- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי עס שטייט אין די תּפֿילות פֿון ימים-נוראים, ווערט דער אייבערשטער "באַקרוינט" ראָש-השנה און יום-כּיפּור דורך די ייִדן; די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז דווקא צוליב אונדזער עבֿודה, כּבֿיכול, ווערט דער באַשעפֿער דער מלך איבער דער גאַנצער וועלט. ווי אַזוי קענען תּפֿילות פֿון בשׂר-ודם, אָבער, "באַקרוינען" ג-ט אַליין? יעדע זאַך אין דער וועלט פֿירט זיך לויט דער ג-טלעכער השגחה-פּרטית; ווי דער בעל-שם-טובֿ האָט געזאָגט, איז אַפֿילו דער אופֿן, אינעם ייִדישן יאָר זענען פֿאַראַן צוויי טעג, וואָס זעען אויס ענלעך איינער צום צווייטן: תּשעה-באָבֿ און יום-כּיפּור. ביידע טעג מוז מען פֿאַסטן אַ גאַנצן מעת-לעת, זיך באַגרענעצן פֿון געוויינטלעכע פֿאַרגעניגנס. ס׳איז פֿאַראַן אָבער אַ גרויסער חילוק צווישן די דאָזיקע צוויי טעג: ווען תּשעה-באָבֿ פֿאַלט אויס שבת, ווערט דער תּענית "נדחה" — אָפּגעהאַלטן ביזן קומענדיקן טאָג. אַדרבה, לויטן חסידישן מינהג, ווערט אַזאַ שבת דווקא אַ טאָג פֿון טאָפּלטער שׂמחה. ווען משיח וועט קומען, וועט תּשעה-באָבֿ זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ גרויסן יום-טובֿ. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, "נצבֿים", וועלכע איז גײַסטיק פֿאַרבונדן מיטן הײַנטיקן יום-טובֿ, שטייט, אַז די פֿאַרבאָרגענע סודות פֿון דער תּורה, "הנסתּרות", געהערן צום אייבערשטן, און דער "אָפֿענער" טייל פֿון דער תּורה, "הנגלות" געהערט צו אונדז. שפּעטער אין דער זעלבער פּרשה שטייט אויך, אַז די תּורה איז "נישט אויפֿן הימל און נישט איבערן ים", נאָר דווקא דאָ, "אין דײַן מויל און אין דײַן האַרצן". מע לייענט די פּרשה "נצבֿים" דווקא פֿאַר ראָש-השנה; דער שבת איז משפּיע אויף אַלע טעג פֿון דער קומענדיקער וואָך — דערפֿאַר איז די הײַנטיקע פּרשה גײַסטיק פֿאַרבונדן מיטן קומענדיקן הייליקן יום-טובֿ. משה-רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן פֿאַר זײַן טויט, כּדי זיי צו פֿאַראייניקן אין אַ פֿאַרבאַנד מיטן אייבערשטן, און האָט געזאָגט: "איר שטייט הײַנט פֿאַרן אייבערשטן, אײַער ג-ט — אײַערע ראָשים, די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון "ביכּורים" — די ערשטע פּירות פֿונעם יערלעכן גערעטעניש, וואָס מע פֿלעגט ברענגען די כּהנים אינעם בית-המיקדש; מ׳האָט געבראַכט בלויז די זיבן מינים פֿרוכטן און תּבֿואה, מיט וועלכע עס ווערן באַרימט ארץ-ישׂראל, ווי עס שטייט אין דער תּורה: ווייץ, גערשטן, טרויבן, פֿײַגן, טייטלען, איילבערטן און מילגרוימען. אין דער הײַנטיקער פּרשה זענען געגעבן געוואָרן אַ סך יסודותדיקע מיצוות, אַרײַנגערעכנט השבֿת-אבֿידה — אומצוקערן דעם באַלעבאָס פֿאַרלוירענע זאַכן; צו באַצוימען און פֿאַרזיכערן סכּנותדיקע אָביעקטן און ערטער, כּדי אויסצומײַדן מעגלעכע אומגליק-פֿאַלן; צו מקדש זײַן דאָס ווײַב; צו גטן זיך מיט אַ גט; צו מאַכן דאָס ווײַב גליקלעך, בפֿרט במשך פֿונעם ערשטן יאָר נאָך דער חתונה; אין דער הײַנטיקער פּרשה איז געגעבן געוואָרן די מיצווה אײַנצושטעלן "שופֿטים" — דיינים אין יעדער שטאָט, כּדי זיי זאָלן פּסקענען הלכה, און "שוטרים" — אַ מין "פּאָליציי", צו צווינגען די ייִדן צו פֿאָלגן דעם פּסק. ווען דער בית-המיקדש איז חרובֿ געוואָרן, און די ייִדן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, האָבן די דיינים פֿאַרלוירן די עכטע "סמיכה" — די מעגלעכקייט אויסצופֿירן די דאָזיקע מיצווה; די הײַנטצײַטיקע רבנות-סמיכה איז בלויז אַ דערלויבעניש צו פּסקענען שאלות. אין דער הײַנטיקער צײַט ווערט די ייִדישע וועגעטאַרישע און עקאָלאָגישע באַוועגונג צומאָל באַטראַכט אין אַ טייל שטרענג-פֿרומע קרײַזן ווי אַ "נישט-טראַדיציאָנעלע". די קריטיקער פֿון וועגעטאַריאַניזם טענהן, אַז ייִדישקייט איז, כּלומרשט, בעצם אַן "אַנטי־וועגעטאַרישע" רעליגיע, ווײַל אַ סך ייִדישע טראַדיציעס זענען פֿאַרבונדן דווקא מיטן עסן פֿלייש. אַחוץ דעם, ווערן די וועגעטאַריאַנער אָפֿט קריטיקירט פֿאַרן אַרײַנמישן "אַ פֿרעמדע נישט-ייִדישע אידעאָלאָגיע" אינעם ייִדישן לעבן. דער היסטאָרישער אַנאַליז פֿון דער ייִדישער טראַדיציע ווײַזט אָבער גאַנץ קלאָר, אַז ביידע טענות זענען נישט באַרעכטיקט. ערשטנס, זענען די פּראָ-וועגעטאַרישע און עקאָלאָגישע אידעען ברייט פֿאַרשפּרייט אין די קבלה-ספֿרים, ווי אויך אין די ווערק פֿון געוויסע מחקרים, ייִדישע רעליגיעזע פֿילאָסאָפֿן. אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט משה-רבינו ווײַטער דערציילט וועגן דעם שׂכר פֿאַר די מיצוות, און וועגן דעם עונש פֿאַר די עבֿירות: "ראה אנוכי נותן לפֿניכם היום ברכה וקללה" — אויב איר וועט מקיים זײַן די מיצוות, וועט איר געבענטשט ווערן, און אויב איר וועט דינען עבֿודה-זרה — וועט איר ווערן פֿאַרשאָלטן. דער פּסוק דערמאָנט דווקא עבֿודה-זרה, ווײַל די אייניקייט פֿונעם אייבערשטן איז דער עיקר-יסוד פֿון אַלע אַנדערע מיצוות. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה האָט משה-רבינו איבערגערעכנט אַלע טובֿות, וואָס דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט צו געבן דעם ייִדישן פֿאָלק פֿאַר מקיים זײַן די מיצוות. משה-רבינו האָט אָבער געוואָרנט, אַז ווען די ייִדן וועלן אָנקומען קיין ארץ-ישׂראל און וועלן "זאַט ווערן" מיט די אַלע טובֿות, טאָרן זיי נישט פֿאַרגעסן דעם אייבערשטן, און נישט זאָגן, אַז "כּוחי ועוצם ידי עשׂה לי את החיל הזה" — "מײַן כּוח און שטאַרקייט האָט מיר געבראַכט אָט-דעם רײַכטום". אַ ייִד דאַרף תּמיד געדענקען, אַז זײַן אייגענער כּוח, אָן דער ג-טלעכער הילף, איז גאָרנישט ווערט. "בײַם לעצטן עטאַפּ פֿונעם סעאַנס, האָט זיך מיר אַנטפּלעקט אַ וויזיע פֿון אַ גרויסער, העל-באַלויכטענער סצענע, וואָס האָט זיך געפֿונען, דאַכט זיך, מחוץ דער צײַט און רוים. דאָרטן איז געהאַנגען אַ וווּנדער-שיינער פֿאָרהאַנג, וואָס אין זײַן געוועב האָט זיך אַזוי ווי אַנטהאַלטן די גאַנצע געשיכטע פֿון דער וועלט. כ׳האָב אינטויִטיוו פֿאַרשטאַנען, אַז איך געפֿין זיך אינעם טעאַטער פֿון דער קאָסמישער דראַמע, וווּ די הויפּט-ראָלעס האָבן געשפּילט די כּוחות, וואָס פֿורעמען אויס די מענטשלעכע היסטאָריע. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט אַ ריי גאָר וויכטיקע יסודות פֿון ייִדישקייט, אַרײַנגערעכנט אַהבֿת-השם — די מיצווה ליב צו האָבן דעם אייבערשטן, און אַחדות-השם — צו גלייבן און פֿאַרשטיין, אַז דער אייבערשטער איז דער איינציקער ג-ט. אַחוץ דעם, ווערן אין דער פּרשה אויך איבערגעחזרט די צען געבאָטן און אָנגעזאָגט עטלעכע מיצוות, וואָס זענען באַזונדערס מסוגל צו פֿאַרשטאַרקן די יסודות פֿון אמונה: קריאת-שמע, תּפֿילין, |