- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, "וארא", האָבן מיר באַטראַכט צוויי מדרגות פֿון ג־טלעכער אַנטפּלעקונג. די ערשטע מדרגה, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיט שם "ש־די", איז פֿאַרבונדן מיט דעם געוויינטלעכן, ציקלישן "דרייעניש" פֿונעם אוניווערס. דורך אַזאַ נאָמען האָט דער באַשעפֿער זיך אַנטפּלעקט צו די ייִדישע אָבֿות. די חז״ל דערקלערן, אַז דער שם "ש-די" שטאַמט פֿונעם וואָרט "די" — "גענוג". דער אייבערשטער האָט אײַנגעשטעלט באַשטימטע גרענעצן פֿון די נאַטור־געזעצן, כּדי די וועלט זאָל זיך דרייען ווי עס דאַרף צו זײַן, און נישט אַראָפּ פֿון די "רעלסן". דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משה, און האָט אים צוגעזאָגט אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, אַזוי ווי ער האָט צוגעזאָגט די ייִדישע אָבֿות — אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ. משה און זײַן ברודער, אַהרן, זענען עטלעכע מאָל געגאַנגען צו פּרעה, בעטנדיק אַ רשות פֿאַר די ייִדן צו ברענגען קרבנות אין מידבר־סיני; בײַם אָנהייב, האָבן זיי נישט געפֿאָדערט צו באַפֿרײַען די ייִדן אינגאַנצן. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר פֿאַרענדיקט דעם חומש "בראשית", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם לעבן פֿון די ייִדישע אָבֿות און אמהות. פֿון הײַנט אָן הייבן מיר אָן צו לייענען דעם חומש "שמות", וועלכער הייבט זיך שוין אָן מיט אַ שפּעטערדיקן פּעריאָד. בײַם אָנהייב, האָט יעקבֿס משפּחה געלעבט אין מצרים גאַנץ רויִק, און האָט זיך היפּש פֿאַרמערט, און געוואָרן אַ גאַנץ פֿאָלק. ווען יוסף מיט זײַן גאַנצן דור זענען ניפֿטר געוואָרן, האָט דער נײַער מיצרישער קיניג אָנגעהויבן פֿאַרשקלאַפֿן און רודפֿן די ייִדן. אינעם חומש זענען פֿאַראַן צוויי סדרות, וואָס זייערע נעמען זענען פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון לעבן: "חיי-שׂרה" און "ויחי". די פּרשה "חיי-שׂרה" הייבט זיך אָן מיט שׂרהס טויט — פּונקט להיפּוך צו איר נאָמען. שׂרה איז געווען די מאַמע פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק — בגשמיות און ברוחניות. ווען מע זאָגט אַ "מי שברך" פֿאַר אַ גר — אַ תּפֿילה פֿאַר אַ קראַנקן, אין וועלכער מע דערמאָנט דער מאַמעס נאָמען — רופֿט מען אים אָן "פּלוני בן שׂרה", ווײַל ווען עמעצער ווערט אַ ייִד, ווערט ער אויך פֿאַררעכנט פֿאַר שׂרהס אייניקל. דעם 27סטן אויגוסט האָט דער מחבר פֿון די שורות פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם "פֿאָרווערטס" אַן אַרטיקל וועגן וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו — אַ באַרימטער רוסישער קריסטלעכער פֿילאָסאָף און אוהבֿ־ישׂראל. זײַנע אידעען האָבן אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס בײַ אַ צאָל ייִדישע מיסטיקער. ווייניק מענטשן ווייסן אָבער וועגן דעם גרויסן איטאַליענישן רבֿ, פֿילאָסאָף און מקובל אליהו בן־אַמוזג (בענאַמאָזעג), וועלכער האָט אויסגעאַרבעט אַן אוניווערסאַלע פֿילאָסאָפֿיע, באַגרינדעט אויף קבלה, וועלכע האָט צוגעצויגן אַ צאָל קריסטלעכע "חסידים". אין אַ סך אַספּעקטן, איז ער געווען אַ ייִדישער "צווילינג" פֿון סאָלאָוויאָוון; אין זייערע געדאַנקען גייען זיי, אָפֿטמאָל, ממש טריט בײַ טריט; ביידע האָבן געלעבט אין דער זעלבער צײַט און ניפֿטר געוואָרן אינעם זעלבן יאָר. יוסף איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן ווי אַ שקלאַף, כּדי צו ראַטעווען זײַן משפּחה פֿון הונגער; זײַן נע־ונדעווען און אומגעוויינטלעכע מעשׂיות מיט חלומות זענען געווען דער יסוד פֿון יעקבֿס מיושבֿדיק לעבן אין מצרים. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דאָס דאָזיקע שטילע לעבן גופֿא געוואָרן דער אָנהייב פֿונעם ביטערן מיצרישן גלות. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט מיט אַ וואָך צוריק, טראָגט די פֿאָריקע פּרשה דעם נאָמען "וישבֿ", "און ער האָט זיך באַזעצט", הגם דאָרטן גייט אַ רייד נישט וועגן יוספֿס סכּנותדיקע פּאַסירונגען ווי אַ מיצרישער שקלאַף און וועגן יעקבֿס עגמת־נפֿש צוליב דעם פֿאַרלוסט פֿון זײַן זון. פֿונדעסטוועגן, האָבן די דאָזיקע אומרויִקע געשעענישן געבראַכט, בײַם סוף, רו און כּבֿוד צו יעקבֿס משפּחה. ווען יוסף וואָלט נישט פֿאַרקויפֿט געוואָרן קיין מצרים, וואָלט זײַן משפּחה געליטן פֿון הונגער אין ארץ־כּנען. "וישבֿ יעקבֿ בארץ מגורי אָבֿיו" — און יעקבֿ האָט זיך באַזעצט אינעם לאַנד פֿון זײַן טאַטן. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, זענען די לעצטע צוויי פּרשיות געווען דורכגענומען מיט אומעט און אומזיכערקייט, און זייערע נעמען גופֿא — "ויצא" און "וישלח" — זענען פֿאַרבונדן מיט יעקבֿס לאַנגער אַרבעט בײַ זײַן פֿעטער לבֿן און מיט זײַן סכּנותדיקער באַגעגעניש מיט עשׂו און עשׂוס מלאך. אַחוץ דעם, ווערט אין דער פֿריִערדיקער פּרשה דערציילט די סתּירותדיקע מעשׂה וועגן שמעונס און לויס נקמה פֿאַר זייער שוועסטער, דינה, ווי אויך וועגן דעם טויט פֿון יעקבֿס באַליבט ווײַב, רחל. בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יעקבֿ איז אַנטלאָפֿן מיט זײַן משפּחה פֿון זײַן פֿעטער לבֿן, נאָך 20 יאָר שווערער אַרבעט ווי אַ פּאַסטעך. לבֿן האָט זיי נאָכגעיאָגט, אָבער דער אייבערשטער האָט אים געוואָרנט, אין אַ חלום, צו לאָזן יעקבֿן צו רו. הגם ס׳איז שוין פֿאַרבײַ אַ לאַנגע צײַט, האָט יעקבֿ זיך געזאָרגט, אַז זײַן ברודער, עשׂו, איז נאָך אין כּעס אויף אים. "ויצא יעקב" — און ער איז אַרויסגעגאַנגען (אַוועקגעגאַנגען) — כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון זײַן אויפֿגעבראַכטן ברודער, עשׂו, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים אין באר־שבֿע, און האָט זיך געלאָזט אויפֿן וועג קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער לבֿן. יעקבֿ האָט זיך אָנגעטאָן אין עשׂוס בגדים, כּדי זײַן בלינדער טאַטע, יצחק, זאָל מיינען, ווען ער טאַפּט אים אָן, אַז ער איז עשׂו, און האָט אַזוי אַרום באַקומען די ספּעציעלע ברכה, מיט וועלכער יצחק האָט זיך געקליבן צו בענטשן זײַן עלטערן זון (עשׂו). "ואלה תּולדות יצחק" — "און דאָס זענען די נאָכקומער פֿון יצחק". רש״י דערקלערט, אַז די תּורה רעדט דאָ וועגן יצחקס ביידע זין, יעקבֿ און עשׂו. די צוויי צווילינג־ברידער האָבן אָנגעהויבן זיך קריגן צווישן זיך נאָך אין זייער מאַמעס בויך, צוליב זייערע קעגנזעצלעכע פּערזענלעכקייטן. די חז״ל זאָגן, אַז נאָך פֿאַרן געבורט האָט עשׂו זיך געצויגן צו עבֿודה זרה, און יעקבֿ — צו קדושה. יעקבֿ האָט געהאַט אַ כאַראַקטער פֿון אַ שטילן היימישן תּלמיד־חכם, און עשׂו איז געווען בטבֿע אַ ווילדער מענטש. אינעם חומש זענען פֿאַראַן זעקס פּרשיות, וואָס טראָגן נעמען פֿון קאָנקרעטע מענטשן: "נח", "חיי־שׂרה", "יתרו", "קורח", "בלק", "פּינחס". דאָס איז אַן אינטערעסאַנטע אַרומנעמיקע רשימה פֿון אַרכעטיפּישע פּערסאָנאַזשן, וועלכע רעפּרעזענטירן אַלע קאָנצעפּטועלע זײַטן פֿונעם תּורה־אוניווערס: נח איז אַ ניט־ייִדישער צדיק; יתרו איז אַ גר; |