ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

יאַשע

אַ רגע פֿאַרן אויפֿמאַכן די אויגן האָט ער דערפֿילט דעם צוריר פֿון איר בליק אויף זײַנע וויִעס. אַזוי האָט זיך אים געדאַכט. די אַלטיטשקע איז געזעסן אין איר רעדערשטול אומבאַוועגלעך, אָנגעשטעלט די אויגן אויף יאַשען, וואָס איז געלעגן אויף דער סאָפֿע. די פֿרימאָרגנדיקע שײַן איז איר געפֿאַלן אויפֿן פּנים און באַטאָנט יעדן קנייטש און קנייטשעלע אויף דער דין־בלאַסער הויט, אונטער וועלכער עס האָבן זיך בולט אָנגעזען די אַרויסשטאַרצנדיקע ביינער אַרום די אײַנגעפֿאַלענע שלייפֿן, באַקן, דער שפּיציקער קין.

ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

— וואָס זשע שווײַגסטו, רייטשעל? — האָט די מאַמע ווידער געפֿרעגט, שוין ווי אַ פֿאָרוואָרף.

רייטשעל האָט אויפֿגעציטערט, אָבער נישט פֿון דער מאַמעס שטאָכיקן פֿרעג; זי האָט דערזען איר האַנט ליגן אויפֿן טאַטנס און האָט זי גיך אַ שלעפּ געטאָן צוריק, ווי איר הויט וואָלט אָנגעטראָפֿן עפּעס אויף אַ שטעכלקע. זי האָט שטיל געזאָגט, קוקנדיק דער מאַמען גלײַך אין די אויגן אַרײַן:

ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

רייטשעל

זינט זי האָט אָנגעהויבן פֿאַרשטיין, וואָס ס’איז געשען מיט אירע עלטערן בעת דער מלחמה, האָט רייטשעל זיך געפֿילט ווי אַ באַ­שטראָפֿטע. אין דעם דירהלע, וואָס די עלטערן האָבן געדונגען דרײַ בלאָקן פֿונעם קלייטל, האָט איר שטענדיק אויסגעפֿעלט ליכט און לופֿט; נישט אַזוי, מחמת די צוויי זאַכן האָבן פֿיזיש אויסגעמיטן זייער וווינונג, נאָר ווײַל דער אומעט וואָס האָט זיך באַזעצט אין אַלע ווינקעלעך, האָט פֿון דאָרט אַרויסגעקוקט מיט קאַלטע, בלינדעוואַטע אויגן.

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

זיי

רייטשעל האָט פֿאַרבעטן דעם אומדער­וואַרטן גאַסט אַרײַנצוגיין אין שטוב, און אָנווײַזנדיק אויף אַ בענקל, לעבן דער טיר, געהייסן אים אַראָפּנעמען פֿון זיך די נאַסע בגדים. אַליין האָט זי זיך אַוועקגעטראָגן אין אַן אַנדער צימער און, כּל־זמן יאַשע האָט אַראָפּגעשלעפּט פֿון זיך דעם קורצן מאַנטל און די אויסגעווייקטע שווערע ספּאָרטשיך־"סניקערז", איז רייטשעל שוין געווען צוריק, האַלטנדיק אין דער האַנט אַ האַנטעך.

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

די שאָכשפּיל האָט יאַשען פֿאַרכאַפּט. ער האָט אין דעם שאָך־קעניגרײַך געפֿונען זײַנע פֿרײַנד און פֿײַנט און געוווּסט, ווי אַזוי זיך אויפֿצופֿירן מיט זיי. אינעם לעבן איז אָפֿטלעך געווען גאָר אַנדערש. ער האָט געמאַכט דער­פֿאָלגרײַכע טריט פֿאָרויס. בײַ פֿופֿצן יאָר האָט ער שוין געשפּילט אין דער שטאָט־מאַנשאַפֿט אויף דעם רעפּובליקאַנער שאָך־פֿאַרמעסט און געוווּנען דאָס צווייטע אָרט; אין צוויי יאָר אַרום איז ער אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין דער רעפּובליקאַנער געזאַמלטער מאַנשאַפֿט צו שפּילן אויפֿן אַלפֿאַרבאַנדישן טשעמפּיאָנאַט אין מאָסקווע. זײַן מאַמע און די מומעס זײַנען אַוודאי געוואָרן הייסע אָנהענגערס פֿון שאָך.

ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

רייטשעל האָט זיך אויפֿגעכאַפּט. ווי איר שטייגער איז, האָט זי זיך באַלד אײַנגעהערט אין דער מאַמעס אָטעמען. אַן אָפּגעשוואַכטע און פֿאַרשוויצטע איז זי אַ ווײַלע געזעסן אויפֿן געלעגער, אַראָפּגעלאָזט די באָרוועסע פֿיס און זיך אָנגעשפּאַרט מיט די הענט אינעם ראַנד פֿון דעם בעט. ס'האָט אָנגעהויבן צו טאָגן. זי האָט אַ טראַכט געטאָן: "כ'וועל אים שוין הײַנט נישט זען", — און אַרײַנגעשטופּט די פֿיס אין די ווייכע, וואַרעמע שטעקשיך.

ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

ער און זי

אויב פּרוּוון צו פֿאַרענטפֿערן זייער באַגע­געניש און באַקאַנטשאַפֿט, וואָלט מען עס מסתּמא געקאָנט טאָן מיט איין זאָג, וואָס האָט זיך אַזוי היימיש אײַנגענעסטעט אין יאַשעס קינדשאַפֿט — "אַזוי איז באַשערט!" אָבער מיט איין זאָג איז דאָס לעבן שווער צו פֿאַרענטפֿערן.

ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

ער

ער, יאַשע, איז געבוירן געוואָרן אין גאָר אַן אַנדער עק וועלט, אין אַ שטאָט מיטן נאָמען בענדער, וואָס שטייט אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך דניעסטער. אַרומגערינגלט פֿון קליינערהייט אָן מיט זאָרג און ליבע, וואָס עס האָבן געטיילט מיט זײַן מאַמען אירע צוויי עלטערע שוועסטער, האָט ער זײַן טאַטן געזען בלויז צוויי מאָל אין לעבן: דאָס ערשטע מאָל, אין יענעם 1טן סעפּטעמבער, ווען יאַשע האָט אָנגעהויבן זיך לערנען אין שול; און דאָס צווייטע מאָל, אויף זײַן, יאַשעס חתונה, ריכטיקער — אין "זאַגס"1, וווּ ער האָט אָפֿיציעל פֿאַררעגיסטרירט זײַן שידוך.

ליטעראַטור

כ'וואָלט פֿאַרן לעבן אָפּגעגעבן אַלץ —
איך נייטיק זיך אַזוי אין זאָרג —
אַ שוועבעלע אַ פּשוטס וואָלט מיך
דערוואַרעמען געקאָנט...

אָסיפּ מאַנדעלשטאַם

ייִדיש־וועלט, ‫אינטערװיוען

שלמה קרישטאָל

שלמה קרישטאָל איז אַ וועטעראַן אין דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק. לאַנגע יאָרן איז ער געווען אַקטיוו אין "בונד" און אין "קעמפּ המשך". הײַנט אַרבעט ער ווײַטער אין ייִוו״אָ און אינעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס". ווי מיר האָבן פֿריִער געשריבן אין "וועלט פֿון ייִדיש", האָט ער באַקומען אַ חשובֿע אויסצייכענונג פֿונעם ייִוו״אָ דעם פֿרילינג פֿאַר זײַן אַרבעט.

‫אינטערװיוען

אונדזער הײַנטיקער גאַסט איז יודזשין אָרענשטיין, אַ פּראָפֿעסאָר אין מעקגיל־אוניווערסיטעט.

ד״ר יודזשין אָרענשטיין

ווער זענען הײַנט די סטודענטן, וואָס קומען זיך לערנען ייִדישע געשיכטע?

מיר האָבן פֿאַרשידענע סטודענטן אינעם מעקגיל־אוניווערסיטעט. ס׳איז דאָ זייער ערנסטע סטודענטן, וואָס האָבן בדעה צו ספּע­ציאַליזירן זיך אין דער ייִדישער גע­שיכטע און זיי ווילן ממשיך זײַן דאָס לערנען אויפֿן העכערן ניוואָ, מאַכן אַ מאַגיס­טער אָדער אַ דאָקטאָראַט.

ייִדיש־וועלט
ד

די רובריק "אַ גאַסט אויף אַ ווײַלע" איז גוט באַקאַנט די צוהערער פֿון אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם די "פֿאָרווערטס־שעה". צום באַדויערן, קאָנען נישט אַלע לייענער די פּראָגראַם הערן, קודם־כּל, צוליב די באַגרע­נעצטע טעכנישע מעגלעכקייטן. דעריבער, לויט אײַערע בקשות, ברענגען מיר די דאָזיקע רובריק אַרײַן אויך אין אונדזער צײַטונג.


אונדזער הײַנטיקער גאַסט איז געקומען פֿון בוענאָס־אײַרעס, די שטאָט פֿון קאַרנאַ­וואַלן און ברענענדיקע טאַנגאָס. זײַן נאָמען איז אַבֿרהם ליכטענבוים. אַ גוטן אָוונט, אַבֿרהם.