פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייסט "חיי־שׂרה" — "שׂרהס לעבן". אין דער אמתן, אָבער, ווערט איר לעבן באַשריבן דווקא אין די פֿריִערדיקע פּרשיות. בײַם אָנהייב פֿון דער איצטיקער סדרה, גיט אונדז די תּורה איבער, ווי אַלט עס איז געווען שׂרה אמנו, ווען זי איז געשטאָרבן. ווײַטער ווערט דערציילט, ווי אַבֿרהם אָבֿינו האָט אָפּגעקויפֿט אַ שטח לאַנד אַרום דער מערכת־המכפּלה אין חבֿרון, וווּ ער האָט באַערדיקט זײַן ווײַב.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"וירא אליו ה׳" — אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית־מילה, האָט דער אייבערשטער זיך צו אים באַוויזן.

די הײַנטיקע פּרשה איז רײַך מיט געשעענישן. דרײַ מלאָכים, פֿאַרשטעלט ווי מענטשן, האָבן צוגעזאָגט אַבֿרהמען און שׂרהן, אַז אין אַ יאָר אַרום וועלן זיי האָבן אַ זון. ווען שׂרה, דעמאָלט שוין אַ 90־יעריקע פֿרוי, האָט דערהערט די בשׂורה, האָט זי זיך צעלאַכט אין איר האַרצן. דער אייבערשטער האָט איר אָבער געזאָגט, זי זאָל נישט האָבן קיין ספֿקות; די בשׂורה וועט זיכער מקוים ווערן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט געזאָגט אַבֿרהמען: גיי פֿון דײַן אַלטער היים אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן. אַבֿרהם אָבֿינו איז געווען דער ערשטער ייִד אויף דער וועלט, פֿון וועלכן עס הייבט זיך אָן די געשיכטע פֿון אונדזער פֿאָלק. ווי ס׳איז באַקאַנט, פֿאַרנעמען די באַציִונגען צווישן די ייִדן און דעם באַשעפֿער אַ צענטראַל אָרט אין דער תּורה.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען די מענטשן האָבן זיך שטאַרק פֿאַרזינדיקט, האָט דער באַשעפֿער געשיקט דעם מבול, וואָס האָט אומגעבראַכט אַלע מענטשן און חיות אויף דער ערד. בלויז נח מיט זײַן משפּחה האָט זיך געראַטעוועט פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע, צוזאַמען מיט די פּאָרן בעלי־חיים, וועלכע ער האָט געזאַמלט אין דער תּיבֿה.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם אָנהייב האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד —"בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ". די תּורה הייבט זיך אָן מיט אַן אומגעוויינטלעך וואָרט, וואָס לאָזט זיך אָפּטײַטשן אויף אַ סך פֿאַרשיידענע אופֿנים.

דער מדרש דערקלערט די פֿראַזע "בראשית ברא אלקים" אויף אַ פֿילאָסאָפֿישן אופֿן. די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן צוליב אַ געוויסן "ראשית" — די וויכטיקסטע ענינים, וועלכע שטעקן אינעם סאַמע יסוד פֿון בריאת־העולם. די דאָזיקע "סאַמע יסודותדיקע זאַכן" זענען די תּורה און דער עם־ישׂראל.

געשיכטע, ליטעראַטור, רעליגיע
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ זײַט פֿון עליע ליסיצקיס קונסט־ווערסיע פֿון "חד גדיא"

די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור באַהאַנדלען כּסדר דעם סימביאָז צווישן ייִדיש און לשון־קודש, אָפֿט פֿאַרגעסנדיק אונדזער דריטע שפּראַך — אַראַמיש, לשון-תּרגום. למשל, קיינער האָט נאָך נישט צונויפֿגעשטעלט אַ סיסטעמאַטישן קאָרפּוס פֿון "תּרגומישער" נגינה און פּאָעזיע, הגם אַ צאָל אַראַמישע לידער זענען באַקאַנט יעדן ייִדיש קינד. אין דער אמתן, דווקא דער עקזאָטישער קאָלאָריט, פֿאַרבונדן מיט קבלה און למדנות, גיט דעם תּרגום־לשון אַ באַזונדערן פּאָעטישן, מיסטישן און אַפֿילו ראַדיקאַלן טעם.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, זענען די ייִדישע יום־טובֿים פֿאַרבונדן, אין אַ מעטאַפֿאָרישן זין, מיט די אבֿרים פֿונעם מענטשלעכן גוף. ראָש־השנה איז דער גײַסטיקער "קאָפּ" פֿונעם יאָר, ווי אויך "די צײַט פֿונעם קאָפּ" — דער טאָג, ווען אַ מענטש דערפֿילט זײַן וויכטיקייט, ווי אַן אַחריותדיקע, שׂכלדיקע באַשעפֿעניש, וואָס מוז אָפּגעבן אַ דין־וחשבון פֿאַר אַלע מעשׂים.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער יום־טובֿ ראָש־השנה הייסט דער "קאָפּ" פֿונעם יאָר. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט מיט צוויי וואָכן צוריק, קאָן יעדער טאָג באַטראַכט ווערן ווי דער אָנהייב פֿון אַ נײַ יאָר, ווײַל די וועלט ווערט אין יעדער רגע באַשאַפֿן פֿון ס׳נײַ. דערפֿאַר, זענען אינעם ייִדישן לוח פֿאַראַן עטלעכע טעג, וואָס די משנה רופֿט זיי אָן "ראָש־השנה", אין פֿאַרשיידענע זינען פֿונעם וואָרט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַר זײַן טויט, האָט משה רבינו געזאָגט אַ נבֿיאישע שירה, וועלכע מיר לייענען די הײַנטיקע וואָך. "האזינו השמים" — "הערט זיך צו מיר, הימל, און איך וועל דערציילן; הער אויס, ערד, מײַנע ווערטער". אין דער "שירת־האזינו" ווערט דערקלערט ווײַטער —אויף אַן אַנדערן, פּאָעטישן אופֿן — די זעלבע טעמע פֿון תּוכחות און תּשובֿה, דעם עונש פֿון די עבֿירות און דעם שׂכר פֿון די מיצוות, וואָס ווערט אויך באַהאַנדלט אין עטלעכע פֿריִערדיקע פּרשיות פֿונעם חומש "דבֿרים".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין ס׳רובֿ קאַלענדאַר־סיסטעמען אַרום דער וועלט ווערט בלויז איין חודש באַטראַכט ווי דער ערשטער אינעם יאָר. די ערשטע משנה אין דער מסכתּא "ראָש־השנה" דערקלערט אָבער, אַז יעדעס ייִדישע יאָר הייבט זיך אָן, אין אַ געוויסן זין, פֿיר מאָל: אין ניסן, אין אלול, אין תּשרי און אין שבֿט. מיר פּראַווען אַ באַזונדערע "ראָש־השנה" פֿאַר מלכים, פֿאַר מעשׂר־בהמה, פֿאַר תּבֿואה און פֿאַר ביימער.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע טאָפּלטע סדרה באַשטייט פֿון צוויי פּרשיות, וואָס טראָגן היפּוכדיקע נעמען: "נצבֿים" — "איר שטייט", און "וילך" — "און ער איז געגאַנגען". פֿונדעסטוועגן, אַזוי ווי זיי ווערן ביידע געלייענט דעם זעלבן שבת, פֿאַר ראָש־השנה, מוז צווישן זייערע נעמען זײַן עפּעס אַ שײַכות.

"אַתּם נצבֿים היום כּולכם" — "איר שטייט הײַנט אַלע פֿאַרן אייבערשטן", האָט משה רבינו געזאָגט צו די ייִדן: זקנים און קינדער, מענער און פֿרויען, אײַנגעבוירענע ייִדן און גרים, פֿון די גרעסטע מנהיגים ביז האָלצהעקער און וואַסערשעפּער. דאָס אָרט, וווּ דאָס פֿאָלק האָט זיך פֿאַרזאַמלט, האָט געהייסן "ערבֿות-מואבֿ" — אַ רמז אויפֿן ענין פֿון "ערבֿות", קעגנזײַטיקע אַחריות, וואָס יעדער ייִד טראָגט פֿאַרן צווייטן.

רעליגיע, קולטור, געשיכטע
דער לאַבירינט אין ווילאַ פּיזאַנאָ, וואָס ווערט דערמאָנט אינעם ספֿר "מסילת ישרים"

די פֿאָרשונגען פֿון סימבאָלן פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט אין ייִדישקייט, בפֿרט אין קבלה און פֿאָלקס־קונסט. אויב מע פֿאַרשטייט דעם באַדײַט פֿון אַ סימבאָל, קאָן ער אויסגענוצט ווערן ווי אַ שליסל צו די סודות פֿון דער וועלט־"מאַטריקס" און ווי אַ מיטל פֿון אינערלעכער טראַנספֿאָרמאַציע.