- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די דינים פֿון אַ ייִדישער קימפּעטאָרין. "אשה כּי תזריע וילדה זכר" — "ווען אַ פֿרוי וועט טראָגן און וועט האָבן אַ זון" — הייסט איר די תּורה אָפּוואַרטן 7 טעג; ערשט דעמאָלט קאָן זי זיך טובֿלען אין מיקווה, כּדי צו האָבן דאָס רשות אָנצורירן איר מאַן. בזמן־הבית, ווען דער בית־המיקדש איז געשטאַנען, האָט זי אויך געדאַרפֿט ברענגען אַ קרבן נאָך 33 טעג אַרום. ווען אַ פֿרוי האָט אַ טאָכטער, הייסט די תּורה אָפּוואַרטן צוויי מאָל לענגער — 14 טעג — איידער זי מעג זיך מטהר זײַן אין מיקווה, און צו ברענגען אַ קרבן נאָך 66 טעג. ווײַטער ווערט אין דער פּרשה דערקלערט די הלכות פֿון "צרעת" — אַ הויט־קראַנקייט, וואָס ווערט געוויינטלעך איבערגעזעצט ווי "לעפּרע", און פֿלעגט מטמא זײַן מענטשן, כּלים און גאַנצע הײַזער. דער אָנזאָג "פּרו ורבֿו", צו האָבן קינדער, איז די ערשטע מיצווה אין דער גאַנצער תּורה, וואָס שטייט געשריבן אין דער פּרשה "בראשית". פֿאַרוואָס זאָל אַזאַ שׂימחהדיק געשעעניש, ווי דאָס געבורט פֿון אַ קינד, אַרײַנברענגען אַ פֿרוי אין אַ מצבֿ פֿון ריטואַלער אומריינקייט? פֿאַרוואָס דערציילט די תּורה וועגן די קימפּעטאָרינס אין דער זעלבער פּרשה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער לעפּרע־קראַנקייט? דערצו, דער טאָפּלט־לאַנגער פּעריאָד פֿון טומאה נאָכן געבורט פֿון אַ מיידל, קאָן קלינגען — ווי עס וואָלט געקאָנט טענהן אַ הײַנטצײַטיקער קריטיקער — ווי אַ בפֿירושע דיסקרימינאַציע קעגן פֿרויען. אין די לעצטע צוויי פּרשיות האָבן מיר באַטראַכט, ווי אַזוי דער אינדיווידועלער דרך פֿון אַ יחיד קומט אין "רעזאָנאַנס" מיט דעם ג־טלעכן רוף פֿון הימל. בעצם, זענען צווישן די דאָזיקע צוויי מינים גײַסטיקע אימפּולסן נישטאָ קיין סתּירה. למשל, ווען אַ פּאָעט אָדער אַ קינסטלער האָט אַ גרויסן טאַלאַנט, זאָגט מען, אַז ער האָט אַ ג־טס גאָב. דאָס הייסט, אַז די גרעסטע אָריגינעלקייט און אייגנאַרט פֿון עמעצנס קונסט ווערט אויפֿגענומען ווי אַ הימלישע אַנטפּלעקונג. די זעלבע זאַך איז אויך אמת, ווען סע גייט אַ רייד וועגן דבֿרי־תּורה. צום בײַשפּיל, ווערן רבי נחמן בראַצלעווערס "סיפּורי־מעשׂיות" אָנערקענט ווי אַ מוסטער פֿון אָריגינעלער ליטעראַרישער מײַססערשאַפֿט, און סײַ ווי די טיפֿסטע סודות־התּורה, וואָס קומען פֿון די העכסטע רוחניותדיקע וועלטן. די שעפֿערישע אָריגינעלקייט קלינגט ווי אַן אויסדרוק פֿון דער מענטשלעכער אינדיווידועלער אומאָפּהענגיקייט; די נבֿואה איז, פּונקט פֿאַרקערט, אַ רעזולטאַט פֿון אַ טיפֿן ביטול־היש, ווען אַ מענטש זאָגט זיך אָפּ פֿון זײַן "איך" און פֿאָלגט דאָס ג־טלעכע קול. און פֿאָרט, זעען מיר אָפֿט, אַז ס׳איז ממש איין זאַך. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה האָבן מיר געפּרוּווט אָנצוטאַפּן דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "ויקראָ", וועלכער הייבט זיך אָן מיט דעם אייבערשטנס רוף צו משה רבינו, וועלכער ווערט פֿאַרשריבן אין דער ספֿר־תּורה מיט אַן אומגעוויינטלעך קליינעם "אַלף", וואָס גיט צו אַ געוויסע צוויידײַטיקייט, ווי עס וואָלט געשטאַנען "ויקר" — און דער אייבערשטער האָט געטראָפֿן משה. מע קאָן זאָגן, אַז דער לייטמאָטיוו פֿונעם הײַנטיקן אָפּטייל פֿונעם חומש, וועלכן מיר האָבן אָנגעהויבן לייענען מיט אַ וואָך צוריק, איז דער אינערלעכער ג־טלעכער רוף, וועלכער ברענגט די מענטשלעכע נשמה צו קדושה און מסירת־נפֿש. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז "ויקר" און "ויקראָ" נישט צוויי היפּוכים, נאָר ממש די זעלבע זאַך. ווען מע טרעפֿט פּלוצעם אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג, איז עס גופֿא אַ רוף פֿון הימל; און ווען דער באַשעפֿער רופֿט דעם מענטש — איז עס נישט סתּם אַ קול פֿון אויבן, נאָר אַ טיפֿע גײַסטיקע דערפֿאַרונג. דער ערשטער טייל פֿון די חמישה־חומשי־תּורה — "בראשית" — פֿאָקוסירט זיך אויף דער טעמע פֿון וועלט־באַשאַפֿונג; אויף די וואָרצלען פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע, מיט אירע מעלות און חסרונות; און אויף דער אורגעשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער אינהאַלט שטימט מיט דעם נאָמען פֿונעם דאָזיקן תּורה־טייל, וועלכער הייבט זיך אָן מיט אַ גרויסן אות "בית", וואָס סימבאָליזירט די דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן דעם מענטש און דעם באַשעפֿער אָדער, פֿילאָסאָפֿיש גערעדט, צווישן סוביעקט און אָביעקט. אין דער אמתן, איז נישטאָ קיין אַנדער מציאות, מחוץ דעם ג־טלעכן אַבסאָלוט; אַלע זאַכן אין דער וועלט זענען בלויז אַנטפּלעקונגען פֿון זײַן ליכט; לגבי אונדז בלײַבט אָבער די וועלט תּמיד אַ צווייזײַטיקע. דער מענטשלעכער שׂכל, אינעם געוויינטלעכן באַקאַנטן צושטאַנד פֿונעם באַוווּסטזײַן, קאָן נישט טראַכטן נישט שטעלנדיק אַ גרענעץ צווישן דעם אייגענעם "זיך", דער סוביעקט, און דעם אַרום — די וועלט פֿון אָביעקטן. די הײַנטיקע סדרה שליסט די סעריע פֿון פֿינף פּרשיות, וווּ עס ווערט דערציילט, ווי אַזוי די ייִדן האָבן אויפֿגעבויט דעם מישכּן. ס׳איז אויך די לעצטע פּרשה אינעם חומש "שמות", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן יציאת־מצרים און דער גײַסטיקער דערפֿאַרונג פֿונעם באַפֿרײַטן ייִדישן פֿאָלק אינעם מידבר. ווי מיר האָבן דאָס שוין באַטראַכט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, דינט די מעשׂה פֿון יציאת־מצרים ווי אַן אַרכעטיפּ, אַ מוסטער פֿון מענטשלעכער פֿרײַהייט. צוליב דעם, ווערט דער יום־טובֿ פּסח אָנגערופֿן "זמן־חרותינו" — "די צײַט פֿון אונדזער באַפֿרײַונג". אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר אויפֿגעוויזן, אַז אין אַלע פּרשיות פֿונעם חומש "שמות" שטעקט אַ טיפֿער סאָציאַלער אינהאַלט — אַמאָל בפֿירוש, אַמאָל ברמז. די פֿאָריקע וואָך האָבן מיר געלייענט די פּרשה "ויקהל", וווּ עס ווערט דערציילט, ווי משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן, און האָט זיי געוואָרנט, אַז זיי טאָרן נישט בויען דעם מישכּן אום שבת. בעת דער מלאכת־המישכּן האָבן די ייִדן געוויזן, אַז אַ בשותּפֿותדיקע טעטיקייט, מיט אַחדות און ברודערשאַפֿט, איז מסוגל צו פֿאַרוואַנדלען די גשמיותדיקע וועלט אין אַ היים פֿאַר דער הייליקער שכינה, און אויפֿצוהייבן די מענטשלעכע נשמה צו איר ג־טלעכן שורש. "ויקהל משה" — משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן, און האָט זיי געוואָרנט, אַז זיי מעגן אַרבעטן בלויז אין דער וואָכן, נאָר נישט שבת. דערנאָך דערציילט אונדז די תּורה ווײַטער וועגן דעם, ווי אַזוי אַלע ייִדן האָבן צוזאַמען אויפֿגעשטעלט דעם מישכּן. די תּורה דערקלערט עטלעכע מאָל, אַז מע טאָר נישט טאָן שבת קיין שום מלאָכה. די חז״ל דערקלערן, אַז אין דעם איצטיקן פֿאַל האָט דער אָנזאָג וועגן שבת אַ שײַכות צום אַלגעמיינעם אינהאַלט פֿון דער הײַנטיקער סדרה. די ייִדן האָבן געקאָנט משער זײַן זיך, אַז די מלאכת־המישכּן איז וויכטיקער ווי שבת. די כּהנים האָבן יאָ אויסגעפֿירט זייער עבֿודה די גאַנצע צײַט, אַפֿילו שבת און יום־כּיפּור. דערפֿאַר האָט משה ספּעציעל געוואָרנט די ייִדן, אַז הגם די עבֿודת־הכּהנים איז טאַקע העכער ווי שמירת־שבת, מיינט עס נישט, אַז מע מעג אויך ברעכן דעם הייליקן יום־המנוחה צוליב דער צוגרייט־אַרבעט אַרום דעם מישכּן. במשך פֿון עטלעכע פֿאָריקע וואָכן האָבן מיר באַהאַנדלט דעם סאָציאַלן תּוכן פֿון די פּרשיות, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם יציאת־מצרים, מתּן־תּורה און בנין־המישכּן. דער ערשטער טייל פֿונעם חומש "שמות", פֿון אָנהייב ביז "מישפּטים", ווערן באַטראַכט ווי אַ ספּעציעלער בלאָק פֿונעם חומש, וואָס ווערט אָנגערופֿן "שובֿבֿים"; דאָס איז ראָשי־תּיבֿות פֿון די ערשטע אותיות אין די נעמען פֿון די פּרשיות. אין אַן עיבור־יאָר, אַזוי ווי הײַיאָר, ווערן די סדרות, וועלכע מיר האָבן געלייענט במשך פֿון די לעצטע צוויי וואָכן, "תּרומה" און "תּצוה", אויך אַרײַנגערעכנט ווי אַ טייל פֿונעם דאָזיקן בלאָק. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן דעם מישכּן. אַלע ייִדן האָבן געזאַמלט פֿאַרשיידענע מינים מאַטעריאַלן, כּדי צו שאַפֿן צוזאַמען אַ ספּעציעל "וווינונג־אָרט" פֿאַר דער הייליקער שכינה. אין דער בשותּפֿותדיקער אַרבעט איבער דעם מישכּן האָט זיך אויסגעדריקט די אמתע און אייביקע "דירה" פֿאַרן אייבערשטן אין עולם־הזה — דאָס מענטשלעכע אַחדות. הגם הײַנט האָבן מיר נישט קיין פֿיזישן בית־המיקדש, אַנטפּלעקט זיך ג־טלעכקייט תּמיד דורך דער מענטשלעכער ברידערלעכקייט און אייניקייט. ווי עס שרײַבט דער גרויסער מקובל און בעל־מוסר רבי פּינחס־אליהו האָראָוויץ, איז די מיצווה פֿון אַהבֿת־רעים — ברידערלעכע באַציִונגען, באַגרינדעט אויף אַלמענטשלעכער ליבשאַפֿט — און דאָס איז דער שליסל צום רוח־הקודש. על־פּי־קבלה, איז אהבֿת־רעים אַן אַלגעמיינע מיצווה, וואָס נעמט אַרום אַלע אָרנטלעכע מענטשן — ייִדן און ניט־ייִדן, נאָענטע און ווײַטע צו גלײַך. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט געזאָגן די ייִדן, דורך משה רבינו, צו זאַמלען פֿאַרשיידענע מינים מאַטעריאַלן — טײַערע מעטאַלן, פֿלאַקס און קאָליריקע וואָל, לעדער און האָלץ פֿון אַ ספּעציעלן, איילבערט־אייל, געווירצן און אַדלשטיינער — כּדי צו שאַפֿן דעם מישכּן — אַ הייליק אָרט, וווּ עס זאָל רוען די ג־טלעכע שכינה. די תּורה גיט איבער פּרטימדיקע אינסטרוקציעס, ווי אַזוי פּינקטלעך אויסצובויען אַזאַ אָרט צו קאָנסטרויִרן. די הײַנטיקע פּרשה הייסט "משפּטים", ווײַל אין איר ווערן דערקלערט אַ גאַנצע ריי מיצוות, וועלכע האָבן צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע סיכסוכים צווישן מענטשן. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו: "און דאָס זענען די געזעצן, וואָס דו זאָלסט אײַנשטעלן פֿאַר זיי" — "ואלה המשפּטים אַשר תּשים לפֿניהם". דער ערשטער פּסוק פֿון דער סדרה קלינגט ווי אַ המשך פֿון דער פֿריִערדיקער וואָך, ווען מיר האָבן געלייענט די צען געבאָט. רש״י דערקלערט, אַז די תּורה וויל אונדז דאָ זאָגן, אַז די מיצוות פֿונעם ריכטיקן מישפּט צווישן די מענטשן קומען פֿאַרן באַרג סיני, אַזוי ווי די צען געבאָט. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה איז געגאַנגען אַ רייד וועגן דער קריעת־ים־סוף — די קולמינאַציע פֿונעם יציאת־מצרים. געוויינטלעך, ווערט דער חודש תּישרי באַטראַכט ווי דער טאָג, ווען די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן. די מקובלים דערקלערן אָבער, אַז ביז יציאת־מצרים האָט די וועלט עקזיסטירט בלויז אין פּאָטענציאַל, ווי אַ מין חלום. ערשט ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, איז דער אוניווערס געוואָרן באמת פֿאַרווירקלעכט. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט פּרעה געשאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט, וועלכע האָט אויסגעזען סטאַביל, אָבער איז געווען בעצם טויט און האָט נישט געהאַט קיין פֿונדאַמענט, ווײַל זי איז געווען געבויט אויף בלוט און פֿאַרשקלאַפֿונג. אַדרבה, די וועלט איז סטאַביליזירט געוואָרן, ווען די אינערלעכע ג־טלעכע נאַטור פֿונעם וועזן האָט זיך אויפֿגעשטאַנען קעגן אַזאַ מצבֿ. אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרשה האָבן מיר געלייענט, ווי פּרעה האָט פֿאַרטריבן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, כּדי אָפּצושטעלן די מכּות. ווען די ייִדן האָבן שוין פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד, האָט ער פּלוצעם באַשלאָסן זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן. ווען די באַפֿרײַטע שקלאַפֿן האָבן געמיינט, אַז זיי זענען פֿאַרקלעמט צווישן דעם ים און פּרעהס אַרמיי, האָט דער ים זיך צעשפּאָלטן און זיי האָבן זיך געראַטעוועט בדרך־נס. דער בייזער מיצרישער קיניג האָט געפּרוּווט זיי ווײַטער נאָכצוּיאָגן, אָבער דאָס צעשפּאָלטענע וואַסער האָט זיך צונויפֿגעשלאָסן, און די מיצרים זענען דערטרונקען געוואָרן. |