- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דווקא די וואָך האָבן מיר באַקומען אַ פֿריידיקע ידיעה — אונדזער פֿרײַנד יעווגעני קיסין איז צוגעטיילט געוואָרן דער אינטערנאַציאָנאַלער מוזיקאַלישער פּריז "גרעמי — 2010", אינעם אָפּטייל פֿון קלאַסישער מוזיק, ווי דער בעסטער אויספֿירער פֿון פּראָקאָפֿיעווס פּיאַנע־קאָנצערטן (צוזאַמען מיטן דיריגענט וולאַדימיר אַשכּנזי), ננ' 2 און 3. דעם ערשטן "גרעמי"־פּריז האָט ער באַקומען אין 2006. דעם 20סטן יאַנואַר, 7 אַ זייגער אין דער פֿרי, אינעם שפּיטאָל "תּל־השומר" איז געשטאָרבן דער גרויסער ייִדישער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער. ער איז אַלט געווען 96 יאָר. עס קלינגט טאַקע פּאַראַדאָקסאַל: אַ מענטש דאַרף שטאַרבן, מע זאָל וועגן אים רעדן ווי וועגן אַ לעבעדיקן. צײַט און אָרט — דערנענטערן זיך. קול, ווערטער, זשעסטן — הערן און זעען זיך קלאָרער; און עס קומען אַרויס פֿונעם זכּרון פּרטים, וואָס פֿון זיי שאַפֿט זיך אַ לעבעדיקע געשטאַלט. דווקא אַזאַ פֿאַרבלײַבט זי שוין אין מיר. דער זומער ברענגט אַרײַן אינעם אָפּגעקילטן ייִדיש־לעבן פֿון יאָר אַ קורצן הייסן שטראָם פֿון אויפֿגעלעבטע קלאַנגען, געפֿילן, דערמאָנונגען, וואָס ווירבלען אין די טעג און וואָכן בעת די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן. זיי רײַסן זיך אַרײַן אין דעם אָפּגעפֿרעמדטן אַרום פֿון שטעט אין אייראָפּע, ווי אַ פֿאַרקריפּלטער ווידער־קול פֿון דעם פֿאַרברענטן אַמאָל, וואָס צווישן זײַנע פֿאַרשׂרפֿטע שטיינער שלאָגט זיך דורך אַ גרין עקשנותדיק גרעזעלע — דער בטחון. צייכענונג פֿון איטעלאַ מאַסטבאַום הקדמה
מײַן באָבע, עלקע רימאַן,
“משל־קאַפּאָשל", — דו ווייסט, וואָס דאָס מיינט?
ווי הינדעלעך געלע, זיך צעפּישטשען פֿאַר פֿרייד.
— ניין. משל־קאַפּאָשל איז אַ חיה געוויס,
נינאַ מיכאָעלס, לעוו בערגעלסאָן און אַלאַ זוסקין־פּערעלמאַן דערציילן וועגן זיך און זייערע טאַטעס פּונקט ווי יעדעס יאָר דערמאָנען מיר אין דער צײַט, מיט טרויער די אומגעבראַכטע ייִדישע קולטור־טוער אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם 12טן אויגוסט 1952. וואָס איז געווען זייער שולד, אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט געהאַלטן פֿאַר וויכטיק אַרויסצוטראָגן זיי דעם שרעקלעכסטן אורטייל — צעשיסן! אין איינעם פֿון זײַנע אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס" האָט י. וואַרשאַווסקי (אונטער דעם פּסעוודאָנים האָט יצחק באַשעוויס געשריבן זײַנע אַרטיקלען), אַנאַליזירנדיק דעם מצבֿ פֿון ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק, פֿאַראויסגעזאָגט אים אַ ביטערן סוף. די הויפּט־סיבה דערפֿון האָט דער מחבר געזען אין דעם, וואָס דער ייִנגערער דור רעדט הײַנט נישט קיין ייִדיש, און אַז מע רעדט נישט די שפּראַך, וועלן די דיאַלאָגן פֿון דער בינע קלינגען פֿאַלש, נישט נאַטירלעך. פֿאַר אַמעריקע, האָט ער באַטאָנט, איז נאַטירלעכער צו שפּילן ייִדישן טעאַטער אויף ענגליש. כ‘האָב קלאָר דערפֿילט, ווי מײַן שטערן און דערנאָך די נאָז, די באַקן האָבן אָנגעהויבן שטעכן מילי־מיליאַסן פּיצינקע נאָדלען; מײַן נײַגעריש־פֿאַרחידושטער בליק האָט נאָך אָנגעטאַפּט דעם אַרום — דאָס פֿולבלעכע פּנים פֿונעם דאָקטער־אַנעסטעזיאָלאָג, אַ בלויען ווינקל פֿון דער שאַפֿע הינטער זײַנעם אַן אַקסל — זיך געטשעפּעט פֿאַר דעם דין־געלן גומענעם רערל, וואָס האָט זיך, ווי אַ זײַטיקער, פֿרעמדער אָדער אַראָפּגעשלענגלט פֿון דער איבערגעקערטער פּלאַסטיק־כּלי, די קלאַנגען פֿונעם אַקאָרדעאָן האָבן זיך געטראָגן פֿונעם ראָג דיזינגאָף־גאָרדאָן. איך האָב נאָך נישט געזען ווער עס שפּילט דאָרט, כ‘וואָלט אָבער געקאָנט שווערן, אַז ס‘איז מײַן חבֿר מאָניע שוואַרץ, ווײַל נאָר ער, מאָניע שוואַרץ, קען אַזוי שפּילן פֿראַנצויזישע וואַלסן און אַרגענטינער טאַנגאָס. דעמאָלט, אין די מיט־1950ער, האָבן מיר זיך געלערנט צוזאַמען אין דער מוזיק־שול. לערנען דאָס קינד שפּילן אַקאָרדעאָן, האָט געהייסן באַוואָרענען עס מיט אַ "גאָלדן שטיקל ברויט". ער פֿלעגט נעלם ווערן צו מאָל אויף צוויי־דרײַ וואָכן, צו מאָל — אויף עטלעכע חדשים; ער האָט איר דערקלערט, אַז דאָס איז פֿאַרבונדן מיט זײַן אַרבעט, אָבער זי האָט אים קיין מאָל נישט געפֿרעגט, וואָס איז זײַן אַרבעט; מעגלעך, ווײַל זי אַליין האָט געפֿילט, אַז צוגעבן צו דעם מער, ווי ער האָט איר שוין געזאָגט, קאָן ער נישט. קיין גרויסן חשק זיך אָפּצושטעלן בײַ דער מומען האָט רייטשעל נישט געהאַט, אָבער קיין אַנדערע מעגלעכקייטן האָט זי דערווײַל אויך נישט געזען. דערצו האָט די מאַמע זיך אײַנגעשפּאַרט, אַז אויב נישט בײַ דער שוועסטער, וועט זי רייטשעל אין גאַנצן נישט לאָזן פֿאָרן קיין ישׂראל. יאַשע האָט זיך אויפֿגעכאַפּט. לעבן דער סאָפֿע איז קיינער נישט געווען. האָט ער אַ טראַכט געטאָן: די דירה טראָגט אַ זעלטענע ענערגיע צו וועקן דערמאָנונגען. זעט אויס, אַז די ווענט און די זאַכן דאָ האָבן אײַנגעזאַפּט אַ סך זאָרג און ווייטיק פֿון די מענטשן, וואָס וווינען אין איר. |