אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט


אַמאָל, אַמאָל איז געווען אַ פּריץ, האָט ער געהאַט אויף זײַן נחלה דרײַ ייִדן רענדאַרן: איינער האָט געהאַלטן דעם וואַלד, דער צווייטער — די מיל און דער דריטער — די קרעטשמע.
דער פּריץ, דאַרף מען זאָגן, ווי אַ סך פּריצים, האָט ליב געהאַט שפּילן אין קאָרטן. קאָרטן איז אָבער אַזאַ זאַך, אַז אָדער מע געווינט, אָדער מע פֿאַרשפּילט. איין מאָל איז דער פּריץ אַזוי פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט דער שפּיל, אַז דער סוף איז געווען — ער האָט געשטעלט אויפֿן קאָן זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן.
וואָס טוט ער? ער רופֿט צו זיך אין פּאַלאַץ אַלע דרײַ רענדאַרן און זאָגט זיי:
— איך וועל אײַך שטעלן דרײַ פֿראַגעס. ווער ס’וועט מיר ענטפֿערן אויף זיי ריכטיק, דער וועט קריגן די אַרענדע ווײַטער; און ווער ס׳וועט ניט ענטפֿערן, מוז אויסצאָלן פֿאַר זײַן אַרענדע אַ טאָפּלטע סומע געלט. אַניט טרײַב איך אים אין גאַנצן אַרויס פֿון דער נחלה.
אַן אַנדער ברירה האָבן די דרײַ ייִדן געהאַט? האָט דער פּריץ זיי געפֿרעגט זײַנע פֿראַגעס:
“וואָס איז דאָס געשווינדסטע אויף דער וועלט?"
“וואָס איז דאָס פֿעטסטע אויף דער וועלט?"
“וואָס איז דאָס ליבסטע אויף דער וועלט?"

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט


אַ מאָל האָט געלעבט אין בעלץ אַ רײַכער באַלעבאָס. האָט ער געהאַט צוועלף זין, עלף קלוגע און איינער — אַ נאַר. דער באַלעבאָס האָט אויך געהאַט אַ שקאַפּע מיט צוועלף פֿערדעלעך — עלף שיינע און איין פֿערדעלע אַ פֿאַרזעעניש.
נו, ס’איז געקומען די צײַט האָט דער טאַטע אויסגעשטעלט די פֿערדעלעך פֿאַר די זין, ווי אויף אַ פּאַראַד און געזאָגט: "זאָל יעדער זיך אויסקלײַבן זײַן פֿערדעלע!" האָבן די עלף קלוגע זין יעדער גענומען פֿאַר זיך אַ שיין פֿערדל, און דאָס מיאוסע איז געבליבן פֿאַרן נאַר.
שטייט דער נאַר און וויינט, רופֿט זיך אָן דאָס פֿערדעלע צו אים: "אַז דו וועסט ניט וויינען און מיך פֿאָלגן, וועל איך דיר זאָגן, ווי אַזוי איך קען ווערן שיין, און דו — קלוג!". זאָגט דער נאַר: "גוט, כ’וועל דיך פֿאָלגן!" — "אויב אַזוי, נעם און וואַש מיך אויס און קעם מיך אויס, וועל איך ווערן שענער פֿון אַלעמען". האָט דער נאַר אַזוי געטאָן, ווי דאָס פֿערדעלע האָט אים געהייסן, איז עס געוואָרן שיין, ווי די שענסטע קראַסאַוויצע אין שטעטל.
"איצטער, — זאָגט דאָס פֿערדעלע, — שפּאַן מיך אײַן וועלן מיר פֿאָרן זיך אַ ביסל דורכשפּאַצירן". האָט ער עס אײַנגעשפּאַנט און זיי זײַנען אַוועקגעפֿאָרן. וויפֿל זיי זײַנען אַזוי געפֿאָרן איז איצט ניט קלאָר, אָבער ניט ווײַט פֿון אַ וואַלד האָבן זיי אויפֿן וועג דערזען ווי עפּעס בלישטשעט. זאָגט דער נאַר צום פֿערדעלע: "שטעל זיך אָפּ, וועל איך אַראָפּקריכן זען, וואָס איז עס אַזוינס". האָט זיך דאָס פֿערדעלע אָפּגעשטעלט, דער נאַר איז אַראָפּגעקראָכן און דערזען, אַז דאָס איז אַ גאָלדענע פֿעדער פֿון עפּעס אַ גאָלדענעם פֿויגל. אַוודאי, האָט עס דער נאַר געוואָלט באַלד אויפֿהייבן. הערט ער ווי דאָס פֿערדעלע זאָגט צו אים: "הייב ניט אויף די פֿעדער, איך הייס ניט! אויב דו הייבט זי אויף, וועסטו האָבן צרות!" זאָגט דער נאַר: "נאָר אַ פֿולער נאַר קאָן פֿאָלגן אַזאַ עצה!" — און ער האָט אויפֿגעהויבן די גאָלדענע פֿעדער.


די ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
באַריכט פֿון איציק גאָטעסמאַן

The YIVO Summer Program visits the Forverts
Program hosted by Boris Sandler

טעאַטער, ייִדיש־וועלט
שלום־עליכמס "דאָס גרויסע געווינס" פֿון דעם פּאַריזער "טרוים־טעאַטער"

נאָכן ערשטן ייִדישן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין מאָנטרעאָל, מיט צוויי יאָר צוריק, האָט מען פֿון די שטענדיקע ייִדישע צווייפֿלער געקענט הערן: "נו, לאָמיר זען, צי ס'וועט נאָך אַמאָל זײַן אַ צווייטער..."

נײַן טעג, אָנגעפֿילט מיט ייִדישע טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען און אַנדערע אונטערנעמונגען — קינאָ, לעקציעס, קאָנצערטן, פֿאַרווײַלונגען — זײַנען געווען צעפּראַלט די טירן פֿונעם סעגאַל־צענטער, וווּ דער פֿעסטיוואַל איז פֿאָרגעקומען — פֿאַר טעאַטער־טרופּעס און שאַפֿערישע אַנסאַמבלען פֿון אַכט לענדער: רומעניע, פּוילן, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, אויסטראַליע און קאַנאַדע. צו דעם דאַרף מען אויך צוגעבן, אַז אין די ראַמען פֿונעם הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ צוויי־טאָגיקער וויסנשאַפֿטלעכער סימפּאָזיום, וואָס האָט זיך אָפּגעגעבן מיט פֿראַגעס פֿון ייִדישן טעאַטער און קינאָ (וועגן דעם זעט אַ באַזונדערן באַריכט אויף ז' 9).

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

ס’איז אַמאָל געווען אַ גוטער ייִד, האָט ער ניט געהאַט קיין קינדער. איין מאָל האָט זײַן ווײַב זיך זייער צעוויינט און זיך געקלאָגט פֿאַר אים:

— פֿאַר וואָס זאָלן מיר ניט האָבן קיין קינד, וואָלט כאָטש געווען ווער ס’זאָל זאָגן קדיש נאָך אונדז?

ענטפֿערט איר דער גוטער ייִד:

— ס’איז אויסגערופֿן געוואָרן אין הימל, אַז מיר טאָרן ניט האָבן קיין קינדער!

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

אַמאָל זײַנען געווען צוויי ברידער: איינער אָן אָרעמער און דער אַנדערער אַ רײַכער. האָט דער אָרעמער ברודער געדרייט זיך לעבן דעם רײַכן ברודער און אָפּגעלעקט בײַ אים אַ ביינדל, אַז ס’איז נאָך געבליבן פֿאַר זײַן ווײַב און קינדער. געגאַנגען, וווּ מ’האָט אים געשיקט און געטאָן, וואָס מ’האָט אים געהייסן.

איין מאָל איז ער געשטאַנען בײַם טויער און אָפּגעהיט, אַז אַ פֿרעמדער זאָל צו זײַן ברודער ניט אַרײַנגיין. זעט ער, ווי עס קומט צו אַ קליין מענטשעלע מיט אַ גאָלדן קאַפּעליושל אויפֿן קאָפּ און טראָגט אויף דער פּלייצע אַ זעקעלע. שטעלט אים דער אָרעמער ברודער אָפּ און פֿרעגט:


צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
באָריס סאַנדלער שמועסט מיט יוסף פֿרידענזאָן,
רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל "דאָס ייִדישע וואָרט", ניו־יאָרק
אויף ייִדיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך

A Guest at the Forverts
Boris Sandler speaks with
Joseph Friedensohn,
the editor of the magazine "Dos Yiddishe Vort"

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

אַמאָל האָבן אונטער איין דאַך געוווינט אַ רופֿא און אַ שוסטער. דער רופֿא האָט זיך געטאָן זײַן מלאָכה, און דער שוסטער זײַנע. דער רופֿא האָט געהיילט קראַנקע, און דער שוסטער האָט פֿאַרראָכטן שיך. אין דעם שטעטל האָבן די ייִדן אַ סך געקרענקט, און אַז מע קרענקט, רײַבט מען ווייניקער אויס די שיך, ווײַל מע ליגט אין בעט. פֿלעגט דער שוסטער זיצן אָן אַרבעט. האָט ער געטראַכט בײַ זיך: וואָס וועל איך זיצן, לאָמיך אַרײַנקומען צום רופֿא און קוקן ווי ער היילט די קראַנקע, וועל איך אויך ווערן אַ רופֿא און האָבן פּרנסה. ער האָט געקוקט, געקוקט, אָבער גאָרניט אין דעם ניט פֿאַרשטאַנען. מיט איין וואָרט — אַ שוסטער בלײַבט אַ שוסטער!


צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
באָריס סאַנדלער שמועסט מיט 
דוד מאַנדעלבאַום,
גרינדער פֿון דער טרופּע
" נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער"

A Guest at the Forverts
Boris Sandler speaks with
the founder and director of the
New Yiddish Repertory Theater,
David Mandelbaum

פּובליציסטיק
אָליע פּאָרטנוי, 1930ער יאָרן

אַזוי רופֿן זי אַלע — די קינדער, די אייניקלעך און אוראייניקלעך — באָבע אָליע. אין אָקטאָבער האָט מען געפּראַוועט איר 100סטן געבוירן־טאָג.

אַ יאָרהונדערט איז אין דער געשיכטע פֿון דער וועלט אַ גורלדיקע געשעעניש. וויפֿל שרעק און האָפֿענונג רופֿט אַרויס דער בײַט פֿון איין יאָרהונדערט אויף אַ צווייטן! דער 20סטער יאָרהונדערט איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ סך נעמען: "יאָרהונדערט פֿון עקאָנאָמישן אויפֿבלי", "יאָרהונדערט פֿון רעוואָלוציעס", "יאָרהונדערט פֿון וויסנשאַפֿטלעכן און טעכנישן פּראָגרעס", "יאָרהונדערט פֿון וועלט־מלחמות"... מע קאָן די רשימה ממשיך זײַן. צי איז מעגלעך אָבער צו געפֿינען אַ דעפֿיניציע פֿון איין מענטשלעך לעבן, וואָס האָט אָפּגעכאַפּט בײַ דער אייביקייט 100 יאָר?!


צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
באָריס סאַנדלער שמועסט מיטן ייִדישן אַקטיאָר רפֿאל גאָלדוואַסער

A Guest at the Forverts
Boris Sandler Speaks With The Yiddish Actor Rafael Goldwaser


צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
באָריס סאַנדלער שמועסט מיט 
דבֿ־בער קערלער,
פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין
אינדיאַנע־אוניווערסיטעט, בלומינגטאָן

A Guest at the Forverts
Boris Sandler speaks with Dov-Ber Kerler
Professor of Yiddish at Indiana University, Bloomington