פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אונדזער הײַנטיקע פּרשה דערמאָנט אונדז ווידער אינעם טראַגישן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וואָס וועגן דעם ווערט דערציילט אין דער פּרשה "שמיני", וועלכע מיר האָבן לייענט מיט צוויי וואָכן צוריק. דער נאָמען "אַחרי", אָדער "אַחרי מות", מיינט "נאָכן טויט". די ערשטע פּסוקים פֿון דער פּרשה זאָגן אָן, ווי אַזוי די כּהנים זאָלן זײַן זייער אָפּגעהיט אין זייער עבֿודה אין בית־המיקדש, כּדי אויסצומײַדן די שטראָף פֿון נדבֿ און אַבֿיהוא.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע סדרות פֿונעם חומש "ויקרא", וואָס פֿאַרנע­מען זיך, דער עיקר, מיט קרבנות און חיות, רעדן די הײַנטיקע צוויי פּרשיות, "תּזריע" און "מצורע", דווקא וועגן דעם מענטשלעכן לעבן און זײַנע באַציִונגען. די מפֿרשים באַטאָנען, אַז די מיצוות ווערן באַשריבן אין דער תּורה אויפֿן זעלבן סדר, ווי די וועלט־באַשאַפֿונג: קודם־כּל, דערציילט די תּורה וועגן חיות, עופֿות און מאכלים, און ערשט דערנאָך גייט זי אַריבער צו דער וויכטיקסטער באַשעפֿעניש — דעם מענטש. די פּרשה "תּזריע" הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון אַ קינד; בײַ איר אָנהייב שטייט די פֿראַזע: "אשה כּי תּזריע וילדה זכר" — "אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון".

רעליגיע
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן די צוויי זין פֿון אהרן־הכּהן, נדבֿ און אַבֿיהוא, וועלכע זענען אומגעקומען צוליב דעם, וואָס זיי האָבן געבראַכט אַ "פֿרעמד פֿײַער" אינעם משכּן. ווען נדבֿ און אַבֿיהוא האָבן דערזען, ווי אַ פֿײַער פֿון הימל איז אַראָפּ און "אויפֿגעגעסן" די קרבנות, האָבן זיי באַשלאָסן צו ברענגען אינעם משכּן אַן אייגענעם קטורת (ווײַרעך); דאָס פֿײַער איז ווידער אַראָפּ פֿון הימל, אָבער דאָס מאָל זענען זיי אַליין פֿאַרברענט געוואָרן.

רעליגיע
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון דער הײַנטיקער וואָך אָן וועט די רובריק אַרום דער וואָכן־פּרשה און די יום־טובֿים געפֿירט ווערן פֿון אונדזער קאָרעספּאָנדענט מ. אַלקין. "מה נשתּנה?" — מיט וואָס וועט דער נײַער פּרשה־אָפּטייל זיך אונטערשיידן פֿונעם פֿריִערדיקן קאָלום, "תּורה־געדאַנק", געפֿירט פֿון ה. מאַניעווסקי?

דער נײַער אָפּטייל, וואָס וועט הייסן "פֿונעם אייביקן קוואַל", וועט באַקענען די לייענער מיט מער פֿילאָסאָפֿישע, פּסיכאָלאָגישע און מיסטישע אַספּעקטן פֿון דער תּורה, ווי אויך וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדישקייט און דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט. די נײַע רובריק "פֿונעם אייביקן קוואַל" האָט בדעה צוצוציִען אַ ייִנגערן לייענער, וואָס אינטערעסירט זיך מיט די פֿראַגעס פֿון ייִדישער טראַדיציע און רעליגיע.

רעליגיע
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די חורבן־ליטעראַטור, ווי עס איז געווען צו דערוואַרטן, האַלט אין איין וואַקסן: מעמואַרן, ראָמאַנען, פֿאָרשאַרבעטן, דאָקומענטאַציע־פֿילמען און פּיעסן, ועל כּולם הארץ — רײַסנדיקע פּאָעזיע אויף אַלע לשונות און בפֿרט, ייִדיש און העברעיִש, האָבן שוין דערגרייכט זייער ציל, הגם דער פּראָצעס גייט אָן אין אויפֿשטעלן אַ בנין עדי עד אין אָנדענק פֿון חורבן אייראָפּע. אַלע פֿאָרמען פֿון מענטשלעכער שעפֿערישקייט זײַנען רעפּרעזענטירט און זיי זײַנען נישט באַגרענעצט בלויז צו ייִדן.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Sheila E. Jelen and Shachar Pinsker (eds.). Hebrew, Gender and Modernity: Critical Responses to Dvora Baron

די ליטעראַרישע ירושה פֿון דער העברעיִש־ייִדישער שרײַבערין דבֿורה באַראָן (1887—1956) האָט זיך בהדרגה אַרײַנגערוקט אינעם צענטער פֿון דעם העברעיִשן ליטעראַרישן קאַנאָן. באַראָנס ווערק ווערן אויסגעטײַטשט אונטער פֿאַרשידענע קוקווינקלען, אָבער אַלע מפֿרשים זײַנען אײַנשטימיק אין איין פּונקט׃ ווי אַ ליטעראַרישע און קולטורעלע דערשײַנונג, איז באַראָן אַ יוצא מן הכּלל אין דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ויקהל

אין אָנהייב פֿון אונדזער פּרשה, דערציילט די תּורה, אַז משה רבינו האָט צונויפֿגעזאַמלט אַלע ייִדן און זיי אָנגעהויבן אָנזאָגן וועגן אָפּהיטן דעם שבת. צווישן די אַנדערע רייד זאָגט דאָ דער פּסוק: "ששת ימים תּיעשׂה מלאָכה, ובֿיום השבֿיעי יהי׳ לכם קודש וגו׳" — זעקס טעג זאָל געטאָן ווערן מלאָכה, און אינעם זיבעטן טאָג זאָל בײַ אײַך זײַן ׳קודש׳, הייליק...

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אונדזער פּרשה דערציילט די תּורה וועגן דעם ׳חטא העגל׳ — די זינד פֿון מאַכן און בוקן זיך צו אַ גאָלדענער קאַלב — וואָס אין דעם זײַנען די ייִדן געשטרויכלט געוואָרן נאָך דעם ווי זיי האָבן מקבל געווען די תּורה אויפֿן הר סיני. און אין דער זעלבער פּרשה דערשײַנט אויך דער דרך ווי צו מתקן זײַן דעם חטא — דער אָנזאָג, אַז ייִדן זאָלן געבן אַ ׳מחצית השקל׳ פֿאַר השי״ת.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אונדזער פּרשה איז דאָ דער אָנזאָג פֿון דער תּורה וועגן די אַכט ספּעציעלע בגדים, וואָס דער כּהן־גדול האָט געדאַרפֿט טראָגן; און דערבײַ קומען צוויי וואָרענונגען: א) אַז ער טאָר נישט טאָן די עבֿודה אין בית־המקדש אָן די אַכט בגדים; ב) אַז ער טאָר נישט אַרײַנגיין אין "קודש" (אין משכּן אָדער אין בית־המקדש) אָן די דרײַ בגדים — "חושן", "אפֿוד", "מעיל". אין דעם "חושן" זײַנען געווען אײַנגערעמט צוועלף איידלשטיינער, אויף וועלכע עס זײַנען געווען אויסגעקריצט די נעמען פֿון די צוועלף שבֿטים: ראובֿן, שמעון, לוי, יהודה אאַ״וו, און דער "חושן" איז געהאָנגען אַנטקעגן האַרץ פֿונעם כּהן־גדול.

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די חז״ל לערנען אַרויס פֿון די פּסוקים אין דער פּרשה, אַז אייגנטלעך ריידן די פּסוקים וועגן דרײַ תּרומות, וואָס ייִדן האָבן געגעבן בײַם בויען דעם משכּן, ווי רש״י זאָגט (כה, ב): "אמרו רבותינו, ג׳ תּרומות אמורות כּאַן, אַחת תּרומת בקע לגולגולת שנעשׂו מהם האַדנים כו׳, ואַחת תּרומת המזבח בקע לגולגולת לקופּות לקנות מהן קרבנות ציבור, ואַחת תּרומת המשכּן נדבֿת כל א׳ וא׳ כּפֿי שהתנדבֿו" — רבותינו האָבן געזאָגט, אַז דרײַ תּרומות זײַנען דאָ געזאָגט געוואָרן: איינס איז די תּרומה פֿון אַ האַלבן שקל פֿאַר יעדן ייִד, וואָס די תּרומה (׳תּרומת האַדנים׳) איז פֿאַרנוצט געוואָרן פֿאַר די זילבערנע "אַדנים",

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינע פון די מצוות, וועלכע ווערן אָנגעזאָגט אין אונדזער פּרשה, ווערט אויסגעדריקט אין די ווערטער: "כּי תראה חמור שׂונאך רובֿץ תּחת משׂאו, וחדלתּ מעזובֿ לו? עזובֿ תּעזובֿ עמו" — אַז דו וועסט זען ווי אַן אייזל פֿון דײַן שׂונא ליגט (אַ געפֿאַלענער) אונטער זײַן משׂא — וועסטו זיך פֿאַרמײַדן פֿון צו העלפֿן אים? (ניין! טאָרסט אַזוי נישט טאָן, נאָר) העלפֿן זאָלסטו (אים אויסלאָדן פֿונעם אייזל אָדער אָנלאָדן) מיט אים.

ס׳איז קלאָר פֿאַרשטענדלעך וואָס די תּורה זאָגט דאָ אָן: אַז אַפֿילו ווען ראובֿן (למשל) זעט אין וועג ווי דער אייזל פֿון שמעונען, וואָס האָט אַ שׂנאה צו ראובֿנען, איז געפֿאַלן אונטער זײַן שווערער משׂא און שמעון נייטיקט זיך אין הילף בײַם אויסלאָדן די משׂא,

תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַ מתּן־תּורה, ווען דער אויבערשטער האָט געגעבן די תּורה צו די ייִדן, איז געגעבן געוואָרן די גאַנצע תּורה — דער טייל פֿון ׳נגלה׳ — דער אָפֿענער, אַנטפּלעקטער טייל (חומש, תּלמוד, פּוסקים אאַ״וו), און אויך דער טייל פֿון ׳נסתּר׳ — דער געהיימער, באַהאַלטענער טייל (קבלה, חסידות, די סודות פֿון דער תּורה).

עס זײַנען פֿאַראַן ייִדן וועלכע זײַנען קעגנעריש צום לערנען תּורת החסידות. זיי אַרגומענטירן: אויב דאָס לערנען חסידות וואָלט געווען אַזוי נייטיק אין ייִדישן לעבן, וואָלט דער טייל פֿון דער תּורה נישט געווען פֿאַרהוילן אין די פֿריִערדיקע ערשטיקע דורות, און וואָלט דעמאָלט אַנטפּלעקט געוואָרן פֿאַרן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און נישט ערשט אין אונדזערע לעצטע דורות.