אַנדערע ערטער אין ארץ־ישׂראל; הגם בײַ אַ טייל פֿרומע ייִדן אין דער וועלט שפּילן אויך אַ גרויסע ראָלע אַזעלכע הײַנטיקע ייִדישע צענטערס, ווי לייקוווּד אָדער אַנטווערפּן, ווערן זיי געוויינטלעך באַטראַכט בלויז ווי צופֿעליקע און צײַטווײַליקע. אַ סך ערטער, וווּ די ייִדן האָבן אַמאָל געלעבט — אין בבֿל, שפּאַניע, ליטע, פּוילן און אַנדערע לענדער — זענען יאָ פֿאַראייביקט געוואָרן אינעם פֿאָלק-זכּרון און די הייליקע ספֿרים, אָבער בלויז ווי סימבאָלן, אָפּגעריסן פֿון דער רעאַלער געאָגראַפֿישער מאַפּע. "כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", ווען דו גייסט אַרויס אויף אַ מלחמה קעגן דײַנע שׂונאים, און וועסט פֿאַרכאַפּן אַ שיינע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", מעגסטו מיט איר חתונה האָבן, בײַ געוויסע תּנאָים. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן געגעבן אַ סך מיצוות, אַרײַנגערעכנט די פליכט אומצוקערן די בעלי-בתּים פֿאַרלוירענע חפֿצים; צו פֿאַרזיכערן די סכּנותדיקע ערטער אינעם הויז פֿון מעגלעכע אומגליק-פֿאַלן; צו באַשיצן זיך און דעם צווייטן פֿון אַ רודף; דער פֿאַרבאָט פֿון ריבית (וואָכערײַ); צו באַערן די טויטע; צו האָבן חתונה און צו מאַכן גליקלעך דאָס ווײַב, און אַנדערע אַקטועלע ענינים. |