- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
הײַנטיקע צײַטן קען זײַן שווער אַפֿילו צו געפֿינען אַ מענטש, מיט וועמען מע קען רעדן אַ ייִדיש וואָרט. ווען איך האָב ערשט זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש, האָב איך ניט געוווּסט וווּהין צו גיין. אָבער זייער גיך האָב איך אַנטדעקט די אָרגאַניזאַציע "יוגנטרוף", וואָס שאַפֿט געלעגנהייטן צו רעדן, לייענען, שרײַבן, זינגען און פֿאַרברענגען אויף ייִדיש, ספּעציעל פֿאַרן ייִנגערן דור.
"עסט געזונטערהייט!"
Eat In Good Health! מיר ביידע, מײַן מאַן אַנדריי און איך, זײַנען געבוירן געוואָרן אין געמישטע משפּחות. אונדזערע מאַמעס, ייִדישע טעכטער, האָבן חתונה געהאַט מיט אַ רוס און אַן אוקראַיִנער. פֿון די ייִדישע צדדים שטאַמען מיר פֿון אַלטע שטעטלעך אין ווײַסרוסלאַנד און פֿון אַ סך ייִנגערע ייִדישע קאָלאָניעס אין קרים. (די דאָזיקע קאָלאָניעס האָבן זיך באַוויזן אין די 1920ער יאָרן, אַ דאַנק דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דעם אַמעריקאַנער "דזשוינט".) מיט מײַן מאַן האָב איך זיך באַקענט בעת דעם ערשטן סעמינאַר פֿאַר ייִדישע סטודענטן, וואָס דער מאָסקווער "הלל" האָט דורכגעפֿירט אין יאָר 1995. דעם 27סטן דעצעמבער 2006 איז געשטאָרבן איטשע גאָלדבערג — די לעגענדאַרע פֿיגור אויף דער ניו-יאָרקער ייִדישער לאַנדשאַפֿט. זײַן נאָמען איז געוואָרן לעגענדאַר ניט נאָר ווײַל אים איז באַשערט געווען צו לעבן 102 יאָר. דער עיקר איז אָבער אַז אין משך פֿון זײַן לאַנג לעבן האָט ער אויפֿגעטאָן זייער אַ סך פֿאַר דער ייִדישער בילדונג און ליטעראַטור אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ווען מע האָט אין יאָר 2004 געפֿײַערט איטשע גאָלדבערגס 100־יאָריקן יוביליי, איז עס געווען אַן אָנערקענונג פֿון זײַנע גרויסע פֿאַרדינסטן פֿאַר אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדיש — ניט בלויז פֿאַרן "לינקן סעקטאָר", וואָס איז געווען דעם בעל-שׂימחהס אידעאָלאָגישע היים. קלאַנגען גייען אַרום, אַז אויף אַן עראָפּלאַן, וואָס איז געפֿלויגן פֿון בודאַפּעשט קיין ישׂראל, האָט מען די פּאַסאַזשירן שטילערהייט געהאָדעוועט מיט טרפֿות. פֿאָרשטייער פֿון "אל-על" טענהן, אַז ס׳איז ניט אמת. אָבער דערווײַל האָט "אל-על" נאָך מער פּראָבלעמען, און פֿאַרבונדן זײַנען זיי מיט שבת.
מיט 65 יאָר צוריק, דעם 29סטן און 30סטן סעפּטעמבער 1941, האָט די "אײַנזאַצגרופּע" (מאָבילע פֿאַרטיליקונג-מחנה) פֿון דער דײַטשישער אַרמיי דערהרגעט איבער דרײַסיק טויזנט ייִדישע תּושבֿים פֿון קיִעוו, די הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע. אין אָנדענק פֿון דעם נאַציסטישן פֿאַרברעכן האָט דער רוסישער דיכטער יעווגעני יעווטושענקאָ געשאַפֿן די פּאָעמע "באַבי יאַר", וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן צום 20סטן יאָרטאָג פֿון דער שחיטה[1]. דאָס ווערק איז געוואָרן אַ וויכטיק געשעעניש אין דעם פּאָליטישן און קולטורעלן לעבן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דער באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש האָט די פּאָעמע אײַנגעגלידערט[2] אין זײַן סימפֿאָניע נומ׳ 13. דער גורל פֿון ייִדיש-לימודים אין אוניווערסיטעטן איז אָפֿט אָפּהענגיק פֿון ברייטהאַרציקייט. אויב מע געפֿינט אַ בעל־טובֿה[1] — האָט מען אַזעלכע לימודים, און אויב קיין ספּאָנסאָר זוכט זיך ניט אויס — בלײַבט מען אָן ייִדיש. אַ בשׂורה־טובֿה[2] איז אין מיט-סעפּטעמבער געקומען פֿון אויסטראַליע: ייִדיש איז געראַטעוועט געוואָרן אין דעם אוניווערסיטעט פֿון סידני. די מעשׂה איז אַזאַ: אַ ברייטהאַרציקע פֿרוי, וואָס הייסט נאָרע גודרידזש, האָט געטראַכט וועגן אַ מתּנה פֿאַר איר מאַן, צו זײַן ווערן אַ בן־שמונים[3]. דן גודרידזש איז אַ ליבהאָבער פֿון ייִדיש. צוזאַמען מיט זײַן טאָכטער האָט ער געלערנט ייִדיש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון סידני. ביידע — דער טאַטע און די טאָכטער — האָבן אין יאָר 2000 באַקומען דיפּלאָמען אין ייִדיש-לימודים. דעם האַרבסט וועט אַרויסגיין דער דריטער טייל פֿון דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון חוה ראָזענפֿאַרבס טרילאָגיע "דער בוים פֿון לעבן" (זען — www.wisc.edu/ wisconsinpress/books/3801.htm ). דאָס איז אַ נײַע אויפֿלאַגע פֿונעם בוך, וואָס איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט אין מעלבורן, אויסטראַליע, אין יאָר 1985. די ענגלישע איבערזעצונג האָט געמאַכט די שרײַבערין צוזאַמען מיט איר טאָכטער, גאָלדי מאָרגענטאַלער, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ענגלישער ליטעראַטור. אין אָריגינאַל, אויף ייִדיש, איז די טרילאָגיע אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ, אין 1972. אין יסוד פֿונעם בוך ליגן דער שרײַבערינס אייגענע איבערלעבונגען אין לאָדזשער געטאָ. קיִעוו קיִעוו איז ביזן יאָר 1917 געווען ווי אַן אינדזל אין דעם רוסיש-ייִדישן "ים" פֿון תּחום-המושבֿ. אַזוי האָבן געהייסן די טעריטאָריעס, וווּ מע האָט דערלויבט די רוסישע ייִדן צו וווינען. אין קיִעוו, אָבער, האָבן געקענט זיך באַזעצן נאָר געוויסע קאַטעגאָריעס ייִדן, בפֿרט די רײַכע. די משפּחה בערגעלסאָן האָט געהערט צו אָט דער סמעטענע פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. דוד בערגעלסאָן איז געבוירן געוואָרן ניט אין קיִעוו, נאָר אין דער קיִעווער געגנט.
אַמאָליקע צײַטן איז ער געווען דער פּאָפּולערסטער ייִדישער שרײַבער. אָבער ווען מע פֿרעגט הײַנט ייִנגערע מענטשן, צי דער נאָמען פֿון שלום אַש זאָגט זיי עפּעס, באַקומט מען בדרך-כּלל אַ נעגאַטיוון ענטפֿער. סײַדן, ס'האָט עמעצער געהערט אָדער געלייענט וועגן זײַן פּיעסע "גאָט פֿון נקמה". אין די 1920ער יאָרן האָט די ענגלישע אויפֿפֿירונג פֿון דער פּיעסע געמאַכט אַ סקאַנדאַל אין ניו-יאָרק. אין "בונד"
ווי עס האָט זיך געפֿירט אין די פֿאַרמעגלעכע משפּחות, האָט אַבראַמאָוויטש באַקומען סײַ אַ טראַדיציאָנעל-ייִדישע, סײַ אַן אַלגעמיין-רוסישע בילדונג. |