- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַלע מיצוות אין דער תּורה בלײַבן שטענדיק אַקטועל. למשל, קאָן מען אָפּהיטן אַלע ענינים פֿון קרבנות ברוחניות, דורך תּפֿילות, לימוד־התּורה און מסירת־נפֿש. ווי עס דערקלערט דער רמב״ם און די מפֿרשים פֿון זײַן ספֿר "מורה נבֿוכים", הייסט אונדז די תּורה מקריבֿ צו זײַן די בהמות אינעם בית־המיקדש, ווײַל אין די אוראַלטע צײַטן, ווען משה רבינו האָט מקבל געווען די תּורה אויפֿן באַרג־סיני, האָבן די ייִדן געלעבט צווישן די פֿעקלער, וועלכע האָבן געהאַלטן די קרבנות פֿאַר אַ וויכטיקן טייל פֿון זייער רעליגיע. אָן אַזאַ מין עבֿודה, וואָלט ייִדישקייט אויסגעזען פֿאַר אַן אוראַלטן ייִד צו אַבסטראַקט און אומפֿאַרשטענדלעך. הגם מיר בעטן דעם אייבערשטען צו באַנײַען דעם בית־המיקדש, האַלטן אַ צאָל באַקאַנטע רבנים, אַז מע וועט נישט מקריבֿ זײַן מער קיין בעלי־חיים. ווי עס שטייט אין אַ מדרש, וועלן אַלע קרבנות בטל ווערן אין דער צוקונפֿט, אַחוץ דעם קרבן־תּורה, וועלכער קאָן זיך באַגיין אָן פֿלייש. פֿונדעסטוועגן, בעטן מיר כּסדר דעם באַשעפֿער אויפֿצושטעלן דעם נײַעם בית־המיקדש, וווּ מיר וועלן קאָנען מקריבֿ זײַן פֿליישיקע קרבנות, וועלכע ווערן כּסדר דערמאָנט אין די תּפֿילות — במשך בײַם שבתדיקן און יום־טובֿדיקן מוסף. ווי געזאָגט, קאָן מען אָפּטײַטשן די דאָזיקע תּפֿילות אויף אַן אַלעגאָרישן אופֿן, ווי עס טוען די הײַנטיקע פֿרומע ייִדישע וועגעטאַריאַנער. וועגעטאַריאַניזם קלינגט אָבער ווי אַ גרויסער חידוש פֿאַר אַ סך ייִדן, וועלכע זענען צוגעוווינט צו עסן פֿליישיקע מאכלים לכּבֿוד יעדן שבת און יום־טובֿ, און האַלטן עס פֿאַר אַ מיצווה. "שופֿטים ושוטרים תּתּן לך בכל שעריך" — דו זאָלסט אײַנשטעלן שופֿטים און פּאָליציאַנטן אין יעדן פֿון דײַנע טויערן, וועלכע דער אייבערשטער וועט דיר געבן פֿאַר דײַנע שבֿטים, און זיי זאָלן מישפּטן יושרדיק דאָס פֿאָלק; אַזוי האָט משה רבינו איבערגעגעבן די ייִדן אַ מיצווה, וואָס ער האָט באַקומען פֿונעם באַשעפֿער. ווײַטער ווערן אין דער הײַנטיקער פּרשה באַהאַנדלט אַ צאָל מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיטן מישפּט; דערנאָך זאָגט אונדז די תּורה אָן, ווי אַזוי עס מוז זיך פֿירן אַ ייִדישער מלך, און ווי אַזוי מע זאָל זיך נוהג זײַן בײַם האַלטן אַ מלחמה. אין די הײַנטיקע צײַטן האָבן די דיינים נישט קיין עכטן צוואַנג־כּוח. אין פֿאַרגלײַך מיט די אוראַלטע צײַטן, ווען דער בית-המיקדש איז געשטאַנען, זענען די הײַנטיקע רבנים, בדך־כּלל, בלויז עצה־געבער, וועלכע פּסקענען שאלות, אָבער האָבן נישט קיין רעכט צו צווינגען די אַנדערע פֿאָלגן זייערע פּסקים און תּקנות. אַפֿילו אין די שטרענגסטע קהילות ווערט די רבנישע מאַכט נישט זעלטן קריטיקירט. ס׳איז קלאָר, אַז די אַמאָליקע היעראַרכיע פֿון "שופֿטים ושוטרים" איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן. איז אַזאַ מצבֿ אַ מעלה, צי אַ חסרון? צווישן די ברכות אין "שמונה־עשׂרה" איז פֿאַראַן די בקשה "השיבֿה שופֿטינו כּבֿראשונה ויועצינו כּבֿתּחילה" — מיר בעטן דעם באַשעפֿער צו ברענגען צוריק אונדזערע שופֿטים און בעלי־עצה. דער טעקסט פֿון די ייִדישע תּפֿילות, געשאַפֿן דורך די חז״ל און אויסגעשליפֿן דורך אונדזערע גרעסטע חכמים במשך פֿון צענדליקער דורות, איז זייער גענוי, הגם נישט יעדעס וואָרט אין די תּפֿילות מוז מען אָפּטײַטשן בוכשטעבלעך. ס׳איז קלאָר, אַז די דאָזיקע ברכה איז פֿאַרבונדן מיטן אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. ס׳איז מערקווירדיק, אַז אַנשטאָט די שוטרים, ווערן אין דער תּפֿילה דערמאָנט בלויז די עצה־געבער. די פֿריִערדיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן פּסוק "והיה עקבֿ תּשמעון" — אויב איר הערט זיך צו דעם אייבערשטנס מיצוות, וועט דער אייבערשטער אָפּהיטן דעם בונד, וועלכן ער האָט געשלאָסן מיט אײַערע אָבֿות. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאָריקע וואָך, איז דער נאָמען פֿון דער פֿריִערדיקער סדרה — עקבֿ — מרמז אויף דער הײַנטיקער תּקופֿה פֿון "עקבֿתא דמשיחא". אין געוויסע אַספּעקטן, איז די וועלט שוין נאָענט צו דער גאולה. אין דער פּרשת "בראשית" שטייט געשריבן, אַז צוליב דעם חטא פֿון אָדם־הראשון מוז דער מענטש אַרבעטן שווער, "אינעם שווייס פֿון זײַן פּנים", און די פֿרויען מוזן האָבן קינדער אין ווייניק. די מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס און וויסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונגען דערמעגלעכן אויסצומײַדן די דאָזיקע קללות אין אַ סך פֿאַלן. די פּראָגרעסיווע סאָציאַלע אידעאַלן ווײַזן אָן, ווי אַזוי מע קאָן צונויפֿבינדן די קוואַלן פֿון גשמיותדיקער חכמה מיט דער מיצווה פֿון אַהבֿת־הבריות, און צו שאַפֿן אַ ברידערלעכע, יושרדיקע געזעלשאַפֿט. אינעם ספֿר־הזוהר איז פֿאָרויסגעזאָגט געוואָרן, אַז אינעם פּעריאָד פֿון "עקבֿתא דמשיחא" וועלן זיך אין דער וועלט אַנטפּלעקן די קוואַלן פֿון גשמיותדיקער און גײַסטיקער חכמה. פֿונדעסטוועגן, זענען מיר נאָך אַלץ גאָר ווײַט פֿון דער גאולה. אַדרבה, די זעלבע פּראָגרעסיווע טעכנאָלאָגיעס און אידעען, וועלכע וואָלטן געקאָנט פֿאַרבעסערן דאָס מענטשלעכע לעבן, קאָנען פֿאַרקריפּלט ווערן און האָבן שוין נישט איינמאָל געדינט, און דינען נאָך אַלץ, פֿאַר די סאַמע רוצחישע, דעסטרוקטיווע און טאָטאַליטאַרע צוועקן. אַ סך מענטשן אין דער וועלט זענען נאָך אַלץ פֿאַרשקלאַפֿט און אַרבעטן געפֿערלעך שווער, ממש "אינעם שווייס פֿון זייערע פּנימער". ווי מיר האָבן שוין אַ סך מאָל באַהאַנדלט, זענען די נעמען פֿון די פּרשיות טיף פֿאַרבונדן מיט זייער אינהאַלט. מע קאָן זאָגן, אַז די הײַנטיקע סדרה טראָגט דעם סאַמע אַבסטראַקטן נאָמען אין דער גאַנצער תּורה. דאָס וואָרט "עקבֿ" איז נישט אַ סובסטאַנטיוו אָדער אַ ווערב, נאָר אַ בינדוואָרט, וואָס מיינט "ווײַל" אָדער "ווי אַ רעזולטאַט פֿון". ווי אַ המשך פֿון די צוויי פֿריִערדיקע פּרשיות אינעם חומש "דבֿרים", האָט משה רבינו ווײַטער געפֿירט זײַנע מוסר־דרשות און גערופֿן די ייִדן צו היטן די מיצוות און נישט צו טאָן קיין עבֿירות. ער האָט דערמאָנט דעם חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב, דאָס מחלוקת פֿון קורח און אַנדערע אומגליקלעכע אינצידענטן. מיט צוויי וואָכן צוריק, האָבן מיר באַטראַכט דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "דבֿרים". פֿון איין זײַט, איז ער פֿאַרבונדן מיט אַ נעגאַטיוון ענין — משה רבינוס טויט. פֿון דער צווייטער זײַט, ווײַזט דער דאָזיקער טייל פֿונעם חומש אָן, אַז אַ מענטש איז בכּוח צו דערגרייכן די גרויסע מדרגה פֿון דבֿקות מיט דעם אייבערשטן; צוליב דעם, זענען משהס אייגענע תּפֿילות און דרשות געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער תּורה־מן־השמים. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַטראַכט דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "דבֿרים" און פֿאַרגליכן דעם סדר פֿון די חמישה-חומשי-תּורה מיט די פֿינף וועלטן, אין וועלכע עס האָט געלעבט דוד־המלך — פֿון זײַענדיק אין זײַן מאַמעס בויך ביז דעם טאָג פֿון זײַן טויט. אינעם חומש "ויקראָ" ווערט כּסדר באַטראַכט די קאָמפּליצירטע דיאַלעקטיק פֿון באַציִונגען צווישן דעם מענטשלעכן און ג־טלעכן ווילן. ווי עס ווערט דערקלערט אין די ספֿרי־חסידות, איז דער אייבערשטער דאָס עצם פֿון אַלע זאַכן אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די מענטשלעכע נשמה. דער צוועק פֿון עבֿודת־השם איז דאָס דבֿקות פֿונעם מענטש מיט זײַן אייגענעם ג־טלעכן נשמה־עצם. מע טאָר אָבער נישט שטרעבן צו דערגרייכן אַזאַ דבֿקות צוליב אַן עגאָיִסטישן מאָטיוו; דערפֿאַר איז גרינגער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז מע דינט דעם רבונו־של־עולם ווי אַ געטרײַער קנעכט — הגם, אין דער אמתן, איז דער באַשעפֿער קיינמאָל נישט אָפּגעטיילט פֿון אונדז, און אונדזער עבֿודה לשם־שמים העלפֿט אונדז מבֿטל צו זײַן די באַריערן פֿון אונדזער גאווהדיקן "עגאָ", וועלכער שאַפֿט די אילוזיע, צוליב וועלכער אונדז דאַכט זיך, אַז מיר זענען ווײַט פֿונעם אייבערשטן. אין אַנדערע ווערטער, מיר מוזן זיך אָפּזאָגן פֿון אונדזער אייגענעם "עגאָ" לטובֿת דעם באַשעפֿער, כּדי משׂיג צו זײַן, אַז מיר אַליין זענען אויך אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿונעם ג־טלעכן אין־סוף. געוויינטלעך, הייבט זיך די געשיכטע פֿון חסידישע באַוועגונגען אָן, ווען זייער גרינדער פֿאַרזאַמלט די ערשטע גרופּע תּלמידים און ווײַזט זיי אָן אַ געוויסן דרך אין עבֿודת־השם, באַגלייט מיט אַ ספּעציפֿישער סיסטעם פֿון מינהגים. ווען דער רבי ווערט ניפֿטר און לאָזט נישט איבער קיין יורשים, ווערט די באַוועגונג אָפֿט צו ביסלעך בטל. די חסידים גייען געוויינטלעך אַריבער צו אַן אַנדער רבין, וועלכער פֿירט זײַנע נאָכפֿאָלגער אויף אַ וועג, וואָס זעט אויס ענלעך צו דעם גײַסטיקן דרך פֿונעם פֿריִערדיקן מנהיג. אַ טייל חסידישע באַוועגונגען בלײַבן אַקטיוו אָן אַ לעבעדיקן רבין, אָבער בלײַבן פֿאַרגליווערט, שטרעבנדיק אָפּצוהיטן גענוי די הנהגות פֿונעם רבין אָן קיין נײַע חידושים. מיט 200 יאָר צוריק, ח״י תּשרי תּקע״א (1810), דעם צווייטן טאָג פֿון חול־המועד סוכּות, איז ניפֿטר געוואָרן רבי נחמן בראַצלעווער — אַ יונגער חסידישער מנהיג, וועלכער האָט אַ סך געליטן אין זײַן קורצן לעבן פֿון קראַנקייטן און רדיפֿות, און אויסגעגאַנגען פֿון טובערקולאָז אין עלטער פֿון 38 יאָר. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע רביים פֿון יענער צײַט, וועלכע זענען געבליבן פֿאַקטיש אומבאַקאַנט, אָדער באַקאַנט בלויז ווי האַלב־לעגענדאַרע פֿיגורן צווישן געוויסע חסידישע גרופּעס, איז רבי נחמנס טויט געוואָרן דער אָנהייב־פּונקט אין דער געשיכטע פֿון זײַן באַוועגונג. דעם קומענדיקן ראָש־השנה איז דער 200־יעריקער יוביליי פֿונעם יערלעכן צוזאַמענטרעף פֿון די בראַצלעווער חסידים אין אומאַן, בײַם קבֿר פֿון זייער רבין. פֿונעם הײַנטיקן שבת ביזן סוף יאָר הייבן מיר אָן לייענען דעם לעצטן טייל פֿון דער תּורה — "דבֿרים". אין די פֿריִערדיקע פּרשיות במשך פֿונעם יאָר האָבן מיר כּסדר באַטראַכט די לייטמאָטיוון פֿון די חמישה-חומשי-תּורה אין שײַכות מיט זייערע נעמען. איידער מיר גייען אַריבער צום חומש "דבֿרים", לאָמיר זיי דערמאָנען, וועגן וואָס עס גייט אַ רייד אין די פֿאָריקע פֿיר חומשים. די חז״ל באַמערקן, אַז אין תּהילים שטייט פֿיר מאָל די פֿראַזע "ברכי נפֿשי את ה׳" — זאָל מײַן נשמה בענטשן דעם אייבערשן — און נאָך איין מאָל אַן ענלעכע פֿראַזע: "ברכו ה׳ מלאכיו" — זאָלן דעם אייבערשטנס שליחים אים בענטשן. די גמרא זאָגט, אַז די דאָזיקע פֿינף לויב־געזאַנגען שטימען מיט די פֿינף וועלטן, אין וועלכע עס האָט געלעבט דוד־המלך — ווען ער איז נאָך געווען אין זײַן מאַמעס בויך; ווען ער איז געבוירן געוואָרן און צום ערשטן מאָל דערזען הימל און שטערן; ווען ער האָט געזויגט זײַן מאַמעס מילך און געקוקט אויף איר ברוסט, וועלכע סימבאָליזירט די מידה פֿון בינה — פֿאַרשטאַנד; ווען ער האָט מנצח געווען די רשעים; ווען ער האָט זיך פֿאַרטראַכט וועגן דעם טאָג פֿון זײַן טויט. פֿאַרשיידענע פּערזענלעכקייטן, וועלכע שפּילן וויכטיקע ראָלעס אינעם גאולה־פּראָצעס און אַנטפּלעקן נײַע ג־טלעכע חידושים אין דער וועלט, ווערן באַטראַכט ווי משיחים, על־פּי־חסידות, אין אַ געוויסן זין פֿון וואָרט. למשל, דוד־המלך ווערט אָנגערופֿן "משיח ראשון" אָדער "דוד מלכא משיחא", און משה רבינו ווערט אויך אָנגערופֿן "גואל ראשון" אָדער "משה משיח". די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז די גרעסטע צדיקים זענען משיחים פֿון זייער דור. דערפֿאַר, בלײַבן אַלע פֿאָרויסגעזאָגטע חשבונות וועגן גאולה־צײַטן אמת; הגם דער ענדגילטיקער גואל־צדק איז נאָך נישט געקומען, פּאַסירן אין דער וועלט כּסדר פֿאַרשיידענע געשעענישן, וועלכע ווערן באַטראַכט ווי אַ שטיקל גאולה. דעם הײַנטיקן שבת לייענען מיר די לעצטע פּרשה אינעם חומש "במדבר". במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים, האָבן מיר כּסדר באַטראַכט און געשטרעבט צו באַהויפּטן דעם לייטמאָטיוו פֿונעם דאָזיקן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה. די ערשטע פּרשה — "במדבר" — מיט וועלכער עס הייבט זיך אָן דער ציקל פֿון די סדרות, וואָס פֿאַרענדיקט זיך די וואָך, באַשטייט, על־פּי־רובֿ, פֿון פּרטימדיקע חשבונות. לויטן אָנזאָג פֿונעם אייבערשטן, האָט משה רבינו געהייסן איבערצוציילן די צאָל פֿון דערוואַקסענע מענער פֿון 20 ביז 60 יאָר אַלט אין יעדן ייִדישן שבֿט. כּמעט די גאַנצע פּרשה "במדבר" באַשטייט פֿון פּרטימדיקע חשבונות און רשימות פֿון משפּחות. צוליב דעם, ווערט דער דאָזיקער אָפּטייל פֿונעם חומש אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות". די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזאַ פּרטימדיקער חשבון ווײַזט אָן אויפֿן חשיבֿות פֿון יעדן ייִד. צוליב דער זעלבער סיבה, טאָר מען אויך נישט ציילן די ייִדן אויף אַ דירעקטן אופֿן. כּדי דורכצופֿירן דעם דעמאָגראַפֿישן חשבון, האָט משה רבינו געזאַמלט אַ האַלבן זילבערנעם שקל פֿון יעדן איבערגעציילטן ייִד אין יעדן באַזונדערן שבֿט, און אויסגערעכנט דעם סך־הכּל. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט ענינים פֿון נדרים. משה רבנו האָט איבערגעגעבן די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים — "ראָשי־המטות" — אַז ווען עמעצער טוט אַ נדר, מוז מען עס מקיים זײַן. ווײַטער ווערט דערקלערט, ווי אַזוי צו מאַכן התּרת־נדרים — אָפּצושאַפֿן אַ נדר. משה רבנו האָט אויסגענוצט אַ ספּעציעלן אויסדרוק אין שײַכות צו די הלכות פֿון נדרים: "זה הדבֿר" — "דאָס איז די זאַך". די מפֿרשים דערקלערן, אַז די דאָזיקע פֿראַזע ווײַזט אָן אויף דער באַזונדער־הויכער מדרגה פֿון משה רבנוס נבֿואה. וועגן די אַנדערע נבֿיאים שטייט געשריבן אין תּנ״ך, אַז דער אייבערשטער האָט זיי "אַזוי געזאָגט" — "כה אָמר השם". משה האָט אָבער משׂיג געווען זײַן נבֿואה אויף אַ מער דירעקטן, קלאָרן אופֿן, ווי אַ מענטש, וואָס טײַט אָן אויף עפּעס מיטן פֿינגער און פֿאַרשטייט קלאָר, וואָס דאָס איז. די תּורה דערקלערט פֿאַר אונדז די מעלה פֿון משה רבנוס השׂגה פֿונעם אייבערשטן דווקא אין שײַכות צו די נדרים. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, זענען אין דער תּורה פֿאַראַן נישט ווייניק מיצוות, וועלכע זענען הײַנט נישט אַקטועל אינעם בוכשטעבלעכן זין. עס זענען אויך פֿאַראַן אַזעלכע מיצוות, וואָס בלײַבן יאָ אַקטועל, אָבער בלויז אין אומגעוווּנטשענע סיטואַציעס: למשל, די מיצווה צו גטן זיך מיט דער פֿרוי ווי געהעריק, אָדער צו הרגענען אַ מערדער. פֿאַרשטייט זיך, עס וואָלט געווען בעסער צו לעבן אין אַ וועלט, וווּ קיינער ווערט נישט דערהרגעט און ממילא איז נישטאָ קיין נייטיקייט אויסצופֿירן די דאָזיקע מיצווה. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַטראַכט די מעשׂה פֿון בלק, דער בייזער קיניג פֿון מואבֿ, וועלכער האָט געבעטן דעם מכשף בלעם צו פֿאַרשעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק. דער אייבערשטער האָט אָבער אַרײַנגעלייגט אין בלעמס מויל אַ ברכה, אַנשטאָט אַ קללה. בלק האָט זיך דעמאָלט געגעבן אַן אַנדער עצה: אַרײַנצושיקן אַ גרופּע מואבֿישע פֿרויען אינעם ייִדישן לאַגער, זיי זאָלן זינדיקן מיט די ייִדן און פֿאַרפֿירן זיי, בשעת־מעשׂה, צו דינען עבֿודה־זרה. די ייִדן זענען געשטאַנען אויף אַזאַ הויכער מדרגה, אַז דער גרעסטער מכשף אין דער וועלט האָט נישט געקאָנט זיי ברענגען אַ היזק. דערפֿאַר, האָט בלק געוואָלט זיי קודם אַראָפּברענגען פֿונעם הויכן רוחניות אין דער וועלט פֿון גראָבע גשמיותדיקע תּאוות. דער פּלאַן האָט טאַקע געפּועלט: אַ טייל ייִדן האָבן אָנגעהויבן דינען עבֿודה־זרה. עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ גרויסע מגפֿה, וועלכע האָט זיך אָפּגעשטעלט נאָך דעם, ווי פּינחס, אַן אייניקל פֿון אַהרן, האָט דערהרגעט אַ ייִדישן מאַן און אַ מואבֿישע פֿרוי, וועלכע זענען געווען פֿאַרנומען אין יענעם מאָמענט מיט אינטימע באַציִונגען בפֿרהסיה. הגם די מעשׂה קלינגט טאַקע גאַנץ ווילד, זענען ביידע דערהרגעטע געווען חשובֿע מענטשן, ווי עס דערקלערן די מפֿרשים. דער מאַן, וועלכער האָט געהייסן זמרי, איז געווען דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־שמעון, און די פֿרוי, כּזבי, איז געווען אַ פּריצעסין פֿון מדין און אַ טאָכטער פֿונעם קיניג בלק. די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע אינעם גאַנצן חומש, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַן עכטן רשע. די פֿריִערדיקע סדרה — "קורח" — איז אויך אָנגערופֿן נאָך אַ סתּירותדיקן פּערסאָנאַזש. פֿונדעסטוועגן, ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאָריקע וואָך, האָט קורח געהאַט אַ גוטע כּוונה, הגם זײַן מחלוקת כּלפּי משה איז נישט געווען אינגאַנצן לשם־שמים. בלק, אַ קיניג פֿון מואבֿ, איז אָבער געווען אַ בפֿירושער שׂונא־ישׂראל, וועלכער האָט געהאָפֿט צו פֿאַרשעלטן די ייִדן מיט אַ מעכטיקער טויט־קללה. כּדי אויסצופֿירן זײַן פּלאַן, האָט ער זיך געווענדט צו בלעם — אַ באַרימטער בייזער מכשף. נישט געקוקט אויף זײַן רישעות, איז בלעם געווען אַן אמתער נבֿיא. הגם זײַן השׂגה פֿון רוחניות איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער סיטרא־אַחרא, האָט ער דערגרייכט, אויף זײַן היפּוכדיקן אופֿן, די זעלבע מדרגה פֿון נבֿואה ווי משה רבינו. דער אייבערשטער האָט געהייסן בלעמען נישט צו טשעפּען די ייִדן. דער קיניג בלק האָט אָבער ווידער געבעטן דעם מכשף דורכצופֿירן דעם קללה־ריטואַל. בלעם האָט מסכּים געווען — בתּנאַי, אַז ער וועט נישט רעדן קיין וואָרט קעגן דעם באַשעפֿערס ווילן. דער בייזער "אַנטי־נבֿיא" איז געגאַנגען צום באַרג, פֿונוואַנען ער וואָלט געקאָנט זען די ייִדישע מחנה אינעם מידבר, כּדי "אָנצוצילן" זײַן קללה ווי געהעריק. אויפֿן וועג צו דעם באַרג, האָט זײַן אייזלטע דערזען אַ מלאך און האָט אָנגעהויבן רעדן. נישט געקוקט אויף דעם דאָזיקן אויסטערלישן נס, האָט בלעם געפּרוּווט גיין ווײַטער. דער מלאך האָט אים געלאָזט, אָבער געוואָרנט, אַז ער מעג בלויז איבערחזרן פּינקטלעך די ווערטער, וועלכע דער רבונו־של־עולם וועט אַרײַנלייגן אין זײַן מויל. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן פּרה־אַדומה — אַ ספּעציעלע ריין־רויטע קו, וואָס די כּהנים פֿלעגן מיט איר אַש מטהר זײַן ייִדן נאָך אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן מענטש. דאָס מענטשלעכע לעבן איז ווערט אַ גאַנצע וועלט. דערפֿאַר האָט מען נישט געטאָרט אַרײַנקומען אינעם בית־המיקדש, וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַ קוואַל פֿון לעבן — נאָך אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן מענטש. בלויז דורך דעם ספּעציפֿישן ריטואַל פֿון פּרה־אַדומה האָט מען געקאָנט זיך אָפּרייניקן פֿון דער טומאת־מת. כּדי דורכצופֿירן דעם דאָזיקן טהרה־ריטואַל, האָט מען קודם געמוזט געפֿינען אַ קו, וועלכע האָט קיינמאָל נישט געטראָגן קיין יאָך, און האָט בלויז רויטע האָר — אַ גרויסע זעלטנקייט. מע האָט זי געזאָלט שעכטן און פֿאַרברענען מחוץ דעם הר-הבית; דערנאָך האָט מען אויסגעמישט דאָס אַש מיט קוואַל־וואַסער און אַ צאָל אַנדערע זאַכן. דער עיקר־פּאַראַדאָקס פֿון דער פּרה־אַדומה, וואָס ווערט אָפֿט באַהאַנדלט אין ספֿרי־חסידות, באַשטייט אין דעם, וואָס דער כּהן, וועלכער פֿירט דורך דעם טהרה־ריטואַל, ווערט אַליין טמא אינעם פּראָצעס. דאָס הייסט, אַז אינעם קוואַל־וואַסער, אויסגעמישט מיטן אַש פֿון דער רויטער קו, באַהאַלטן זיך, אין דער זעלבער צײַט, צוויי דיאַמעטראַל־היפּוכדיקע כּוחות: מטהר צו זײַן פֿון טומאה, און מטמא צו זײַן אַ ריינעם מענטש. |