- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מאָנטיק, דעם 23סטן אַפּריל, איז פֿון מאָסקווע אָנגעקומען די ידיעה, אַז באָריס יעלצין, דער ערשטער פּרעזידענט פֿונעם אומאָמפּהענגיקן רוסלאַנד איז געשטאָרבן. וואָס איז געווען יעלצין פֿאַר רוסלאַנד? קודם־כּל, דער ערשטער קאָמוניסט פֿונעם העכסטן מאַכט־עשעלאָן, וואָס איז פֿון דעם דאָזיקן צוג אַראָפּגעשפּרונגען. ריכטיקער געזאָגט, ער האָט זיך באַמיט אים אויסצוקערעווען אין דער ריכטונג פֿון דעמאָקראַטישע רעפֿאָרמען. אַן אויפֿגאַבע, וואָס אין רוסלאַנד, כּמעט אין אַלע היסטאָרישע תּקופֿות, פֿלעגט זיך עס פֿאַרענדיקן מיט אַ קאַטאַסטראָפֿע. אונדזער „פֿאָרווערטס‟ פֿײַערט זײַן 110טן געבוירן־טאָג. מזל־טובֿ! איך באַגריס הײַנט נישט נאָר יעדן מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע, נישט נאָר יעדן שרײַבער און קאָרעספּאָנדענט; איך שיק די מזלדיקע ברכות צו יעדן לייענער, צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, וואָס לייענט דעם „פֿאָרווערטס‟ סײַ אויף פּאַפּיר און סײַ אין דער אינטערנעץ. (המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) 9 שׂרוניע איז דעם גאַנצן אינדערפֿרי אַרומגעגאַנגען אַ צעטומלטע. עס איז איר נאָכגעגאַנגען די נישט־דערשלאָפֿענע נאַכט, און זי האָט יעדעס מאָל געוואָרפֿן אָנגעשפּיצטע בליקן אויף דער טיר "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן". זי האָט אַפֿילו צו איר צוגעלייגט אַן אויער און אײַנהאַלטנדיק דעם אָטעם, געשטאַנען אַזוי אַ ווײַלע און שוין שטיל, אויף די שפּיץ־פֿינגער, ווי זי וואָלט מורא געהאַט עמעצן אויפֿצוּוועקן אָדער אָנשרעקן, זיך געלאָזט אין קיך אַרײַן זיך צוצוגרייטן עפּעס עסן. (המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) 8 דער נאַקן האָט איר געבראָכן. זי האָט אײַנגעצויגן דעם קאָפּ אין די אַקסלען, ווי מע פֿאַרשטעקט מיט אַ פֿאַרשטעקל דאָס שמאָלע גערגעלע פֿון אַ פֿלאַש: אפֿשר וועט עס איר העלפֿן אײַנצושטילן דעם ווייטיק, נישט לאָזן אים זיך צו פֿאַרשפּרייטן איבערן לײַב. אַזוי, אײַנגעהאַלטן דעם אָטעם און פֿאַרזשמורעט די אויגן, האָט זי זיך אַרײַנגעקוועטשט אינעם געלעגער און געוואַרט ביז די ספּאַזמע וועט זי אָפּלאָזן. (המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) 7 שׂרוניע איז שוין געלעגן אין בעט, צוגעדעקט מיט אַ וואַרעמער געשטעפּטער קאָלדרע, וואָס זי האָט געבראַכט פֿון "דאָרטן". און ווידער איז איר אויסגעקומען דעמאָלט, בײַם אײַנפּאַקעווען דעם באַגאַזש, אויסצוהערן פֿון איר הויזגעזינד שטעכיקע מבֿינות: "ווער דאַרף אין ישׂראל האָבן אַזאַ וואַרעמע זאַך?!" און אַז מע דאַרף נישט, האָט בײַ זיך געטראַכט שׂרוניע, קאָן מען דען אַזוי זיך וואַרפֿן מיט אַזאַ קאָלדרע? די קאָלדרע האָט דאָך אָפּגעהיט זייער ביידנס נאָענטשאַפֿט, שׂרוניעס און דודס; וויפֿל סודות האָט זי פֿאַרדעקט און אָפּגעהיט? וויפֿל שרעקן אויסבאַהאַלטן? און איצט טיילט שׂרוניע מיט דער אַלטער קאָלדרע איר עלנטקייט און אירע דערמאָנונגען. (המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) 5 אין גיכן נאָך פֿירוניען האָט אָנגעקלונגען איליק פֿון דײַטשלאַנד: די שוועסטער האָט אים געזאָגט, אַז איר געפֿעלט נישט ווי די מאַמע רעדט. שׂרוניע האָט זיך אײַנגעהערט אינעם זונס קול, און זיך געפּרוּווט פֿאָרצושטעלן זײַן פּנים. זי האָט נישט געזען איליקן שוין איבער זעקס יאָר. דער מחותּן מיט זײַן הויזגעזינד האָבן וועגן פֿאָרן קיין ישׂראל נישט געוואָלט הערן — אָדער אין אַמעריקע, אָדער אין דײַטשלאַנד. אין אַמעריקע איז נישט געווען ווער עס זאָל זיי אַרויסרופֿן, האָבן די דײַטשן געקראָגן אויף זיי רחמנות. (אָנהייב אין פֿריִערדיקן נומער) 4 אָט, זאָגט מען: זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרץ... די חנעוודיקע פֿרוי עדיטע האָט איר דערציילט, אַז אַזוי פֿאָרן זיי כּמעט יעדן טאָג אַרום איבער ישׂראל און מענטשן, אַזעלכע ווי שׂרוניע, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם שוידער, דערציילן זייערע נישט־פֿאַרשניטענע געשיכטעס. און אַזוי קומט פֿאָר אויך מיט אַלע ניצול געוואָרענע, וואָס רעדן אַנדערע שפּראַכן — סײַ דאָ אין לאַנד און סײַ איבער דער גאָרער וועלט. 3 זי האָט זיך איצט געפּאָרעט אין קיך בײַ די טיש־קעסטלעך, געזוכט דעם שליסל צו דער טיר פֿון אַ צווייטן צימער, וואָס זי ניצט נישט. דאָרט אין דער דירה בײַ די קינדער, וואָס זיי האָבן אַלע געדונגען נאָכן קומען קיין ישׂראל, איז אויך געווען אַזאַ צימער אָן פֿענצטער, ריכטיקער געזאָגט, אַ פֿינצטערער אַלקער; די קינדער האָבן אים גערופֿן, ווי מע רופֿט עס דאָ, "חדר בטחון"1), אָבער זי האָט דעם אַלקער גערופֿן אויף איר אייגענעם אופֿן — "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן". 2 ערגעץ מיט אַ צוויי וואָכן צוריק איז עס געווען, באַלד נאָך סוכּות, האָט איר אָנגעקלונגען אַ פֿרוי, און געפֿרעגט, צי זי, שׂרוניע, האָט געהערט וועגן ווידעאָ־אינטערוויוען, וואָס ווערן דורכגעפֿירט פֿון דעם שפּילבערג־פֿאָנד מיט די מענטשן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. "איר זײַט דאָך געווען אין געטאָ?", — האָט געפֿרעגט די פֿרוי, ווי זי וואָלט נאָך אין דעם געצווייפֿלט. אין דער וועלט איז הײַנט נישטאָ אַזאַ ווינקעלע, וווּ עס וואָלטן געקאָנט לעבן נאָרמאַלע מענטשן. וויכטיק איז נישט די לעצטע סטאַנציע, וויכטיק איז דער וועג צו איר.
גריגאָרי קאַנאָוויטש,
1 אַקוראַט אָנגעשניטענע רעפֿטלעך ווײַס ברויט זײַנען שורותווײַז געלעגן אויף צעשפּרייטע צײַטונג־זײַטלעך אומעטום, וווּ ס׳איז נאָר געווען אַ פֿרײַ שטיקל אָרט: אויף די שאַפֿקעלעך אַרום דעם אָפּגאָס־בעקן, זיי האָבן פֿאַרנומען כּמעט דעם גאַנצן קיך־טיש און אַפֿילו דאָס איינציקע בענקל איז אויך פֿאַרדעקט געווען מיט אַ בלאַט, אויף וועלכן ס׳האָבן זיך גענורעט איינס צום אַנדערן אַ זעקס, זיבן סקאָרינקעס ברויט.
פֿופֿציק יאָר האָט אָפּגעצייכנט אויף איר קאַלענדאַר די וועלט, זינט עס איז, אין בודאַפּעשט, דערשטיקט געוואָרן דער אויפֿשטאַנד קעגן דעם סאָוועטישן רעזשים. די געשיכטע, ווי ס'איז באַוווּסט, פֿײַערט נישט קיין יובילייען, ווײַל אין יעדער היסטאָרישער געשעעניש איז פֿאַראַן איר פּאָזיטיווע און נעגאַטיווע זײַט. פֿאַר דער קאָמוניסטישער פֿירערשאַפֿט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איז דאָס דערשטיקן דעם בודאַפּעשטער אויפֿשטאַנד געווען אַן נצחון איבער די "רעאַקציאָנערע, פּראָ־אימפּעריאַליסטישע כּוחות". פֿאַר די אונגאַרישע אויפֿשטענדלער און קעגנער פֿונעם סאָוועטישן יאָך, איז עס אַוודאי געווען אַ נאַציאָנאַלע טראַגעדיע. אַ קוק טאָן אָבער אויף צוריק מיט דער קאַלטער אָפּשאַצונג פֿון צײַט, איז דער בלוטיקער אָקטאָבער אין בודאַפּעשט 1956, געווען אַן אָנהייב פֿונעם אַלגעמיינעם קראַך פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם סאָציאַליסטישן לאַגער בכלל, און דער סאָוועטישער אימפּעריע בפֿרט. |