- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿאַרשיידענע מינים דריידלעך זענען צווישן די עלטסטע שפּילעכלעך אין דער וועלט, באַקאַנט פֿון דער פֿריִיִקסטער תּקופֿה פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע, מיט 5,500 יאָר צוריק; מ׳האָט געשפּילט אין דריידלעך נאָך אינעם אוראַלטן שומער, מצרים, כינע און גריכנלאַנד. דריידלעך האָבן תּמיד פֿאַרחידושט פֿילאָסאָפֿן, פּאָעטן און אַפֿילו אַ טייל מיסטיקער, וועלכע האָבן געפּרוּווט פֿאָרויסצוזאָגן דורך זיי די צוקונפֿט. יעקבֿ האָט אַרויסגעוויזן אַ גרויסע ליבשאַפֿט צו יוסף, דער ערשטער זון פֿון זײַן באַליבטסטער פֿרוי, רחל, וועלכע איז געשטאָרבן נאָכן געבורט פֿון איר צווייטן זון — בנימין. יוסף האָט אויסגעזען ווי זײַן טאַטע, און האָט געהאַט אַ סך כאַראַקטער-שטריכן, וואָס זענען באַזונדער געפֿעלן יעקבֿן. כּדי אונטערצושטרײַכן זײַן ספּעציעל אָרט אין דער משפּחה, האָט יעקבֿ געגעבן יוספֿן אַ פֿיל-קאָליריקן מלבוש, "כּתונת-פּסים", וואָס האָט סימבאָליזירט יוספֿס פֿילזײַטיקע גײַסטיקע כּשרונות. צווישן דעם ייִנגערן דור רוסיש-רעדנדיקע בעל-תּשובֿות טרעפֿן זיך נישט זעלטן גוטע קענער פֿון קעלטישער און סקאַנדינאַווישער מיטאָלאָגיע, ווי אויך טאָלקיעניסטן — ליבהאָבער פֿון דזשאָן ראָנאַלד רועל טאָלקיענס ווערק. אַ טייל פֿון אַזעלכע בעל-תּשובֿות זענען זיך מודה, אַז זייער אינטערעס צו ייִדישקייט, בפֿרט צו קבלה און חסידות, האָט זיך אָנגעהויבן דווקא פֿונעם שטודירן די מיטאָלאָגיע פֿון צפֿון-אייראָפּעיִשע פֿעלקער. אויפֿן וועג אַהיים, האָט יעקבֿ אָבֿינו געשיקט מלאכים צו עשׂו, מודיע צו זײַן, אַז ער קערט זיך אום פֿון לבֿנס היים, און וויל זיך מיט אים איבערבעטן. ווען די מלאכים האָבן זיך אומגעקערט, האָבן זיי געזאָגט יעקבֿן, אַז זײַן ברודער איז נאָך אַלץ ברוגז אויף אים, און גייט אַנטקעגן אים מיט אַ גאַנצער אַרמיי פֿון פֿיר הונדערט מענטשן. יעקבֿ האָט מתפּלל געווען, דער אייבערשטער זאָל אים ראַטעווען פֿון עשׂוס כּעס, צונויפֿגעשטעלט עטלעכע קאַראַוואַנען מתּנות פֿאַר זײַן ברודער, און האָט זיך צוגעגרייט צו אַ מעגלעכן צוזאַמענשטויס. נאָך אַלע מתּנות, האָט עשׂו געהאַלדזט און געקושט יעקבֿן, זיך צעוויינט און זיך איבערגעבעטן. דער מדרש זאָגט אָבער, אַז הגם עשׂו האָט דעמאָלט שלום געמאַכט מיט יעקבֿן, איז אין זײַן האַרץ געבליבן אַ שׂינאה קעגן דעם ברודער. כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון זײַן אויפֿגעבראַכטן ברודער, עשׂו, האָט יעקבֿ-אָבֿינו געמוזט אַנטלויפֿן פֿון ארץ-ישׂראל קיין חרן, די היים פֿון זײַן פֿעטער, לבֿן. אויפֿן וועג, איז יעקבֿ אײַנגעשלאָפֿן אויפֿן אָרט פֿונעם קומענדיקן בית-המיקדש; אין זײַן חלום, האָט ער דערזען אַ "לייטער צווישן הימל און ערד", אויף וועלכן עס זענען אַרויפֿגעגאַנגען און אַראָפּגעגאַנגען מלאָכים. אינעם חלום, האָט דער אייבערשטער אים געבענטשט מיט קינדער, וואָס וועלן זיך מערן ווי "די שטויב פֿון דער ערד", און וועלן ברענגען אַ ברכה דער גאָרער וועלט. אַבֿרהם-אָבֿינוס קינדער זענען געבוירן געוואָרן בײַ צוויי פֿאַרשיידענע מוטערס, אין פֿאַרשיידענע צײַטן און אומשטענדן, דערפֿאַר איז עס נישט קיין חידוש, אַז יצחקס און ישמעאלס לעבנס-וועגן זענען זיך פֿאַנאַנדערגעגאַנגען; יצחק איז אויפֿגעוואַקסן אַ גרויסער צדיק, דער "זיידע" פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און ישמעאל איז געוואָרן אַ רויבער, הגם בײַם סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער תּשובֿה געטאָן. ווען שׂרה איז געוווירן געוואָרן וועגן דער עקידה, אַז איר זון, יצחק, איז שיִער נישט געבראַכט געוואָרן ווי אַ קרבן, איז איר נשמה "אַרויסגעפֿלויגן" פֿונעם גוף, און זי איז ניפֿטר געוואָרן, אינעם עלטער פֿון 127 יאָר. אַבֿרהם אָבֿינו האָט באַערדיקט זײַן ווײַב אין מערת-המכפּלה — די הייליקע הייל, וועלכע געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון חבֿרון, וווּ עס ליגן אַלע אונדזערע אור-פֿאָטערס און אור-מוטערס, אַחוץ רחל: אַבֿרהם און שׂרה, יצחק און רבֿקה, יעקבֿ און לאה, ווי אויך, לויט דער מסורה, אָדם און חוה. דער פֿריִערדיקער אייגנטימער פֿון מערת-המכפּלה, עפֿרון בן-צוחר, האָט פֿאָרגעלייגט אַבֿרהמען די הייל בחינם, אָבער אַבֿרהם אָבֿינו האָט אים באַצאָלט 400 זילבערנע מטבעות, און געקויפֿט אַ גאַנץ פֿעלד אַרום מערת-המכפּלה. אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית-מילה, האָבן אים באַזוכט דרײַ מלאכים, פֿאַרשטעלט ווי מענטשן, און האָבן צוגעזאָגט אַבֿרהמען, אַז אין אַ יאָר אַרום וועט ער האָבן, על-פּי-נס, אַ זון — הגם אַבֿרהם איז דעמאָלט שוין געווען 99 יאָר אַלט, און זײַן ווײַב שׂרה — 90 יאָר אַלט. די מלאכים האָבן איבערגעגעבן אַבֿרהמען, אַז זיי גייען צו צעשטערן די רשעותדיקע שטעט סדום און עמורה; אָבֿרהם אָבֿינו האָט אויסגעבעטן בײַם אייבערשטן, די שטעט זאָלן נישט צעשטערט ווערן, אויב דאָרטן לעבן לכל-הפּחות צען צדיקים; בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער געהייסן אַבֿרהם אָבינו צו פֿאַרלאָזן זײַן היימלאַנד, און צו גיין אין ארץ-כּנען. דערמאָלט האָט אַבֿרהם אָבינו נאָך געהייסן אַבֿרם; ערשט שפּעטער, ווי עס ווערט דערציילט ווײַטער אין דער פּרשה, האָט דער באַשעפֿער צוגעגעבן צו זײַן נאָמען דעם אות "הא", וואָס סימבאָליזירט די קומענדיקע השפּעה פֿון זײַנע קינדער, דאָס ייִדישע פֿאָלק, איבער דער גאַנצער וועלט. ווי עס שטייט אינעם פּסוק, איז דער נאָמען אַבֿרהם אַ פֿאַרקירצונג פֿון דער פֿראַזע "אָבֿ להמון גוים" — "דער פֿאָטער פֿון אַ סך פֿעלקער". אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי די וועלט איז באַשטראָפֿט געוואָרן מיטן מבול, צוליב אוממאָראַלישקייט פֿון די מענטשן. ווי עס שטייט אין די מדרשים, פֿלעגן די בייזע פֿירער פֿון יענעם דור כּסדר באַרויבן די פּשוטע מענטשן און פֿאַרגוואַלדיקן זייערע ווײַבער. דער דור-המבול האָט זיך אויך באַצויגן מיט גוואַלד צו דער אַרומיקער נאַטור, און געצוווּנגען אַפֿילו חיות צו פֿירן זיך אויף אַן אומנאַטירלעכן שטייגער. אין דער געזעלשאַפֿט פֿון יענער צײַט איז געווען אָנגענומען, אַז די, וואָס האָבן מער כּוח, האָבן כּלומרשט רעכט צו דאָמינירן און טאָן כּל-מיני אַכזריות צו די שוואַכע. אינעם ייִדישן לוח זענען פֿאַראַן צוויי יום-טובֿים, וואָס זייער עיקר-באַדײַט האָט צו טאָן מיט קבלת-התּורה: שבֿועות און שׂמחת-תּורה. שבֿועות — דער טאָג, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט באַקומען די תּורה בײַם באַרג סיני — איז בעצם אַ "ניכטערער" יום-טובֿ; אַ סך ייִדן שלאָפֿן נישט די גאַנצע שבֿועות-נאַכט און קאָנצענטרירן זיך אויפֿן לערנען תּורה, כּדי זוכה צו זײַן צו אַ נײַער "פּערזענלעכער מתּן-תּורה", צו דערגרייכן אַ נײַע השׂגה אין לערנען. אין די 1950ער און 60ער יאָרן איז דאָס זײַן אַ פֿרומער ייִד נישט געווען אַ זאַך, מיט וועלכער מע האָט עפֿנטלעך שטאָלצירט. די נטיה איז דעמאָלט געווען זיך צו אַמעריקאַניזירן, נישט אויסצוזען אַנדערש ווי די שכנים, מיט־תּלמידים און מיטאַרבעטער. הײַנט, בפֿרט אין די גרעסערע שטעט פֿון אַמעריקע, זעט מען אומעטום דאָקטוירים און באַנקירן מיט יאַרמלקעס; שׂימחת־תּורה טאַנצן צענדליקער, און אַפֿילו הונדערטער ייִדן מיט דער תּורה אין די גאַסן לעבן דער שיל. מ׳איז שטאָלץ צו זײַן אַ פֿרומער ייִד. |