- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקע פּרשה ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט אַבֿרהמען און שׂרהן, אַז זיי וועלן האָבן אַ זון, און געהייסן אַבֿרהם אָבֿינו צו מאַכן אַ ברית. "וירא אליו ה׳", אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית־מילה, ווען אַבֿרהם אָבֿינו איז געזעסן בײַם אַרײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט, האָט דער אייבערשטער זיך צו אים באַוויזן. דרײַ מלאכים, פֿאַרשטעלט ווי מענטשן, האָבן אים צוגעזאָגט, אַז ער וועט האָבן זײַן זון אין אַ יאָר אַרום. די מלאכים האָבן אויך איבערגעגעבן אַבֿרהמען, אַז זיי גייען איצט צו צעשטערן סדום און עמורה. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, האָט דער אייבערשטער געזאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו: "לך־לך" — גיי פֿון דײַן לאַנד, פֿון דײַן היימאָרט, און דײַן טאַטנס הויז, אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן. ווי עס שטייט אינעם מדרש, האָט דער בייזער מלך נמרוד געהייסן פֿאַרברענען אַבֿרהמען אין אַ קאַלך־אויוון, פֿאַר זײַן גײַסטיקן ווידערשטאַנד קעגן זײַן אימפּעריאַלן קולט. אַבֿרהם — וועלכער האָט דעמאָלט נאָך געהייסן אַבֿרם, אָן אַ "הא", איז געראַטעוועט געוואָרן על-פּי-נס, אָבער געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היימלאַנד, און האָט זיך געלאָזט אויפֿן וועג קיין ארץ־כּנען — דאָס נײַע לאַנד, וואָס דער אייבערשטער האָט אים אָנגעזאָגט אָנצוּווײַזן. דער אינהאַלט פֿון די תּורה־פּרשיות האָט תּמיד אַ שײַכות צו דער צײַט, ווען זיי ווערן געלייענט. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן זיך פֿאַרענדיקט די האַרבסטיקע יום־טובֿים. יעדעס יאָר לעבן מיר איבער, אויפֿן פּערזענלעכן אינערלעכן ניוואָ, דעם סדר פֿון מעשׂה־בראשית. די ימים־נוראָים איז די צײַט, ווען מיר ווערן גײַסטיק באַנײַט, אַזוי ווי באַשאַפֿן פֿון ס׳נײַ. במשך פֿונעם זיבן־טעגיקן חג־הסוכּות פֿאַרשפּרייטן מיר די דאָזיקע באַנײַונג אין אַלע זײַטן פֿון דעם עולם־הזה. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַטראַכט, ווי אַזוי די ימים־נוראָים זענען גײַסטיק פֿאַרבונדן מיטן חג־הסוכּות, אין שײַכות מיט די אותיות פֿונעם הייליקן שם־השם. יום־כּיפּור איז דער הויכפּונקט פֿונעם יאָר, ווען עס ווערט אַנטפּלעקט דאָס פּינטעלע, וואָס פֿאַרבינדט די ייִדישע נשמה מיט איר ג־טלעכן שורש. אין די ימים־נוראָים, ווי אויך במשך פֿון די עשׂרת־ימי־תּשובֿה בכלל, קערן זיך אונדזערע נשמות אום צו זייער ג-טלעכן קוואַל. אין דער תּורה שטייט געשריבן, אַז יום־כּיפּור איז דער טאָג, ווען די ייִדן ווערן ריין פֿאַרן אייבערשטן: "לפֿני השם תטהרו". דער דאָזיקער פּסוק האָט אויך אַ טיפֿערן באַדײַט. דער אייבערשטער איז, בעצם, העכער פֿון אַלע באַגריפֿן. אַפֿילו דער באַגריף "ג-ט" באַצייכנט נישט דעם אמתן אַבסאָלוט, נאָר בלויז אַ געוויסע מענטאַלע קאָנסטרוקציע, וואָס ווערט געשאַפֿן אינעם מענטשלעכן שׂכל, ווען מיר טראַכטן וועגן ג־טלעכקייט. דער הײַנטיקער יום־טובֿ, יום־כּיפּור, איז דער הייליקסטער טאָג אינעם ייִדישן לוח, ווען דער באַשעפֿער איז מוחל אונדזערע עבֿירות, אויב מיר טוען תּשובֿה ווי געהעריק. מע פֿאַסט, מע דאַוונט כּמעט אָן אַן הפֿסק אַ גאַנצן טאָג, מע איז זיך מתוודה פֿאַרן אייבערשטן און מע טראַכט, ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן אונדזער גײַסטיק לעבן און אונדזערע באַציִונגען מיט די אַנדערע מענטשן אינעם נײַעם יאָר. אין דער הײַנטיקער פּרשה לייענען מיר די נבֿיאישע שירה, וועלכע משה רבינו האָט געזאָגט אינעם לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן. אין זײַן לאַנגער פּאָעמע, וואָס באַשטייט פֿון 70 שורות, וואָרנט משה די ייִדן וועגן די שטראָפֿן, וואָס וועלן קומען, אויב זיי וועלן טאָן עבֿירות, און זאָגט זיי צו, אַז דורך זייער תּשובֿה קאָנען זיי ברענגען די גאולה. עס ווערט פֿאָרגעזעצט די זעלבע טעמע פֿון תּוכחות און תּשובֿה, וואָס פֿאַרנעמט אַ גרויסן טייל פֿונעם חומש "דבֿרים", אָבער אויף אַ פּאָעטישן אופֿן. די ערשטע העלפֿט פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער פּרשה הייסט "נצבֿים" — "איר שטייט". משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן — זקנים און קינדער, מענער און פֿרויען, אײַנגעבוירענע און גרים, מנהיגים פֿון גאַנצע שבֿטים און פּשוטע האָלצהעקער — און דערקלערט, אַז זיי זענען אַלע גלײַך פֿאַרן אייבערשטן, און טראָגן דאָס אַחריות איינער פֿאַרן צווייטן. "כּי תבֿוא אל האָרץ" — ווען איר וועט זיך באַזעצן אין ארץ-ישׂראל, זאָלט איר ברענגען די ערשטע פּירות פֿון אײַער גערעטעניש צו אַ כּהן, כּדי צו באַדאַנקען דעם באַשעפֿער פֿאַר דעם, וואָס ער האָט באַפֿרײַט די ייִדן פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ און געבראַכט זיי אינעם "לאַנד פֿול מיט מילך און האָניק". מיט 110 יאָר צוריק, דעם 12טן אויגוסט 1900, איז געשטאָרבן וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו — אַ גרויסער רוסישער פֿילאָסאָף, פּאָעט, קריסטלעכער טעאָלאָג, פּובליציסט און ליטעראַטור־קריטיקער. אין דער ייִדישער וועלט איז ער צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ גרויסער באַשיצער פֿון ייִדן און זייערע בירגער־רעכט. סאָלאָוויאָווס לעבן איז געווען טיף פֿאַרבונדן מיט ייִדן. די רוסישע גלחים האָבן אין יענער צײַט כּסדר געפּריידיקט, אַז די ייִדן זענען די "פֿאַרשאָלטענע קינדער פֿונעם שׂטן". ווי אַ זעלטענער אויסנאַם, האָט סאָלאָווויאָוו ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן געקעמפֿט קעגן אַנטיסעמיטיזם; אַפֿילו אויפֿן טויטן־בעט, אויסגעמאַטערט פֿון דער סכּנותדיקער מחלה, האָט ער געזאָגט תּהילים אויף העברעיִש לטובֿת דעם ייִדישן פֿאָלק. "כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", אויב דו וועסט האַלטן אַ מלחמה קעגן דײַנע שׂונאים, און וועסט פֿאַרכאַפּן אַ שיינע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", מעגסטו מיט איר חתונה האָבן, אויב זי וועט מסכּים זײַן צו ווערן אַ גיורת און לעבן מיט דיר. ווײַטער ווערן אין דער הײַנטיקער פּרשה דערקלערט אַ סך אַקטועלע פּראַקטישע מיצוות: אומצוקערן די בעלי-בתּים זייערע פֿאַרלוירענע חפֿצים; צו פֿאַרזיכערן די סכּנותדיקע ערטער, אַזעלכע ווי אַן אָפֿענער דאַך; צו באַשיצן זיך און דעם צווייטן פֿון גוואַלד; נישט צו אַנטלײַען געלט מיט אַ פּראָצענט; צו באַציִען זיך מיט כּבֿוד צו די טויטע; צו האָבן חתונה און צו מאַכן גליקלעך דאָס ווײַב. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן אָנזאָג אײַנצושטעלן אין אַלע ערטער, וווּ עס וווינען ייִדן, שופֿטים און שוטרים — די דיינים, וואָס זאָלן פֿירן דעם יושרדיקן מישפּט, און אויפֿזעער, וואָס זאָלן מאַכן זיכער, אַז דער עולם פֿאָלגט דעם פּסק. ווײַטער ווערט אין דער סדרה דערקלערט, ווי אַזוי די שופֿטים זאָלן אויספֿאָרשן די ענינים און בודק זײַן די עדותן, און הייסט די ייִדן זיך צוהערן צו די דיינים פֿון יעדן דור. |