תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט וועגן איינעם פֿון די גרעסטע נסים, וואָס זײַנען געשען ווען די ייִדן זײַנען אַרויס פֿון מצרים — דאָס איז דער גרויסער נס פֿון קריעת־ים־סוף: ווען די ייִדן זײַנען צוגעקומען צום ים־סוף און זיי האָבן געדאַרפֿט גיין ווײַטער, האָט דער אויבערשטער געוויזן דעם וווּנדער־נס פֿון קריעת־ים־סוף — דער ים האָט זיך געשפּאָלטן און די ייִדן זײַנען דורכגעגאַנגען דעם ים אין דער טריקעניש. דערציילן די חז״ל אין גמרא און אין מדרש (סוטה לז, א. במדבר רבה יג, ו) אַז דער נס איז פֿאָרגעקומען אין זכות פֿון נחשון בן עמינדבֿ, דער צוקונפֿטיקער נשׂיא פֿון שבֿט יהודה.

רעליגיע
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"דאַנקען גאָט, ס’איז שוין ווידער שטיל געוואָרן!", זאָגט מיר יענע וואָך מײַנער אַ שכן. אונדזער געגנט איז בדרך־כּלל אַ שטילע, נאָר איך ווייס פּונקט וואָס ער מיינט. פֿון זינט באַלד נאָך "דאַנקטאָג" (ד״ה סוף־נאָוועמבער) ביז באַלד נאָך "נײַיאָר" (סוף ערשטע וואָך פֿון יאַנואַר) ווערט אונדזער רויִק, חנעוודיק און זייער ייִדישלעך שטעטל פֿאַרוואַנדלט אין אַ טיפּיטשנע גוייִש דאָרף.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ערשטע מצוה, וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט די ייִדן ווערנדיק אַ פֿאָלק, איז די מצוה פֿון מקדש זײַן די חדשים, און די מצוה דערשײַנט אין אונדזער פּרשה אין דעם פּסוק (יב, ב): "החודש הזה לכם ראָש חדשים, ראשון הוא לכם לחדשי השנה" — אָט דער חודש, ניסן, איז דער "קאָפּ" פֿון די חדשים, ער איז דער ערשטער פֿון די חדשים פֿון יאָר. דערמיט האָט דער אויבערשטער אויפֿגעפֿאָדערט די ייִדן אײַנצוטיילן די חדשים און צו באַשטימען דעם ראָש־חודש פֿון יעדן מאָנאַט דורך עדות, וואָס האָבן געזען דעם מולד פֿון דער לבֿנה, וועלכע קומען צום בית־דין און זיי, דער בית־דין, באַשטימען און הייליקן דעם ראָש־חודש פֿון יעדן מאָנאַט.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, אַז ווען משה רבנו און אַהרן הכּהן האָבן געדאַרפֿט גיין צו פּרעה מלך מצרים און בײַ אים מאָנען ער זאָל אַרויסלאָזן די ייִדן פֿון מצרים, האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו משהן: אויב פּרעה וועט פֿון זיי בעטן אַ מופֿת, אַן איבערנאַטירלעכן אַקט ווי אַ באַווײַז, אַז דער אויבערשטער האָט זיי טאַקע געשיקט — זאָל דעמאָלט אַהרן וואַרפֿן פֿאַר פּרעהן דעם שטעקן און ער וועט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ שלאַנג. אַזוי האָט טאַקע אַהרן געטאָן — ער האָט געוואָרפֿן דעם שטעקן און ער איז געוואָרן אַ שלאַנג. אָבער פּרעה האָט דאַן גערופֿן זײַנע "חכמים" און די כּישוף־מאַכער, וועלכע האָבן אויך געוואָרפֿן זייערע שטעקנס און זיי זײַנען געוואָרן שלענג. דער סוף איז אָבער געווען, אַז ווען די שלאַנגען זײַנען צוריק געוואָרן שטעקנס, האָט אַהרנס שטעקן אײַנגעשלונגען די שטעקנס פֿון די כּישוף־מאַכער.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פּרשה שמות הייבט זיך אָן מיטן דערציילן וועגן דעם גלות מצרים, ווי יעקבֿ און זײַנע קינדער האָבן אַראָפּגענידערט אין מצרים: "ואלה שמות בני ישׂראל הבאים מצרימה וגו׳" — און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די בני ישׂראל, וואָס זײַנען געקומען אין מצרים. און עס ווערן אויסגערעכנט זייערע נעמען: ראובֿן, שמעון, לוי און אַזוי ווײַטער. איז מערקווירדיק, אַז דער מדרש (שמות רבה א, ה) זאָגט גאָר אויף דעם: "על שם גאולת ישׂראל נזכּרו כּאן", אַז זייערע נעמען ווערן דאָ דערמאָנט אין שײַכות גאָר מיט דער גאולה; און אין המשך פֿון דעם ענין טײַטשט דאָרט דער מדרש אויספֿירלעך, ווי יעדער נאָמען פֿון די שבֿטים איז מרמז אויף דער גאולה.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָך דעם ווי יעקבֿ אָבֿינו האָט פֿאַר זײַן פּטירה אין מצרים געבעטן זײַן זון יוסף הצדיק, אַז ער זאָל אים נישט מקבר זײַן אין מצרים, נאָר אין ׳מערת המכפּלה׳ — דאָרט, וווּ עס רוען אַבֿרהם און שׂרה, און יצחק און רבֿקה — האָט יעקבֿ צוגעגעבן (ווי עס שטייט געשריבן אין אונדזער פּרשה — מח, ז): "ואַני בבֿואי מפּדן מתה עלי רחל וגו׳ ואקברה שם בדרך אפֿרת" — און קומענדיק פֿון פּדן (אַרם) איז מיר געשטאָרבן רחל... און איך האָב איר דאָרט מקבר געווען אויפֿן וועג צו אפֿרת. ווערט עס אויפֿגעקלערט אין רש״י (פֿאַרוואָס דערמאָנט עס דאָ יעקבֿ, בעטנדיק אַז ער זאָל אים מקבר זײַן אין מערת המכפּלה), אַז יעקבֿ האָט חושד געווען, אַז דאָס וואָס ער בעט יוספֿן ער זאָל אים פֿירן אין ארץ־ישׂראל און ברענגען צו קבֿורה אין דער ׳מערת המכפּלה׳, קען דערוועקן בײַ יוספֿן אַ פֿאַרדרוס, פֿאַרוואָס האָט זײַן מאַמע רחל נישט זוכה געוון דערצו. דערפֿאַר האָט יעקבֿ געפֿונען פֿאַר נייטיק צו פֿאַרענטפֿערן זיך, פֿאַר וואָס ער האָט מקבר געווען זײַן מאַמע רחל אין מיטן וועג.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען דער הונגער אין מצרים איז געוואָרן שטאַרקער און די מצרישע באַפֿעלקערונג האָט שוין נישט געהאַט קיין תּבֿואה, זײַנען זיי ווידער געקומען צו יוספֿן בעטן תּבֿואה פֿון זײַנע ריזיק־אָנגעזאַמלטע תּבֿואה־זאַפּאַסן. האָט זיי יוסף געזאָגט: "הא לכם זרע וזרעתּם את האדמה" — נאַט אײַך תּבֿואה־זייאונג און פֿאַרזייט דעם באָדן. דערציילן די חז״ל (אין בראשית רבא צא, געבראַכט אין פּירוש רש״י, בראשית מא, נה), אַז יוסף האָט דערבײַ געשטעלט די מצרים אַ תּנאַי, אַ באַדינג, אַז בכדי צו באַקומען תּבֿואה פֿון יוספֿן האָבן די מצרים זיך געדאַרפֿט מל זײַן. בלית־ברירה האָבן אַ סך מצרים זיך מל געווען.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יוסף הצדיקס ברידער האָבן זיך אַ צווייט מאָל אומגעקערט אין מצרים און געקומען אין הויז פֿון יוסף הצדיק; און יוסף האָט אָנגעזאָגט דעם אויפֿזעער פֿון זײַן הויז, ער זאָל צוגרייטן אַ מיטאָג־מאָלצײַט פֿאַר זײַנע ברידער. דערציילט דער פּסוק, אַז יוסף האָט אים געזאָגט די ווערטער: "...וטבֿוח טבֿח והכן..." (דער איינפֿאַכער טײַטש: ׳און שעכט אַ שעכטונג און גרייט צו׳); און אין גמרא ווערט דערקלערט, וואָס עס מיינען אָט די ווערטער, וועלכע באַטאָנען דאָס שעכטן און צוגרייטן — אַז "טבֿוח טבֿח" מיינט "פּרע להן בית השחיטה" (צו ווײַזן די ברידער אַז ס׳איז געווען אַ כּשרע שחיטה, ווי דאָס דאַרף זײַן על פּי דין); און "והכן" מיינט "טול גיד הנשה בפֿניהם", אַז די ברידער זאָלן זען, אַז ער נעמט אַרויס דעם גיד הנשה. דאָס הייסט, אַז יוסף הצדיק האָט באַפֿוילן מ׳זאָל צוגרייטן אַ כּשרע סעודה.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אונדזער פּרשה דערציילט וועגן יוספֿס פּאַסירונגען און אומוואַנדלונגען פֿון זינט ער איז אַוועקגענומען געוואָרן פֿון זײַן פֿאָטערס היים און זײַן פֿאַרקויפֿט ווערן ווי אַ קנעכט, ביז זײַן דערהייבונג באַשטימט צו ווערן ווי דער משנה־למלך פֿון מצרים.

רעליגיע, געשיכטע, פֿאַרשײדנס
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער ספֿר ״אור השם״
אינעם יאָר 1600 איז דער פּראָמינענטער איטאַליענישער פֿילאָסאָף דזשאָרדאַנאָ ברונאָ פֿאַרברענט געוואָרן אויפֿן אינקוויזיציע־שײַטער פֿאַר זײַנע "הערעטישע" מחשבֿות. צווישן אַנדערן, האָט מען באַשולדיקט ברונאָן אין דעם, וואָס ער האָט געגלייבט, אַז אויף אַנדערע פּלאַנעטן קענען אויך עקזיסטירן לעבעדיקע באַשעפֿענישן. אַ סך היסטאָריקער האַלטן, אַז דאָס אַליין איז שוין געווען פֿאַררעכנט, לויט די אַכזריותדיקע געזעצן פֿון אינקוויזיציע, פֿאַר אַ "טויטלעכן פֿאַרברעכן"; אַ טייל אַנדערע פֿאָרשער מיינען, אָבער, אַז די עיקר־סיבֿה פֿונעם אורטייל איז געווען פֿאַרבונדן מיט נאָך גרעסערע "עבֿירות": ברונאָ האָט אָפּגעלייקנט די "דרײַפֿאַכיקע נאַטור" פֿון ג־ט און געהאַלטן פֿון גילגולים, ווי אויך אַנדערע "אומקריסטלעכע" ענינים.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פּרשה דערציילט די תּורה, אַז דער מלאך (עשׂוס "שׂר" אין הימל) האָט געזאָגט צו יעקבֿ אָבֿינו: "לא יעקבֿ יאמר עוד שמך, כּי אם ישׂראל" — ס׳וועט נישט געזאָגט ווערן, אַז יעקבֿ איז דײַן נאָמען, נאָר ישׂראל. געזאָגט האָט דאָס דער מלאך ווען יעקבֿ האָט זיך געראַנגלט מיט אים און האָט אים נישט אָפּגעלאָזט ביז דער מלאך וועט אים בענטשן. דעם מלאכס ברכה איז טאַקע געווען די דערמאָנטע ווערטער פֿונעם מלאך, אַז יעקבֿס נאָמען וועט זײַן ישׂראל — "כּי שׂרית עם אלקים ועם אנשים ותּוכל" — ווײַל דו האָסט באַהערשט שטרײַטנדיק מיט אַ מלאך און מיט מענטשן (לבֿן און עשׂו) און דו האָסט זיי בײַגעקומען (אינעם נאָמען ׳ישׂראל׳ זײַנען דאָ די אותיות פֿון ׳שׂרית׳, ׳שׂר׳).

רעליגיע
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער ערשטער דאַנקטאָג
אין איינעם פֿון חײַם גראַדעס געשמאַקסטע נאָוועלעס ענטפֿערט אַן עקסט־פֿרומער ייִד מלא רציחה אויף דער פֿראַגע "צי מען מעג" חתונה האָבן מיט אַ ציוניסט, אַז "בײַ ייִדן איז ניטאָ קיין שום זאַך וואָס מען "מעג"; בײַ ייִדן זענען בלויז דאָ "זאַכן וואָס מען מוז און זאַכן וואָס מען טאָר ניט!". נאָר ווען איך האָב פֿאַר אַכטטאָגן באַמערקט אַז דער "פֿאָרווערטס" מאַכט זיך לחלוטין ניט וויסנדיק וועגן דעם אַז דער רובֿ־מנין ורובֿ־בנין פֿון זײַנע לייענערס פּראַווען פּונקט יענעם טאָג (און אַפֿילו אין ניט ווייניק פֿאַלן דעם גאַנצן סוף־וואָך) דעם גוייִשן "דאַנקטאָג", האָט עס מיך בפֿירוש פֿאַררדראָסן.