- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, איך וווין און אַרבעט אין זייער אַ רײַכער קהילה. מײַן פֿרוי און איך זענען נישט אָרעם, און נישט רײַך. מיר האָבן צוויי קליינע קינדער — אַ זון אינעם צווייטן קלאַס און אַ טאָכטער אין קינדערגאָרטן. מיר גייען אויף אַ סך געבוירן־טאָג־שׂימחות, וווּ מע שטעלט ספּעציעל אָן פֿאַרווײַלער, קעלנער און מע פֿאַרבעט מער ווי הונדערט געסט. אויף חנוכּה באַקומען יענע קינדער יעדעס מאָל נײַע טשאַטשקעס — "אַײַ־פּאָדס", מאָביל־טעלעפֿאָנען און כּלערליי אַנדערע עלעקטראָנישע אַפּאַראַטן. טײַערע חזנטע, אַלע יאָר ריכט איך אָפּ דעם ערשטן סדר בײַ אונדז. די קינדער און אייניקלעך, פּלימעניקעס און פּלימעניצעס קומען מיט זייערע משפּחות, און מיר פֿאַרברענגען זייער שיין. פּסח איז מײַן באַליבטסטער יום־טובֿ. הײַיאָר אָבער פֿאַלט אויס ערבֿ פּסח אין אַ מאָנטיק אָוונט. מײַן טאָכטער און איידעם וווינען צוויי שעה פֿון אונדז אין סאַן־דיעגאָ, און מײַן פּלימעניצע און איר משפּחה וווינען נאָך ווײַטער. אַלע מוזן פֿאָרן צו דער אַרבעט דינסטיק אין דער פֿרי (חס־וחלילה, מע זאָל זיך נעמען אַ טאָג פֿרײַ לכּבֿוד יום־טובֿ). טײַערע חזנטע, עס טוט מיר לייד, וואָס איך דאַרף אײַך שרײַבן וועגן דעם. מײַן פֿרוי און איך האָבן געהאָדעוועט פֿיר קינדער אין אַ גוטער, ייִדישער היים. מיר האָבן געהיט כּשר, שבת, געשיקט די קינדער אין אַ ייִדישער טאָגשול און געדאַוונט אָפֿט אין שיל. עס האָט אונדז געדאַכט, אַז מיר טוען אַלץ ריכטיק. אונדזערע קינדער זענען שוין אויסגעוואַקסן און דרײַ פֿון זיי וווינען לעבן אונדז און האָבן פֿײַנע ייִדישע מענער, ווײַבער און קינדער. אונדזער מיזינקל דוד אָבער, האָט זיך געשמדט און געוואָרן אַ קאָטויל, ווען ער האָט זיך געלערנט אין קאָלעדזש. טײַערע חזנטע, מײַן מאַמע מישט זיך אַרײַן אין אַלץ וואָס איך טו. איך קען נישט אָנהייבן צו ציילן וויפֿל מאָל זי האָט פֿאַר מיר אַראַנזשירט באַגעגענישן מיט בחורים. איך בין שוין 27 יאָר אַלט, און ס׳איז פּשוט אַ געלעכטער. וווּ די מאַמע זאָל נישט שטיין און גיין, טראַכט זי, צי דער, אָדער יענער בחור פּאַסט פֿאַר מיר. אויב זי באַקענט זיך מיט אַ פֿרוי וואַרטנדיק אין ריי אין באַנק, צי אין אָפֿיס פֿון אַ דאָקטער, פֿרעגט זי תּיכּף, צי זי האָט נאָך נישט־חתונה־געהאַטע זין. זי גייט אין שיל, נישט צו דאַוונען, נאָר צו געפֿינען פֿאַר מיר אַ מאַן. לעצטנס, האָט זי זיך באַקענט מיט אַזאַ מעגלעכן באַשערטן אויף אַ לוויה! טײַערע חזנטע, ווען איך טרעף זיך מיט אַ מיידל בײַם ערשטן ראַנדעוווּ, ווייס איך קיין מאָל נישט וואָס צו זאָגן. געוויינטלעך בין איך אַ גאַנץ געזעלשאַפֿטלעכער מענטש. מיט מײַנע שוועסטער־קינדער און פֿרײַנד, וואָס איך קען שוין אַ לאַנגע צײַט, האָב איך אַ סך צו דערציילן. איך ווייס ווי צו רעדן מיט לײַט וואָס איך קען שוין, אָבער ווייס נישט ווי אָנצוהייבן אַ שמועס מיט אַן אומבאַקאַנטן. איך באַטייליק זיך אין "דזשיי־דייט", אַן אינטערנעץ־וועבזײַטל זיך צו באַקענען מיט יונגע מענטשן. טײַערע חזנטע, מײַן ברודער מרדכי וווינט אין כינע שוין צוויי יאָר, און מיר אַלע האָפֿן, אַז ער וועט זיך באַלד צוריק אַריבערציִען זיך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. מרדכי איז יונג און האָט נאָך נישט חתונה געהאַט. אים געפֿעלן די איבערלעבונגען פֿון אַרבעטן און וווינען אין דער פֿרעמד. צוליב דעם לאַנגן, טײַערן פֿלי, קומט מרדכי אַהיים נאָר איין מאָל אַ יאָר, און ער בלײַבט מיט אונדז דרײַ וואָכן. טײַערע חזנטע, מײַן זון לערנט זיך אינעם צווייטן קלאַס פֿון אַ רעליגיעזער שול. זײַן קלאַס האָט געמאַכט הבֿדלה אין דער היים פֿון אַן אַנדער תּלמיד און איך בין אויך געגאַנגען. איך קום אַרײַן אין זייער אַ שיין הויז, באַפּוצט מיט כּלערליי חנוכּה־באַצירונגען — דריידל, חנוכּה־לעמפּלעך, בלוי און ווײַסע פּאַפּיר־אויסשניטן און — אַ ניטל־בוים! איך האָב נישט געקענט גלייבן מײַנע אויגן — אַ ניטל־בוים אין אַ ייִדישער היים, וווּ ביידע עלטערן זענען ייִדן. טײַערע חזנטע, איך פֿאַרברענג מיט אַ וווּנדערלעכן מאַן שוין 3 חדשים. ער איז גוט צו מיר, האָט אַ געלונגענע קאַריערע און איז בטבֿע אַ גוטער. ער האָט אַפֿילו ליב צו פֿאַרברענגען מיט מײַן משפּחה. טאָ וואָס איז דען די פּראָבלעם? ער האָט אַזוי פֿיל "געוווינהייטן", וואָס גייען מיר אויף די נערוון. זײַן קול איז זייער אַ הויכס און קלינגט ווי אַ פֿרויס. טײַערע חזנטע, אַ גוטע בשׂורה — איך ליג שוין אין קימפּעט! וואָס איז די פּראָבלעם? מײַן מאַן און איך קענען נישט קומען צו אַ הסכּם מכּוח וואָסערע שפּראַכן צו רעדן מיט אונדזער עופֿעלע. מיר רעדן ביידע גוט ענגליש און העברעיִש און זענען ציוניסטן. מיר זענען מסכּים, אַז דאָס קינד דאַרף קענען העברעיִש, אָבער איך מיין, אַז דאָס קען וואַרטן ביז עס וועט אָנהייבן גיין שוין אין אַ ייִדישער טאָגשול. טײַערע חזנטע, עפּעס זייער אַ מאָדנע זאַך איז געשען בײַ דער אַרבעט. איך בין, ווי איר, אַ חזנטע אין אַ גרויסער סינאַגאָגע. אַ מאַן פֿון אונדזער מנין, וועמען איך קען נישט זייער גוט, איז אַרײַנגעקומען אין מײַן ביוראָ און האָט פֿאַר מיר אויסדערציילט זײַן האַרץ, אַז ער האָט זיך פֿאַרליבט אין מיר. ער געדענקט נאָך דעם ערשטן טאָג, וואָס מיר האָבן גערעדט איינער צום אַנדערן, מער ווי דרײַ יאָר צוריק. ער ווייסט, אַז איך האָב אַ מאַן, אָבער האָט געפֿילט, אַז ער מוז מיר דאָס אַנטפּלעקן. טײַערע חזנטע, איך האָב געפֿאַלשעוועט מײַן עקזאַמען. איך באַקום געוויינטלעך די בעסטע צייכנס און כ׳האָב קיין מאָל נישט געטאָן עפּעס קעגן דעם געזעץ אין מײַן לעבן. איך האָב אַזוי מורא געהאַט, אַז איך וועל באַקומען אַ שלעכטן צייכן אויפֿן עקזאַמען, אַז איך האָב אָפּגענאַרט דעם לערער: איך בין אַרויפֿגעגאַנגען צו אים און אים געפֿרעגט אַ פֿראַגע דרײַ מאָל, כּדי איך זאָל קענען קוקן אויף די ענטפֿערס פֿון אַן אַנדער תּלמיד. טײַערע חזנטע, דאָס נײַע יאָר האָט זיך ערשט אָנגעהויבן. איך האָב זיך געגעבן אַ נדר, אַז דאָס יאָר וועל איך זיך נישט פֿאַרלירן, און כ'וועל האַלטן אַן אויג אויף אַלץ וואָס איך דאַרף אויפֿטאָן — מײַן סדר־היום, מײַן אַרבעט, די קינדער אאַ״וו. געוויינטלעך, פֿיל איך ווי דער דאַך פֿאַלט אַראָפּ אויף מיר, אָבער דאָס יאָר האָב איך געוואָלט אָנהייבן אַלץ פֿון ס'נײַ. |