פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

משה רבינוס שווער, יתרו, האָט געגעבן אַן עצה צו שאַפֿן אַ סיסטעם פֿון דיינים, כּדי צו באַפֿרײַען זײַן איידעם פֿון איבעריקער מי. בלויז אין אַזעלכע פֿאַלן, ווען די דיינים האָבן נישט געוווּסט, ווי אַזוי צו פּסקענען, האָבן זיי זיך געווענדט צו משהן. צוליב דער גרויסער ווערט פֿון דער דאָזיקער עצה, ווערט דערציילט וועגן דעם אין דער פּרשה, וואָס הייסט טאַקע "יתרו".

רעליגיע, געזעלשאַפֿט, געשיכטע
ייִדישע פּויערים־קאָלאָניסטן דאַוונען

סוף יולי עפֿנט זיך בײַ דער "קיים־פֿאַרם", לעבן באַלטימאָר, די ערשטע "ייִדיש־פֿאַרם" — אַ ווירטשאַפֿטלעכער פּראָיעקט, וואָס פֿאַראייניקט אַגריקולטור, עקאָלאָגיע און די ייִדישע שפּראַך. אין דער ערשטער אומפֿאָרמעלער באַגעגעניש פֿון די "ייִדיש־פֿאַרמער", וועלכע איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָבן זיך באַטייליקט בערך 15 חסידים פֿון די ניו־יאָרקער פֿאָרשטעט.

וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן די חסידים צו אַ פּראָגראַם, וואָס קלינגט ווי אַ געמיש פֿון ייִדישיזם און אַ מין קיבוץ? הגם אַ סך חסידים רעדן דווקא אויף ייִדיש און האָבן אַן אייגענע שפּראַך־אידעאָלאָגיע, באַציִען זיך אַ סך פֿון זיי מיט אַ חשד צו דער וועלטלעכער ייִדישיסטישער באַוועגונג. פֿון די קיבוצים איז שוין אָפּגערעדט: געוויינטלעך ווערן זיי באַטראַכט אין די חסידישע סבֿיבֿות ווי אַ קוואַל פֿון אַפּיקורסות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

משה רבינו האָט געשיקט צוועלף מרגלים — די נשׂיאים פֿון אַלע שבֿטים — אויסצושפּירן ארץ־כּנען. צען פֿון די צוועלף מרגלים האָבן געטענהט, ווען זיי האָבן זיך אומגעקערט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען אַרײַנקומען אינעם לאַנד, וווּהין דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט אַרײַנצופֿירן דאָס ייִדישע פֿאָלק, ווײַל די דאָרטיקע אײַנוווינער זענען צו שטאַרקע שׂונאים.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

חג־השבֿועות

דער הײַנטיקער יום־טובֿ, שבֿועות, האָט עטלעכע נעמען. אין דער תּורה הייסט ער "חג־הביכּורים" — דער טאָג, ווען די ייִדישע פֿאַרמער פֿלעגן ברענגען די ערשטע פּירות פֿון דער נײַער גערעטעניש — די ביכּורים. מע פֿלעגט אויך ברענגען צוויי ספּעציעלע לאַבנס ברויט, געמאַכט פֿון דער פֿריש־געשניטענע ווייץ — מנחת־הביכּורים. שבֿועות ווערט אויך אָנגערופֿן אין אַן אַנדער פּסוק "חג־הקציר" — דער יום־טובֿ פֿון שניטצײַט, ווײַל ער האָט באַצייכנט דעם אָנהייב פֿון ווייץ־שניט.

מע זעט, אַז אין דער תּורה ווערט דער הײַנטיקער יום־טובֿ פֿאַבונדן מיטן יערלעכן לאַנדווירטשאַפֿטלעכן ציקל. די ספֿירות־העומר איז געווען בעצם אַן אַגריקולטורערע מיצווה: פֿונעם צווייטן טאָג פּסח ביז שבֿועות פֿלעגט מען ברענגען אינעם בית־המיקדש אַ געוויסע מאָס גערשטן, ציילנדיק די טעג. אין מישנה און גמרא, ווערט שבֿועות אָנגערופֿן "עצרת" — אָפּשטעלונג — ווײַל דאָס איז דער לעצטער טאָג פֿון אַ גאַנצער סעריע מיצוות, וועלכע הייבן זיך אָן פֿון פּסח. מע קאָן זאָגן, אַז דער געוויינטלעכער הײַנטיקער נאָמען פֿונעם יום־טובֿ — שבֿועות, וואָס מיינט "וואָכן" — האָט אַן ענלעכן באַדײַט: מע ציילט זיבן וואָכן נאָך פּסח און מע מאַכט אַ סך־הכּל.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה — "במדבר". די נעמען פֿון יעדן גרויסן תּורה־טייל, אַזוי ווי די נעמען פֿון די באַזונדערע פּרשיות, ווײַזן אָן אויף דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו, וואָס ווערט אין זיי באַהאַנדלט.

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן פֿאָרגעזעצט די פּרטימדיקע חשבונות פֿון די ייִדישע שבֿטים און משפּחות, צוליב וועלכע דער גאַנצער חומש "במדבר" ווערט אויך אָנגערופֿן "ספֿר פּקודים" — אַ ספֿר פֿון חשבונות. "נשׂא את ראש בני גרשון" — דער אייבערשטער האָבן געהייסן משה רבינו איבערצוציילן די אייניקלעך פֿון גרשון — דער עלטסטער זון פֿון לוי. דערנאָך ווערן איבערגעציילט די אייניקלעך פֿון לויס אַנדערע צוויי זין — קהת און מררי.

ווען די ייִדן האָבן געוואַנדערט אינעם מידבר, האָבן די לויים געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דער טראַנספּאָרטאַציע פֿונעם הייליקן מישכּן. די אייניקלעך פֿון גרשון האָבן געטראָגן די לעדערנע ווענט און פֿאָרהאַנגען פֿונעם מישכּן, ווי אויך דעם מזבח; די אייניקלעך פֿון מררי האָבן געטראָגן די ברעטער, זײַלן און אַנדערע פֿאַרבינדונג־טיילן, אויף וועלכע עס האָט זיך געהאַלטן דער גאַנצער הייליקער בנין; און די בני־קהת, צו וועלכע עס האָט געהערט משה רבינו אַליין, האָבן געטראָגן אויף זייערע פּלייצעס די הייליקסטע טיילן פֿון מישכּן, אַרײַנגערעכנט דעם אָרון־הברית מיט די צוויי לוחות, די גאָלדענע מנורה און דעם אינערלעכן גאָלדענעם מזבח פֿאַרן קטורת.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר הײַיאָר כּסדר באַטראַכט דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿון די ערשטע דרײַ חומשים, אין שײַכות מיט זייערע נעמען.

ווי ס׳איז באַקאַנט, גייט אינעם חומש "בראשית" אַ רייד וועגן דעם אַלגעמיינעם וועלט־באַשאַף, וועגן דעם אָנהייב פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע און וועגן דעם לעבן פֿון די ייִדישע אָבֿות. אינעם צענטער פֿון דער גאַנצער תּורה שטייט אָבער דער מענטש. די תּורה ווײַזט אַ וועג, ווי אַזוי צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין זיך און אין דער אַרומיקער וועלט. ס׳איז אַ ג־טלעכער וועגווײַזער, אָנגעשריבן אויף אַ מענטשלעכער שפּראַך דווקא פֿאַר מענטשן. די עיקר־טעמע פֿונעם חומש "בראשית" איז די אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשלעכער ציוויליאַזאַציע.

דער חומש "שמות" דערציילט אונדז וועגן יציאת־מצרים, ווי אויך וועגן פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס פֿון אַ גײַסטיקן קוקווינקל. צוליב זייער מסירת־נפֿש, האָבן די ייִדן זיך באַפֿרײַט, על־פּי־נס, פֿון שקלאַפֿערײַ. שפּעטער האָבן זיי באַקומען פֿאַרשיידענע מיצוות, וועלכע האָבן צו טאָן מיט יושרדיקע מענטשלעכע באַציִונגען, און געוויזן אַ מוסטער פֿון אַחדות לשם־שמים בעת דער אַרבעט איבערן מישכּן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה — "בחוקותי" — האָט צו טאָן מיטן ענין פֿון שׂכר־ועונש. "אם בחוקותי תּלכו ואת מצותי תּשמרו" — "אויב איר וועט פֿאָלגן מײַנע געזעצן און היטן מײַנע מיצוות, זאָגט דער באַשעפֿער דעם ייִדישן פֿאָלק, "ונתתי גשמיכם בעתּם" — "וועל איך אײַך געבן רעגן באַצײַטנס". אַחוץ דעם רעגן, זאָגט די תּורה צו נאָך אַ צאָל פֿאַרשיידענע מינים שׂכר פֿאַר די מיצוות, ווי אויך פֿאַרשיידענע מינים שטראָף פֿאַר עבֿירות.

די אמונה אינעם שׂכר, וואָס מע באַקומט פֿאַרן מקיים זײַן די מיצוות, און אינעם עונש פֿאַר די עבֿירות, איז איינער פֿון די סאַמע יסודותדיקע עיקרים פֿון ייִדישקייט. יוסף אַלבו — דער גרויסער ייִדישער פֿילאָסאָף, וועלכער איז נישט מסכּים מיטן רמב״מס צוגאַנג און לייגט פֿאָר זײַן אייגענע, מינימאַליסטישע סיסטעם פֿון יסודות־האמונה — דערקלערט אין זײַן "ספֿר העיקרים", אַז מע קאָן נישט פֿאָרשטעלן ייִדישקייט אָן דעם ענין פֿון שׂכר־ועונש.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרויסער טייל פֿון דער הײַנטיקער פּרשה איז געווידמעט דעם ענין פֿון שמיטה. די תּורה זאָגט אָן די ייִדן אין ארץ-ישׂראל אויפֿצוהערן באַאַרבעטן די ערד יעדע זיבן יאָר. די גערעטעניש פֿונעם ספּעציעלן זיבעטן שמיטה־יאָר טאָר נישט פֿאַרקויפֿט ווערן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן, און אַלע אָפֿענע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלע מענטשן.

ווײַטער דערקלערט די תּורה, אַז נאָך זיבן שמיטה־פּעריאָדן קומט אַ יובֿל — אַ ספּעציעל יאָר, ווען עס קומט אַ "גאולה אינעם לאַנד". פּראַקטיש האָט עס געמיינט, אַז מע פֿלעגט באַפֿרײַען אַלע ייִדישע עבֿדים און מע פֿלעגט איבערגעבן די פֿאַרקויפֿטע שטחים צוריק צו די משפּחות, וועלכע האָבן זיי געהאַט בירושה.

די הלכות פֿון שטימה ווערן נאָך אַלץ אָפּגעהיט אין ארץ־ישׂראל, הגם ס׳רובֿ פּוסקים האַלטן, אַז אין די הײַנטיקע צײַטן איז עס בלויז אַ מיצווה דרבנן. פֿון די צוועלף ייִדישע שבֿטים זענען הײַנט געבליבן — באַדינגלעך געזאָגט — בלויז יהודה און לוי; אין דער אמתן, ווער ווייס וויפֿל ייִדן עס שטאַמען הײַנט פֿון גרים אָדער פֿון די פֿאַרשוווּנדענע עשׂרת־השבֿטים? צוליב דעם און אַ צאָל אַנדערע סיבות, איז די סיסטעם פֿון יובֿל־יאָרן שוין לאַנג נישט אַקטועל.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן אָנזאָג, אַז די כּהנים טאָרן נישט אָנרירן קיין מתים, אַחוץ אַזאַ אויסנעמלעכן פֿאַל, ווי דער טויט פֿון די נאָענטסטע קרובֿים. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו, אַז ער זאָל איבערגעבן דעם דאָזיקן אָנזאָג די קינדער פֿון אַהרן. ווײַטער גייט אַ רייד וועגן קרבנות און די ייִדישע יום־טובֿים. צווישן אַנדערע ענינים, ווערט דערמאָנט נאָך איין אַקטועלע מיצווה — די ספֿירת־העומר.

בײַם סוף פֿון דער פּרשה ווערט דערציילט אַ טרויעריקע מעשׂה. משה רבינו האָט געפּסקנט, אַז אַ זון פֿון אַ ייִדישער מאַמע, שלומית בת דבֿרי, און אַ מיצרישן מאַן, טאָר נישט וווינען צוזאַמען מיט זײַן מאַמען אין דער מחנה פֿונעם שבֿט־דן, ווײַל ער געהערט נישט צו די ייִדישע שבֿטים מצד דעם טאַטן. שלומיתעס זון האָט באַטראַכט משהס פּסק ווי אַן אומיושרדיקן, און האָט געשאָלטן דעם רבונו־של־עולם. פֿאַר זײַן לעסטערונג האָט מען אים פֿאַרשטיינערט אויף טויט.

אין דער תּורה גייט גענוג אָפֿט אַ רייד וועגן טויט־שטראָף. זייער זעלטן געפֿינען מיר אָבער אינעם תּנ״ך פּראַקטישע בײַשפּילן, ווען עמעצער ווערט פֿאַרמישפּט צום טויט צוליב עבֿירות. געוויינטלעך, ווערן די הלכות פֿון די מיתות־בית־דין באַטראַכט בלויז ווי אַ מוסר־וואָרענונג, כּדי מענטשן זאָלן נישט זינדיקן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר כּסדר באַטראַכט אַ געוויסן לייטמאָטיוו, וואָס נעמט אַרום דעם גאַנצן חומש "ויקראָ": די באַציִונג צווישן דעם מענטשלעכן אייגענעם ווילן און דעם ג־טלעכן רוף פֿון אויבן. אין דער הײַנטיקער סדרה ווערן דערקלערט נײַע אַספּעקטן פֿונעם זעלבן מאָטיוו.

"קדושים תּהיו כּי קדוש אַני" — "איר זאָלט זײַן הייליק, ווײַל איך בין הייליק". אַזוי האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו איבערצוגעבן די ייִדן. ווײַטער אין דער פּרשה, ווערט כּמעט דער זעלבער אָנזאָג איבערגעחזרט נאָך צוויי מאָל מיט אַ ביסל אַנדערע ווערטער.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַחרי

מיט עטלעכע וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "שמיני", האָבן מיר באַטראַכט די מעשׂה מיט צוויי זין פֿון אַהרן הכּהן, נדבֿ און אַבֿיהוא. זיי האָבן געבראַכט אַ קטורת אינעם מישכּן, און זענען פֿאַרברענט געוואָרן אינעם הימלישן פֿײַער; דער אייבערשטער האָט געזאָגט, אַז זיי האָבן געבראַכט אַ "פֿרעמד פֿײַער" און דערפֿאַר זענען זיי באַשטראָפֿט געוואָרן.

די חז״ל דערקלערן, אַז יענער טראַגישער טאָג, ווען אַהרנס זין זענען אומגעקומען, איז געווען ראָש-חודש ניסן. זײַענדיק כּהנים, האָבן נדבֿ און אַבֿיהוא געהאַט דאָס רעכט צו ברענגען דאָס קטורת. די גמרא לייגט פֿאָר עטלעכע מעגלעכע סיבות פֿאַר זייער שטראָף. לויט איין דעה, זענען זיי געווען שיכּור. די חסידישע מפֿרשים טײַטשן עס אָבער אָפּ נישט אויף אַ בוכשטעבלעכן אופֿן און דערקלערן, אַז די אומגעקומענע כּהנים האָבן זיך געפֿילט בלויז "גײַסטיק שיכּור" און זענען ממש אויסגעגאַנגען פֿון התלהבֿות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פֿאָריקער פּרשה, "תזריע", איז געגאַנגען אַ רייד וועגן דעם געבורט פֿון קינדער און וועגן דעם צרעת — אַ מיסטעריעזע הויט־קראַנקייט, וואָס ווערט געוויינטלעך איבערגעזעצט ווי "לעפּרע". די חז״ל דערקלערן אָבער, אַז די דאָזיקע קראַנקייט האָט עקזיסטיקט בלויז אין די תּנ״כישע צײַטן, ווי אַ שטראָף פֿאַר רעדן לשון־הרע — ווי עס איז געשען מיט מרים, וועלכע האָט שלעכט גערעדט קעגן איר ברודער, משה. דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, "מצורע", קלינגט ווי "מצא רע" — "ער האָט אַרויסגעבראַכט שלעכטס"; אַזאַ נאָמען איז מרמז אויף דעם חטא פֿון לשון־הרע. דאָס צרעת איז מטמא געווען דעם קראַנקן; כּדי זיך אָפּצורייניקן, האָט מען געמוזט דורכפֿירן אַ גאַנצע סעריע ספּעציפֿישע קאָמפּליצירטע ריטואַלן, וואָס וועגן זיי עס ווערט דערציילט אין דער הײַנטיקער פּרשה.

ווײַטער ווערט אין דער סדרה דערקלערט אַן אַנדער מין צרעת — אויף די ווענט פֿון אַ הויז. ווען די גרינע אָדער רויטע פֿלעקן האָבן זיך געוויזן אויף די ווענט בלויז אויף עטלעכע טעג, וואָלט מען געקאָנט אויסרייניקן דאָס הויז דורך אַן ענלעכן ריטואַל, מיט צוויי פֿייגעלעך און ספּעציפֿישע פֿלאַנץ־מאַטעריאַלן. אין געוויסע פֿאַלן, ווען די פֿלעקן האָבן זיך ווידער פֿאַרשפּרייט אויף די ווענט, האָט מען געמוזט צעשטערן דאָס גאַנצע הויז. די חז״ל זאָגן אָבער, אַז דאָס איז געווען אַ גוטער סימן פֿון אַ באַהאַלטענעם אוצר, וועלכער איז געלעבן באַגראָבן אונטערן הויז.