- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"ויהי בשלח פּרעה את העם". פּרעה האָט פֿאַרטריבן דאָס ייִדישע פֿאָלק, כּדי אָפּצושטעלן די מכּות. ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, האָט דער בייזער קיניג באַשלאָסן זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן. ווען די ייִדן זענען צוגעקומען אין געאײַל צו דעם ברעג פֿונעם ים־סוף, מיינענדיק, אַז די מיצרים וועלן זיי באַלד דעריאָגן, האָט דער אייבערשטער געמאַכט אַ נס: משה רבינו האָט אויסגעשטרעקט זײַן שטעקן, און דאָס וואַסער אינעם ים־סוף האָט זיך צעשפּאָלטן. נאָך אַ גאַנצער ריי משונהדיקע צרות, האָט פּרעה געהייסן די ייִדן צו פֿאַרלאָזן מצרים. אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט די ייִדן, זיי זאָלן ציילן די חדשים פֿונעם יאָר פֿון ניסן אָן — דער חודש, ווען זיי זענען אַרויס פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ. הגם דאָס ייִדישע יאָר הייבט זיך אָן פֿון ראָש־השנה, ווערט ניסן באַטראַכט ווי דער ערשטער חודש. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, האָט דער אייבערשטער זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משה רבינו אין אַ ברענענדיקן קוסט מיט אַ גוטער בשׂורה, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿונעם ביטערן מצרישן גלות. דער באַשעפֿער האָט געזאָגט משהן, אַז ער הייסט "א־ה־י־ה אשר א־ה־י־ה" — "איך בין וואָס איך בין". אַזאַ נאָמען ווײַזט אָן, אַז ער איז העכער פֿון אַלע באַגריפֿן, און קאָן נישט באַשריבן ווערן בלויז מיט אַזאַ ציקלישער דעפֿיניציע. יעקבֿס משפּחה, בסך־הכּל 70 נפֿשות, האָבן זיך אַריבערגעקליבן קיין מצרים. בײַם אָנהייב, האָבן זיי געלעבט רויִק. ווען יוסף און זײַן גאַנצער דור זענען ניפֿטר געוואָרן, איז צו דער מאַכט געקומען אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט אָנגעהויבן פֿאַרשקלאַפֿן און פֿאַרפֿאָלגן די ייִדן. מיט עטלעכע דורות שפּעטער, איז דער מצבֿ געוואָרן נאָך ביטערער. דורך אַסטראָלאָגישע חשבונות, האָבן די מיצרישע חכמים פֿאָרויסגעזאָגט, אַז בײַ די ייִדן וועט געבוירן ווערן אַ מנהיג, וועלכער וועט זיי אויסלייזן פֿון שקלאַפֿערײַ. צוויי סדרות אינעם חומש טראָגן אַ נאָמען, וואָס האָט צו טאָן מיטן ענין פֿון לעבן: "חיי שׂרה" און די הײַנטיקע פּרשה, "ויחי". בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה "חיי שׂרה" גיט אונדז די תּורה צו וויסן, אַז שׂרה איז געשטאָרבן בײַ 127 יאָר; ווײַטער גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי אַבֿרהם האָט זי באַערדיקט אין דער מערכת־המכפּלה. דערנאָך ווערט דערציילט, ווי אַבֿרהמס באַדינער, אליעזר, האָט געפֿונען דעם שידוך פֿאַר יצחקן. אין דער פֿריערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יוסף איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון תּפֿיסה, צוליב זײַנע נבֿיאיִשע חלומות, און האָט געגעבן פּרעה אַן עצה, ווי אַזוי צו ראַטעווען מצרים פֿון הונגער. צוליב דעם, האָט פּרעה אים באַשטימט ווי אַ שני־למלך, און יוסף האָט חתונה געהאַט מיט אָסנת — פּוטיפֿאַרס טאָכטער. דער הונגער האָט אויך אויסגעבראָכן אין ארץ-כּנען, דערפֿאַר האָט יעקבֿ געשיקט אַלע זײַנע קינדער, אַחוץ בנימין, ר’ משה פֿײַערשטיין איז געבוירן געוואָרן אין שוועדן און האָט שטודירט אין פֿאַרשידענע אוניווערסיטעטן און ישיבֿות פֿון אַמעריקע און ישׂראל. ער האָט באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿונעם טעמפּל־אוניווערסיטעט אין פֿילאַדעלפֿיע; ער איז געווען אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מערילענד, קאָרנעל־אוניווערסיטעט, הויכשול פֿאַר ייִדישע שטודיען אין הײַדלבערג און אַנדערע אינסטיטוציעס. ביזן יאָר 2000 האָט ער געדינט ווי אַ טשאַפּלען אין דער אַמעריקאַנער מיליטערישער אַוויאַציע. ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿאָריקער פּרשה, איז יוסף אײַנגעזעצט געוואָרן אין טורמע צוליב אַ פֿאַלשער באַשולדיקונג פֿון פּוטיפֿרס ווײַב. "ויהי מקץ שנתים ימים", כּמעט מיט צוויי יאָר שפּעטער, האָט פּרעה דערזען צוויי חלומות, אין וועלכע זיבן דאַרע קי האָבן אויפֿגעגעסן זיבן פֿעטע קי און זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אויפֿגעגעסן זיבן געראָטענע זאַנגען. "וישבֿ יעקבֿ בארץ מגורי אָבֿיו" — און יעקבֿ האָט זיך באַזעצט אינעם לאַנד פֿון זײַן טאַטן, אין ארץ-כּנען. יעקבֿ האָט געמיינט, נאָך זײַן קריגערײַ מיט עשׂו, דער מעשׂה מיט שכם און דינה און דער נקמה פֿון שמעון און לוי, דער טויט פֿון זײַן באַליבטער ווײַב רחל און זײַן טאַטן יצחק, קאָן ער זיך, סוף־כּל־סוף, אָפּרוען. פֿון אַלע זײַנע קינדער, האָט יעקבֿ באַזונדערס ליב געהאַט יוספֿן. ער האָט פֿאַר אים געמאַכט אַ "כּתונת פּסים" — אַ ספּעציעלן בונטן מלבוש, וואָס ווײַזט אָן אויף יוספֿס פֿאַרשיידענע מעלות און פֿעיִקייטן. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה האָבן מיר באַהאַנדלט דעם חילוק צווישן אַ מענטש און אַ מלאך. ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־חסידות, זענען די מלאכים בעצם "שטייענדיקע באַשעפֿענישן", וואָס בלײַבן אויף איין אָרט אָדער באַוועגן זיך בלויז אויף אַ באַשטימטן "מאַרשרוט". דער מענטש מוז אָבער שטענדיק ערגעץ גיין. אַדרבה, ווען מע שטרעבט זיך נישט אויפֿצוהייבן העכער, פֿאַלט מען ממילא אַראָפּ. צוליב דעם קאָנפֿליקט מיט זײַן ברודער, עשׂו, האָט יעקבֿ געמוזט פֿאַרלאָזן זײַן היים אין באר־שבֿע, און זיך געלאָזט קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער לבֿן. ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿריִערדיקע פּרשה, איז עשׂו געוואָרן אין כּעס צוליב דעם, וואָס יעקבֿ האָט בײַ אים צוגענומען דעם טאַטנס ספּעציעלע ברכה. אויפֿן וועג קיין חרן, איז יעקבֿ אײַנגעשלאָפֿן אין אַ געוויסן מיסטישן פּלאַץ. דאָרט האָט ער געזען אין אַ חלום, ווי מלאָכים גייען אַרויף און אַראָפּ אויף אַ "לייטער צום הימל". "ואלה תּולדות יצחק" — "און דאָס זענען די קינדער פֿון יצחק". רש״י דערקלערט, אַז די תּורה רעדט דאָ וועגן ביידע קינדער פֿון יצחק, יעקבֿ און עשׂו. די צוויי צווילינג־ברידער האָבן אָנגעהויבן זיך קריגן צווישן זיך נאָך אין זייער מאַמעס אינגעווייד. אויפֿן ערשטן בליק, איז עשׂו געווען אַ גאַנצער היפּוך פֿון יעקבֿ. די חז״ל זאָגן, אַז נאָך פֿאַרן געבורט האָט עשׂו זיך געצויגן צו עבֿודה זרה, און יעקבֿ האָט זיך געצויגן צו קדושה. |