- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אינעם לעצטן טייל פֿון דער תּורה, "דבֿרים", ווערן איבערגעחזרט אַ סך מיצוות, וואָס זענען שוין דערמאָנט געוואָרן אין די פֿריִערדיקע טיילן פֿונעם חומש, ווי אויך אַ סך תּוכחות, מיט וועלכע משה-רבינו האָט געטאַדלט די ייִדן אין די טעג פֿאַר זײַן פֿטירה, נאָך דעם, וואָס ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ער וועט נישט פֿירן דאָס ייִדישע פֿאָלק קיין ארץ־ישׂראל. אין דער פּרשה "מטות" ווערט דערציילט וועגן דער מלחמה, וואָס די ייִדן האָבן געהאַלטן קעגן מדין, לויט דעם אייבערשטנס באַפֿעל, כּדי צו באַשטראָפֿן די מדינים פֿאַר די גרויסע צרות, וואָס זיי האָבן געבראַכט די ייִדן. די מפֿרשים זענען מסביר, אַז ווען די מואבֿישע פֿרויען האָבן פֿאַרפֿירט די ייִדן צו דינען עבֿודה-זרה, זײַענדיק גורם אַ שרעקלעכע מגיפֿה, האָבן זיי דאָס געטאָן צוליב דעם צוואַנג פֿון די מדינים, דעריבער האָט דווקא מדין, און נישט מואבֿ, געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דער פֿאַרפֿירונג. בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי בלעם-הרשע האָט געפּרוּווט צו שעלטן די ייִדן, אָבער דער אייבערשטער האָט אים אָפּגעשטעלט, און אַרײַנגעלייגט אין זײַן מויל אַ ברכה, אַנשטאָט אַ קללה. הגם בלעמען האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו שעדיקן די ייִדן אויף אַ דירעקטן אופֿן, האָט ער זיך געגעבן אַן אַנדער עצה: אויסצונוצן דעם יצר-הרע פֿון די ייִדן, כּדי זיי זאָלן זיך אַליין גורם זײַן אַ היזק. צוליב דעם, האָט בלעם געגעבן אַן עצה — צו שיקן די טעכטער פֿון זײַן פֿאָלק, מואבֿ, אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי בלק, דער קעניג פֿון מואב, האָט גערופֿן בלעם, אַ באַרימטן "נעגאַטיוון נבֿיא" און מכשף, גורם צו זײַן אַ גײַסטיקן היזק די ייִדן. בלק האָט געשיקט צו בלעם די פֿירער פֿון מואב און מדין, בעטנדיק צו שעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק; דער אייבערשטער האָט אָבער אָנגעזאָגט בלעמען, ער זאָל עס נישט טאָן, ווײַל די ייִדן זענען אַ געבענטשט פֿאָלק. בלק האָט ווידער געשיקט אַ דעלעגאַציע צו בלעם, וואָס איז באַשטאַנען פֿון נאָך מער חשובֿע פֿירער, און אים נאָכאַמאָל געבעטן צו שעלטן די ייִדן. אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער דערקלערט משה רבינו, ווי אַזוי צוצוגרייטן דאָס ספּעציעלע אַש, "אפֿר פּרה אדומה", וואָס רייניקט אָפּ פֿון "טומאת-מת" — די גײַסטיקע אומרייניקייט פֿון אָנרירן אַ טויטן. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע מינים טומאה, וואָס פֿאָדערן בלויז אָפּוואַרטן אַ געוויסן טערמין און זיך טובֿלען אין מיקווה, קען מען באַפֿרײַט ווערן פֿון טומאת-מת, אין צוגאָב צום טובֿלען זיך, אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן דעם מחלוקת פֿון קורח, אַ פֿירער פֿונעם שבֿט לוי, וועלכער איז אויפֿגעשטאַנען קעגן משה רבינו. קורח, צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי פֿירער פֿון שבֿט ראובֿן, האָבן געטענהט, אַז משה רבינו האָט נישט דאָס רעכט צו האַלטן זיך העכער, ווי אַנדערע ייִדן, און אַז קורח, ווי אַ מיוחסדיקער לוי, האָט נישט ווייניקער רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן, ווי זײַן קרובֿ, אַהרן-הכּהן; עס שטייט אין אַ מדרש, אַז קורחס נאָכפֿאָלגער, 250 גרויסע תּלמידי-חכמים, זענען געקומען צו משה, אָנגעטאָן אין טליתים, געמאַכט פֿון ריינעם תּכלת (אַ ספּעציעלער בלויער מאַטעריאַל, וואָס מע פֿלעגט אַרײַנפֿלעכטן אין די ציצית). אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי משה רבינו האָט געשיקט צוועלף "מרגלים" (אויסשפּירער), צו באַקוקן דאָס לאַנד פֿון כּנען, דאָס קומענדיקע ארץ-ישׂראל, וואָס דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט צו געבן ייִדן בירושה. ווען די מרגלים האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייער מיסיע, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען באַזיגן די דאָרטיקע אײַנוווינער. בלויז משה רבינוס הויפּט-תּלמיד, יהושע-בן-נון, אַ פֿאָרשטייער פֿונעם שבֿט אפֿרים, און כּלבֿ-בן-יפֿונה, פֿון שבֿט יהודה, האָבן פֿאַרטיידיקט דאָס לאַנד און געמאָלדן, אַז די ייִדן וועלן זיכער קענען ירשענען דאָס לאַנד. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער דערקלערט, ווי אַזוי אַהרן-הכּהן זאָל אָנצינדן די מנורה אינעם משׂכּן: שטייענדיק אַנטקעגן דעם מיטעלן ליכט, און אָנצינדנדיק יעדן קנויט "בהעלותך", כּדי יעדעס ליכט זאָל ברענען ווי געהעריק, נישט פֿאָדערנדיק קיין זײַטיקן פֿײַער — ווי רש״י האָט מסביר געווען דאָס דאָזיקע וואָרט, וואָס מיינט, בוכשטעבלעך, "ווען דו וועסט גורם זײַן די ליכט זיך אויפֿצוהייבן". די תּורה לויבט אַהרן פֿאַר דעם, וואָס ער האָט אויסגעפֿירט דעם דאָזיקן אָנזאָג פּונקט אַזוי, ווי משה-רבינו האָט אים איבערגעגעבן. בײַ אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערן איבערגעציילט די לוויים, פֿון דרײַסיק ביז פֿופֿציק יאָר; עס ווערט דערקלערט, וואָס יעדער טייל פֿונעם שבֿט-לוי — בני-גרשוני, בני-מררי און בני-קהת — זאָל טאָן, כּדי צו העלפֿן די כּהנים אויסצופֿירן זייער עבֿודה אינעם משכּן. יעדע משפּחה האָט געטראָגן געוויסע טיילן פֿונעם משכּן, בעת די ייִדישע וואַנדערונגען אינעם מידבר, דערפֿאַר האָט מען געציילט בלויז די שטאַרקע, דערוואַקסענע מענער; דער פּסוק זאָגט אָן, אַז ווען דער משכּן איז געשטאַנען אויפֿן אָרט, און די כּהנים האָבן דאָרט געבראַכט קרבנות, האָבן די לוויים געטאָן אַן אַנדער עבֿודה — "עבֿודת-העבֿודה"; אין דער הײַנטיקער פּרשה, "במדבר", ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערצוציילן באַזונדערס יעדן ייִדישן שבֿט — אַלע מענער, עלטער ווי 20 יאָר, וועלכע זענען "גרייט צו באַטייליקן זיך אין אַ מלחמה"; צוליב דער פּרטימדיקער "דעמאָגראַפֿישער סטאַטיסטיק", וואָס ווערט אָנגעגעבן אין דער פּרשה, ווערט דער גאַנצער חומש "במדבר" אָנגערופֿן אין די נישט־ייִדישע איבערזעצונגען "דאָס בוך פֿון צאָלן". אין אָנהייב פֿון דער פּרשה "בהר" ווערט דערקלערט די מיצווה פֿון שמיטה: יעדע זיבן יאָר מוזן די ייִדן אין ארץ-ישׂראל אויפֿהערן צו באַאַרבעטן די ערד. די קומענדיקע שמיטה הייבט זיך אָן שפּעטער מיט פֿינף חדשים, אינעם יאָר ה׳ תּשס״ח. דאָס גערעטעניש, וואָס וואַקסט פֿון זיך אַליין אויף די אומבאַאַרבעטע פֿעלדער במשך פֿונעם שמיטה-יאָר, טאָר נישט פֿאַרקויפֿט ווערן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן; אַלע אומבאַצוימטע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלעמען. אַחוץ דעם, ווערן בעת דער שמיטה בטל אַלע חובֿות — הגם, כּדי די קרעדיטאָרן זאָלן נישט מורא האָבן צו אַנטלײַען געלט, האָבן די חז״ל אויסגעאַרבעט אַ ספּעציעלן קאָנטראַקט, "פּרוזבול", וואָס דערמעגלעכט זיי צו פֿאָדערן דעם חובֿ נאָכן שמיטה-יאָר.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערקלערט, ווי אַזוי ייִדן זאָלן פּראַווען די יום־טובֿים פֿון אַ גאַנץ יאָר: פּסח, שבֿועות, ראָש־השנה, יום־כּיפּור, סוכּות און שמיני־עצרת, מיט זייער עבֿודת־הקרבנות; עס ווערט אויך אָנגעזאָגט, אַז מע זאָל אָפּציילן נײַן און פֿערציק "ספֿירה"־טעג פֿון פּסח ביז שבֿועות. נאָך דעם ערשטן טאָג פֿון פּסח האָבן די ייִדן געבראַכט אינעם בית־המיקדש אַן "עומר", אַ געוויסע מאָס גערשטן, און דערנאָך געציילט "די טעג פֿון עומר" ביז שבֿועות. הגם מיר האָבן הײַנט נישט קיין בית־המיקדש, ווערט דאָס ציילן די דאָזיקע טעג גופֿא נאָך אַלץ פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה. |