- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, מײַנע טאַטע־מאַמע באַהאַנדלען מיך ווי איך וואָלט נאָך געווען אַ קינד. נאָך דעם ווי כ׳האָב גראַדויִרט פֿון קאָלעדזש, בין איך צוריק אַהיימגעקומען, כּדי אײַנצושפּאָרן אַ ביסל געלט. איך בין אַ לערער און איך בין צופֿרידן, וואָס איך האָב אַרבעט, אָבער די שׂכירות זענען קליין. טאַטע־מאַמע האָבן זיך געפֿרייט, וואָס איך בין צוריקגעקומען אַהיים — זיי האָבן עס מיר פֿאָרגעלייגט. אָבער זיי ווילן אַלע מאָל וויסן וועגן מיר, און פֿרעגן וווּ איך בין, וואָס איך טו אַזוי שפּעט בײַ נאַכט, און ווי שפּעט וועל איך בלײַבן? אָדער צי איך וועל מיט זיי עסן וועטשערע?... איך בין 23 יאָר אַלט און, מיר דאַכט, אַז איך דאַרף נישט אָפּגעבן קיין באַריכט צו מײַנע טאַטע־מאַמע. ווען איך זאָג זיי דאָס, דערמאָנען זיי מיר, אַז איך וווין בײַ זיי אין הויז און מוז וווינען לויט זייערע כּללים. טײַערע חזנטע, מײַן טאַטע טרעפֿט זיך מיט אַ פֿרוי וועלכע איז נאָר אויף 3 יאָר עלטער פֿון מיר. וואָס זאָל איך טאָן? איך האַלט, אַז ס׳איז אַ חוזק! ער און מײַן מאַמע האָבן זיך געגט מיט אַ סך יאָרן צוריק. ער מיינט, אַז ער האָט זיך פֿאַרליבט אין דער פֿרוי. מיר ווערט נישט גוט, ווען איך טראַכט, אַז עמעצן אין מײַן עלטער קאָן געפֿעלן ווערן מײַן פֿאָטער ווי אַ מאַנספּאַרשוין, און, פֿאַרקערט, אַז מײַן פֿאָטער ציט צו אַ פֿרוי פֿון מײַן עלטער. די געבוירן־טאָג־שׂימחה פֿון מײַן איין־יאָריק זונדל וועט באַלד פֿאָרקומען, און מײַן טאַטע וויל מיטברענגען דאָס מיידל צו דער שׂימחה. איך האַלט, אַז עס פּאַסט נישט, זי זאָל דאָרטן זײַן. זיי זעען זיך בלויז צוויי חדשים, און איך וועל זיך פֿילן אומבאַקוועם. ס׳איז דאָך מײַן הויז און מײַן שׂימחה. איך האַלט, אַז ער דאַרף קומען אַליין; פֿאַרבעטונג פֿאַר איינעם; אַניט, זאָל ער נישט קומען בכלל. ווי האַלט איר? אײַנגעשפּאַרטע טאָכטער טײַערע חזנטע, איך געפֿין זיך אין אַ חסידישער געזעלשאַַפֿט, אַָנגעטאַָן גלײַך ווי אַלע אין פֿולן טראַַדיציאַָנעלן לבֿוש. נאַָר טיף אינעווייניק, בין איך פֿאַַרליבט אינעם לעבן מיט מײַן גאַַנצן האַַרצן. איך האַָב ליב דאַָס לעבן נישט מיט עגאַָיִזם, נאָר מיט אמתער אויפֿריכטיקער ליבשאַַפֿט. איך וואַָלט פֿאַַר איר אַַפֿילו מײַן לעבן מקריבֿ געווען... איך האַָב ליב מענטשן, נישט וויכטיק, צו וועלכער קולטור אַָדער ראַַסע זיי געהערן. מײַן בליק אויף דער וועלט איז אין גאַַנצן אַַ פֿאַַרקערטער פֿון דעם, ווי איך בין דערצויגן געוואַָרן. איך באַוווּנדער די שיינקייט פֿון דער וועלט, און איך פֿיל לעצטנס אַַלץ מער ווי דאַָס פֿאַַרבלײַבן אין דער חסידישער געזעלשאַַפֿט, איז מיר פּשוט דערעסן געוואָרן. עס גייט אַַזוי ווײַט, אַז איך האַָב פּשוט נישט מיט וועמען אויסצוטוישן אַַ וואַָרט (עס איז אַַוודאי נישטאַָ פֿאַר וועמען צו אַנטדעקן אַזעלכע געפילן). ייִדישקייט איז מיר זייער ליב, אָבער עס איז, למעשׂה, נישט מער ווי איין קליינער, שיינער טייל פֿון דער גרויסער וועלט. טײַערע חזנטע, איך בין אַן אַקטריסע און אַ רעזשיסאָרין. לעצטנס האָב איך מסכּים געווען צו רעזשיסירן אַ פֿאָרשטעלונג אין מײַן שיל. מיר האָבן כּמעט אַ פּערפֿעקטע טרופּע, אָבער, ווי געוויינטלעך, איז אונדז שווערער צו געפֿינען מענער וועלכע זינגען, ווי פֿרויען. מיר האָבן געבעטן געוויסע אַקטיאָרן צו קומען און שפּילן. אָבער עס פֿעלט אונדז נאָך איין מאַן. גאָר נייטיק דאַרף איך אַ גוטן אַקטיאָר מיט אַ שיין קול. אַזוי ווי אונדזער טעאַטער איז, וואָס מע רופֿט אַ "קהילה־טעאַטער", דאַרף מען געפֿינען עמעצן, וואָס וועט זײַן איבערגעגעבן און אַרײַנלייגן שעהען אַרבעט, אָבער אָן קיין שום לוין. טײַערע חזנטע, מײַן מאַן און איך קומען אויס גוט צווישן זיך, און זעלטן ווען, קריגן מיר זיך. אָבער מיר צעקריגן זיך יאָ מכּוח איין ענין — ציגאַרן. ער האָט ליב צו רייכערן ציגאַרן מיט עטלעכע פֿרײַנד, וועלכע קומען זיך צונויף פֿון צײַט צו צײַט. איך האָב פֿײַנט ציגאַרן. איך האָב פֿײַנט דעם ריח, נאָך מער, האָב איך פֿײַנט דעם פֿאַקט, וואָס צוליב זיי באַקומט מען ראַק. לויט מײַן מיינונג, באַגייט מען אַ מאָראַלישן חטא ווען מע טוט עפּעס באַוווּסטזיניק שלעכטס צום געזונט. טײַערע חזנטע, איך בין אַ סטודענטקע אין אוניווערסיטעט, און איך אַרבעט זייער שווער. איך בין תּמיד געווען אַ גוט מיידל. איך הער זיך צו צו מײַנע עלטערן, באַקום גוטע צייכנס, טרינק כּמעט נישט קיין אַלקאָהאָל, און אַזוי ווײַטער. מײַנע באַציִונגען מיט בחורים, אָבער, זענען נישט ווי ס׳וואָלט באַדאַרפֿט צו זײַן. עס איז שווער צו געפֿינען גוטע בחורים, וואָס ווילן נישט האָבן קיין צו פֿיל פֿיזישע באַציִונגען, אויב איר פֿאַרשטייט, וואָס איך מיין. איך בין אַרויסגעגאַנגען מיט אַ בחור אַ חודש לאַנג — יעדן טאָג, האָבן מיר גערעדט — האָט ער מיר געשיקט, נאָך אַ חודש, אַ "טעקסט"־אָנזאָג דורכן טעלעפֿאָן, אַז ער וויל מיך מער ניט זען. פֿון דעמאָלט אָן, מײַדט ער מיך אויס! איך ווייס, אַז אַ חודש איז נישט קיין לאַנגע צײַט, אָבער פֿאַר וואָס איז מיר אַזוי טרויעריק? גוט מיידל טײַערע חזנטע איך בין אויפֿגעוואַקסן אַ BMJ. וועט איר מסתּמא אַ פֿרעג טאָן — וואָס איז דער טײַטש פֿון BMJ? "קוים אַ ייִד" [Bare Minimum Jew]. דאָס הייסט, אַז מײַן משפּחה נייט מיך צו גיין אין שיל אויף די ימים־טובֿים, צו שפּילן אין דריידל חנוכּה, צו נעמען געלט בײַ מײַן בר־מיצווה. אַ קיצור, מײַנע נאָענטע חבֿרים און איך זענען פֿון אַ דור וואָס האָבן געהאַט אַ גאָר קליינע פֿאַרבינדונג מיט ייִדישקייט ווען מיר זענען אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן. טײַערע חזנטע, אונדזער זון גייט איצט דורך אַ שווערע צײַט. ער איז 37 יאָר אַלט און האָט שוין געאַרבעט בײַ פֿאַרשיידענע מלאָכות — ער איז זייער אַ טאַלאַנטירטער יונגער־מאַן. די פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, וואָס ער האָט אַזוי פֿיל זאַכן געטאָן אַזוי גוט, אַז ער קען זיך אין גאַנצן נישט אָפּגעבן קיין איינעם פֿון זיי. צו ערשט, האָט ער שטודירט יוריספּרודענץ און האָט געאַרבעט ווי אַן אַדוואָקאַט עטלעכע יאָר. איז ער נישט געווען צופֿרידן. האָט ער באַשלאָסן נאָכצוגיין זײַן חלום — בינע־קונסט. פֿיר יאָר האָט ער געשפּילט ווי אַן אַקטיאָר און האָט געמאַכט אַ נישקשהדיקע קאַריערע, אָבער לסוף נישט געקענט זיך אַליין אויסהאַלטן. האָט ער זיך אַרײַנגעצויגן צוריק צו אונדז אַהיים מיט צוויי חדשים צוריק. איך און מײַן פֿרוי זענען נישט זיכער וואָס צו טאָן. טײַערע חזנטע, מײַן מאַן וויל גאָר נישט טאָן. ער האָט זיך פּענסיאָנירט מיט דרײַ יאָר צוריק ווען ער איז געווען 70 יאָר אַלט. ער האָט געהאָרעוועט זײַן גאַנץ לעבן און איצט זיצט ער אויף דער סאָפֿע ווי אַ גולם. ווען איך בעט בײַ אים, ער זאָל אַרויסטראָגן דאָס מיסט, אָדער ער זאָל מיר העלפֿן מיט עפּעס, ענטפֿערט ער, "איך האָב 50 יאָר געאַרבעט יעדן טאָג. איצט בין איך שוין אַרויס אויף פּענסיע!". ער העלפֿט נאָר ווען איך בעט אים עטלעכע מאָל, אָבער ס׳איז מיר שוין נימאס געוואָרן. טײַערע חזנטע, איך לערן זיך אין קאָלעדזש דאָס דריטע יאָר און איך האָב תּמיד געוואָלט ווערן אַ דאָקטער זינט איך בין אַלט געווען 7 יאָר. איך האָב געליטן פֿון סקאָליאָז, און האָב פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אין די שפּיטעלער און אָפֿיסן פֿון דאָקטוירים. איך האָב זיך תּמיד געפֿילט באַקוועם דאָרטן און געוווּסט, אַז איך וויל ווערן אַ דאָקטער. טײַערע חזנטע, איך קען אַ סך מענטשן, אָבער האָב נישט קיין נאָענטע פֿרײַנד. נאָר מיט געציילטע וואָלט איך זיך דערנענטערט. איך בין אַ חתונה־געהאַטע און מײַן מאַן איז פֿרײַנדלעך מיט איינעם פֿון מײַנע געציילטע נאָענטע פֿרײַנד אויך. ס׳איז נישט קיין פּראָבלעם פֿאַר מײַן מאַן וואָס איך האָב אַ פֿרײַנד, אַ זכר. איך אַרבעט מיט דעם חבֿר, און במשך פֿונעם יאָר זענען מיר נעענטער געוואָרן, אָבער מיר זענען געבליבן נאָר פֿרײַנד. טײַערע חזנטע, |