- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דער פֿאָריקער פּרשה — "תּולדות" — איז געגאַנגען אַ רייד וועגן די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן זין פֿון יצחק אָבֿינו: יעקבֿ און עשׂו. הגם זיי זענען געווען צווילינג־ברידער, האָבן זיי אָנגעהויבן קריגן זיך נאָך אין זייער מאַמעס בויך; צוליב דעם, וואָס יעקבֿ האָט אָפּגעקויפֿט עשׂוס בכורה און באַקומען אַ ספּעציעלע ברכה, מיט וועלכער זײַן טאַטע האָט געוואָלט בענטשן עשׂון, איז דאָס מחלוקת פֿאַרגאַנגען אַזוי ווײַט, אַז יעקבֿ האָט געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער, לבֿן. אונדזער הײַנטיקע פּרשה הייסט "תּולדות" — די נאָכקומענדיקע דורות — און דערציילט וועגן יצחקס און רבֿקהס צוויי צווילינג־זין: יעקבֿ און עשׂו. נאָך אין זייער מאַמעס בויך האָבן די צוויי ברידער זיך שוין אָנגעהויבן קריגן צווישן זיך. בעת זײַן געבורט, האָט יעקבֿ זיך אָנגעכאַפּט אין עשׂוס פּיאַטע, פּרוּוונדיק זיך צו פֿאַרמעסטן און צו ווערן דער ערשט־געבוירענער זון. דערפֿאַר האָבן די עלטערן אים אָנגערופֿן יעקבֿ — פֿונעם וואָרט "עקבֿ" — פּיאַטע. הגם עשׂו איז געבוירן געוואָרן פֿריִער און איז געווען, בגשמיות, רבֿקהס בכור, האָט יעקבֿ שפּעטער אָפּגעקויפֿט די בכורה בײַ זײַן ברודער פֿאַר אַ טעלער זופּ. הגם די הײַנטיקע פּרשה הייסט "חיי־שׂרה" — "שׂרהס לעבן" — ווערט דאָס לעבן פֿון שׂרה אמנו, דער עיקר, באַשריבן פֿריִער אין דער תּורה. בײַם אָנהייב פֿון דער איצטיקער סדרה, גיט אונדז די תּורה צו וויסן, אַז שׂרה איז געשטאָרבן בײַ 127 יאָר. ווײַטער ווערט דערציילט, ווי אַזוי אַבֿרהם אָבֿינו האָט געקויפֿט אַ שטח לאַנד אין חבֿרון, כּדי צו באַערדיקן זײַן ווײַב אין דער באַרימטער מערת־המכפּלה. דערנאָך קומט אַ דערציילונג וועגן דעם, ווי אַזוי אַבֿרהם האָט געזוכט אַ געהעריקן שידוך פֿאַר זײַן זון, יצחק. אַבֿרהמס באַדינער, אליעזר, איז געגאַנגען קיין אַרם־נהרים — די געגנט, וווּ עס האָבן געוווינט אַבֿרהמס קרובֿים. אליעזר האָט געבעטן דעם אייבערשטן צו ווײַזן אים אַ סימן: אויב אַן אָרטיק מיידל, ווען ער בעט בײַ איר וואַסער צו טרינקען בײַם ברונעם, וועט אויך פֿאָרלייגן צו געבן וואַסער פֿאַר זײַנע קעמלען — מוז זי זײַן יצחקס ריכטיקע באַשערטע. באַלד נאָך אליעזרס בקשה, איז צום ברונעם געקומען רבֿקה — די טאָכטער פֿון בתואל, אַבֿרהמס פּלימעניק — און האָט פֿאָרגעלייגט וואַסער אליעזרן און זײַנע קעמלען. אויפֿן וועג צו אַבֿרהמען, האָט רבֿקה געטראָפֿן יצחקן, וועלכער האָט דעמאָלט געדאַוונט אין אַ פֿעלד; זיי האָבן געפֿעלן איינע דעם צווייטן און באַשלאָסן חתונה צו האָבן. בײַם סוף פֿון דער פֿאָריקער פּרשה האָט דער אייבערשטער געהייסן אַבֿרהם אָבֿינו צו מאַכן זיך אַ ברית־מילה און צו מלן זײַן זון, ישמעאל. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט אַ דערציילונג וועגן די דרײַ מלאָכים, וועלכע האָבן זיך געוויזן צו אַבֿרהמען אין אַ מענטשלעכער געשטאַלט. דאָס איז געשען אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית-מילה. די מלאָכים האָבן צוגעזאָגט אַבֿרהמען, אַז אין אַ יאָר אַרום וועט ער האָבן אַ זון. דערנאָך האָבן די מלאָכים איבערגעגעבן, אַז זיי גייען צו צעשטערן די שטעט סדום און עמורה, ווײַל די דאָרטיקע אײַנוווינער זענען אײַנגעזונקען געוואָרן אין רישעות. אַבֿרהם אָבֿינו האָט אויסגעבעטן בײַם אייבערשטן, אַז די שטעט וועלן נישט צעשטערט ווערן, אויב דאָרטן לעבן, לכל-הפּחות, צען צדיקים. למעשׂה, האָט זיך אין סדום אָפּגעפֿונען בלויז איין צדיק — אַבֿרהמס פּלימעניק, לוט. די מלאָכים האָבן געראַטעוועט לוטן, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב און צוויי טעכטער. הגם די מלאָכים האָבן געוואָרנט נישט צו קוקן צוריק אויף דער ברענענדיקער שטאָט, האָט לוטס ווײַב זיך אַרומגעקוקט און איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שטיק זאַלץ. פֿון דער הײַנטיקער פּרשה הייבט די תּורה אָן זיך צו פֿאָקוסירן אויפֿן ייִדישן פֿאָלק. בלויז די ערשטע צוויי סדרות — "בראשית" און "נח" — זענען געווידמעט דער אַלגעמיינער מעשׂה־בראשית און דער אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשהייט, מיט אירע מעלות און קאַטאַסטראָפֿישע מפּלות. הײַנט לייענען מיר שוין וועגן דעם ערשטן ייִד אין דער וועלט — אַבֿרהם־אָבֿינו. אין דער אמתן, זענען אַלע מעשׂיות אין דער תּורה אַקטועל פֿאַר אַלע מענטשן. למשל, פֿון די דערציילונגען וועגן די ייִדישע אמהות און אַנדערע פֿרויען, קאָן אַ מאַן אויך אָפּלערנען אַ לימוד פֿאַר זיך, און פֿאַרקערט. אויף אַן ענלעכן אופֿן, הגם די תּורה רעדט כּסדר וועגן ייִדן, האָבן אַלע פּרשיות אויך אַן אַלגעמיין־מענטשלעכע ווערט. ס׳רובֿ סדרות אינעם חומש, אַחוץ די ערשטע צוויי, זענען געווידמעט דעם ייִדישן פֿאָלק, ווײַל דאָס לעבן פֿון אַ יחיד און פֿון אַ קאָנקרעטער מענטשלעכער קהילה איז וויכטיקער, ווי די גלאָבאַלע פֿראַגעס פֿונעם גאַנצן אוניווערס. יעדער יחיד, ווי אַן אוניקאַלע פּערזענלעכקייט, וואָס מאַכט דורך אַן אייגענעם אוניקאַלן וועג אינעם לעבן, איז דער תּכלית פֿון דער גאַנצער מעשׂה־בראשית. די חז״ל זאָגן, אַז יעדער מענטש מוז גלייבן, אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן ספּעציעל פֿאַר אים. די חז״ל זאָגן, אַז תּורה האָט 70 "פּנימער" — פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון באַדײַט. על־פּי־חסידות, ווערט יעדעס "פּנים" צעטיילט אויף אומצאָליקע פּערזענלעכע מדרגות פֿון השׂגה. אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָבן מיר כּסדר געשטרעבט אָפּצולערנען אַ סאָציאַלן לימוד פֿון די פּרשיות. הײַיאָר וועלן מיר זיך מער פֿאָקוסירן אויף די פּסיכאָלאָגישע "פּנימער" פֿון דער תּורה — אין באַהעפֿט מיט די סאָציאַלע ענינים. די חסידישע רביים דערקלערן, אַז אַלע מעשׂיות אינעם גאַנצן תּנ״ך בלײַבן אייביק אַקטועל, ווײַל זיי זענען מרמז אויף די אינערלעכע פּראָצעסן, וואָס קומען פֿאָר אין דער מענטשלעכער נשמה. אַפֿילו אַזעלכע נעגאַטיווע געשעענישן, ווי מלחמות און קאַטאַסטראָפֿעס, שפּילן זיך אויס אין די קריטישע מאָמענטן פֿון אונדזער לעבן. מיר מוזן פֿירן אַ געראַנגל מיט דער יצר־הרע, וואָס ציט דעם מענטשן צו פֿירן זיך עגאָיִסטיש און צו פֿאַרנעמען זיך מיט נאַרישע זאַכן אַנשטאָט צו שטרעבן צו אַנטפּלעקן דעם ג־טלעכן שורש פֿונעם מענטש, פֿון דער מענטשהייט, און פֿון דער גאַנצער וועלט. דער גרויסער מקובל רבי יהודה־לייב אַשלג דערקלערט אין זײַנע ספֿרים, אַז עגאָיִזם איז די עיקר־פּראָבלעם אין אונדזער לעבן. די פֿאָריקע צוויי וואָכן האָבן מיר באַטראַכט די גײַסטיקע דערפֿאַרונג, וואָס העלפֿט אויסצורייניקן די נשמה בעת דער יום־כּיפּורדיקער דערהויבענער עבֿודת־התּשובֿה און אַראָפּצוברענגען דעם דבֿקות־מצבֿ אינעם טאָגטעגלעכן לעבן בעת די סוכּות־טעג, ווען אונדזערע געוויינטלעכע מעשׂים בעת דעם זיצן אין דער סוכּה ווערן פֿאַרוואַנדלט אין מיצוות. זיצנדיק אונטער דעם סכך, אַרומגערינגלט מיט די סוכּה־ווענט, פֿילן מיר די נאָענטקייט פֿונעם ג־טלעכן ליכט, וואָס שײַנט אויף אונדז פֿון אַלע זײַטן. דער פֿאַרגאַנגענער יום־טובֿ הייסט "סוכּות", אין מערצאָל, ווײַל ער סימבאָליזירט אונדזער שטרעבן גובֿר צו זײַן פֿאַרשיידענע באַריערן און אַרויפֿצוקוקן אויפֿן "הימל" — אינעם ג־טלעכן עצם פֿון דער וועלט און דער מענטשלעכער נשמה. די פֿאָריקע וואָך האָבן מיר באַטראַכט די גײַסטיקע דערפֿאַרונג, וואָס העלפֿט אויסרייניקן די נשמה פֿון אַלע פֿלעקן און אַרויפֿברענגען זי צו איר ג־טלעכן שורש, צוליב דער באַזונדערער אַטמאָספֿער פֿונעם הייליקן יום־הדין, יום־כּיפּור. דער ענין פֿון יום־כּיפּור ווערט אויסגעדריקט אין די ווערטער פֿונעם חומש "ויקרא", וועלכע זענען אַ טייל פֿון די יום־כּיפּורדיקע תּפֿילות: "לפֿני ה׳ תּטהרו" — איר ווערט אויסגערייניקט ווערן פֿאַרן אייבערשטן. די חסידישע צדיקים דערקלערן דעם דאָזיקן פּסוק אויף אַ מער עזאָטערישן אופֿן; כּדי אָפּצוּווישן די אייגענע גײַסטיקע פֿלעקן, דאַרף דער מענטש דערגרייכן אַ מדרגה פֿון דבֿקות און דערזען, אַז ער איז, אין דער אמתן, תּמיד פֿאַראייניקט מיטן באַשעפֿער; אַז דער באַשעפֿער לעבט אין אונדזער מוח און האַרץ, אַז ער איז דאָס טיפֿע אינערלעכע עצם פֿון דער מענטשלעכער נשמה און פֿון דער גאָרער וועלט, און אַז אַלע באַריערן צווישן אונדז און דעם רבונו־של־עולם זענען בלויז אַן אילוזיע. יום־כּיפּור דערפֿילט מען די עצמדיקע אייניקייט פֿונעם מענטש און ג־ט באַזונדערס שטאַרק. פֿון איין זײַט, קומען יום־כּיפּור אַלע מינים ייִדן אין שיל אַרײַן, אַפֿילו די סאַמע אַסימילירטע, ווײַל דער הייליקער טאָג דערוועקט אין זיי זייער אייגענעם "פֿינקל פֿון ג־טלעכקייט". פֿון דער צווייטער זײַט, קומט דער דאָזיקער כּוח פֿון די מענטשן אַליין, לויט דעם תּלמודישן פּרינציפּ "ברובֿ העם הדרת מלך" — דער מלך (ג־ט) אַנטפּלעקט זיך אין אַ גרויסן עולם. צוליב דעם, וואָס אַלע ייִדן פֿאַרזאַמלען זיך אין שיל יום־כּיפּור, שאַפֿן זיי אַליין אַן אַטמאָספֿער, וואָס איז מסוגל פֿאַר ג־טלעכער אַנטפּלעקונג. לויט דעם קאָמאַרנער חסידות, וואָס שטעלט דעם אַקצענט אויף דער אינערלעכער וועלט פֿונעם מענטש, קאָן מען, אין פּרינציפּ, דערגרייכן דעם זעלבן גײַסטיקן מצבֿ ווי בעת יום־כּיפּור, יעדן טאָג פֿונעם יאָר; אויב מע דערמאָנט זיך אינעם הייליקן יום־הדין און מע ברענגט די גאַנצע נשמה אַרײַן אינעם זעלבן מצבֿ, ווי בעת דער יום־כּיפּורדיקער עבֿודת־התּשובֿה. די רוחניותדיקע וועלט פֿאָלגט נישט דעם גאַנג פֿון דער גשמיותדיקער צײַט. שבת, יום־כּיפּור און אַנדערע יום־טובֿים זענען תּמיד בנימצא אין די גײַסטיקע וועלטן; די קאָנקרעטע הייליקע טעג מיט זייערע ספּעציפֿישע מיצוות דינען ווי אַ מין "אַנקער", וואָס אַנטפּלעקט אַ געוויסע מדרגה פֿון רוחניות אין דער נמשה. דאָס מיינט נישט אָבער, חלילה, אַז יום־כּיפּור, ווי אַ קאָנקרעטער ייִדישער יום־טובֿ, האָט בלויז אַ רעלאַטיווע ווערט. כּדי צו דערגרייכן די זעלבע מדרגה אין אַן אַנדער צײַט, מוז מען קודם דערשפּירן דעם טעם פֿון די ימים־נוראָים, אינעם פּשוטן זין פֿונעם וואָרט. צווייטנס, קאָנען בלויז אַ קליינע צאָל יחידים נאָכמאַכן די יום־כּיפּורדיקע גײַסטיקע אַטמאָספֿער אין זייער מוח און האַרצן; אַזעלכע מענטשן זענען, מסתּמא, שוין גרויסע צדיקים און טוען תּשובֿה ווי געהעריק במשך פֿון די ימים־נוראָים און עשׂרת־ימי־תּשובֿה. דערפֿאַר, בלײַבט דער דערמאָנטער ענין פֿונעם "פּערזענלעכן יום־כּיפּור", דער עיקר, בלויז אַ טעאָרעטישער געדאַנק — לכל־הפּחות, פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן. ס׳איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנטער שטריך אינעם קלאַסישן לשון־קודש: אַ סך אויסדרוקן האָבן אַ בפֿירוש אַנטראָפּאָמאָרפֿישן טעם. פֿאַרשיידענע דערשײַנונגען פֿון דער נאַטור, אַבסטראַקטע באַגריפֿן, די באַציִונגען צווישן די באַשעפֿענישן און דעם באַשעפֿער קלינגען אין דער תּנ״כישער שפּראַך און בײַ די חז״ל ווי עס וואָלט געגאַנגען אַ רייד וועגן אַ מענטש. ג־טלעכקייט ווערט כּסדר באַשריבן אין דער תּורה מיט אַזעלכע אַנטראָפּאָמאָרפֿישע טערמינען, ווי "אצבע־אלוקים" אָדער "עיני ה׳" — "אַ פֿינגער פֿון ג-ט" אָדער "דעם אייבערשטנס אויגן". די תּרגומים, וועלכע זענען נישט בלויז אַראַמישע איבערזעצונגען פֿונעם תּנ״ך, נאָר אויך אוראַלטע פּירושים, טײַטשן אַזעלכע אויסדרוקן כּסדר ווי מעטאַפֿאָרן. די הײַנטיקע וואָך לייענען מיר אַ טאָפּלטע סדרה, וואָס באַשטייט פֿון צוויי פּרשיות: "נצבֿים" און "וילך" ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט פֿריִער, ווערן אינעם חומש "שמות" — וואָס מיינט "נעמען" — כּסדר באַטראַכט פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס. די עיקר־מאָטיוון פֿון יענעם טייל פֿון דער תּורה זענען יציאת־מצרים און די אַרבעט איבערן מישכּן, וואָס באַווײַזט, אַז אַחדות צווישן מענטשן לשם־שמים אַנטפּלעקט ג־טלעכקייט אינעם עולם־הזה. בײַם סאַמע אָנהייב פֿון "שמות" ווערן איבערגעציילט יעקבֿ אָבֿינוס אייניקלעך, וועלכע האָבן זיך אַריבערגעקליבן קיין מצרים, כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון הונגער. אין דער זעלבער סדרה ווערן אויך באַטראַכט פֿאַרשיידענע נעמען פֿונעם באַשעפֿער, וועלכער אַנטפּלעקט זיך צו יעדן יחיד לויט זײַן פּערזענלעכן כאַראַקטער און גײַסטיקער מדרגה. |