שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן חבֿר און איך זענען גרויסע "באַלאַגאַניסטן". מיר לעבן אין איינעם כּמעט זעקס יאָר (מיר זענען ביידע מענער) און וועלן באַלד פֿײַערן אונדזער חתונה (צום באַדויערן, נישט קיין "כּשרע" ייִדישע חתונה, נאָר "סתּם" אַ ציווילע חתונה). מיר לעבן אין אַ שיינער דירה און פֿאַרמאָגן אַ סך חפֿצים. באַליבט זענען מיר אין דער גאַנצער משפּחה און אַ סך פּלימעניקעס און פּלימעניצעס פֿאַרברענגען בײַ אונדז, ווי אויך די קינדער אין דער געגנט.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים קאָראַל (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרים קאָראַל

דאָס ייִדישע ווערטל, "אַז מען עסט שוין חזיר, זאָל עס רינען פֿון דער באָרד!" איז אַ דערמאָנונג נישט צו זײַן קיין פֿולער היפּאָקריט, אָבער איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ס’איז אויך אַ טיף באַגראָבענער אָפּקלאַנג פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדנטום אונטער דער שפּאַנישער אינקוויזיציע. אין אָנהייב פֿון די דאָזיקע גרויליקע צײַטן, מיט אַ 600 יאָר צוריק, איז אַ ייִד וואָס האָט זיך געמוזט ראַטעווען דורך דעם שמדן זיך — ווערן אַ "קאָנווערסאָ" — נאָך אַלץ נישט געווען זיכער מיטן לעבן. אונטער דער אימה פֿון די קריסטלעכע יעגערס און פֿאַררעטערס וואָס האָבן געוואָלט אויפֿווײַזן, אַז ער איז נאָך נישט קיין פֿולשטאַמיקער קריסט, האָט דער געוועזענער (און אָפֿט מאָל באַהאַלטענער) ייִד געמוזט זיך האַלטן אין דרויסן ווי אַ "קריסט מיט די ביינער".

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


טײַערע חזנטע,

איך בין זייער צופֿרידן, וואָס איך וועל באַלד פֿאַרענדיקן מײַנע יאָרן בײַם שטודירן אין אוניווערסיטעט. איך בין 24 יאָר אַלט (עס האָט מיר גענומען זעקס יאָר צו גראַדויִרן) און איך באַקום אַ דיפּלאָם אין קינדער־דערציִונג. איך ווייס, אַז איך וואָלט געדאַרפֿט אָנהייבן צו אַרבעטן, אָבער איך האָב נישט קיין מאָטיווירונג. איך וואָלט גיכער געזעסן אין דער היים און גאָרנישט געטאָן. איך האָב ליב צו קוקן אויף טעלעוויזיע, שפּילן ווידעאָ־שפּילן און רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן מיט מײַנע פֿרײַנד. וואָס זאָל איך טאָן?

פֿוילאַק

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

צי מוז איך גיין אויף אַלע שׂימחות וווּ איך בין פֿאַרבעטן? איך קען נישט פֿאַרטראָגן, ווען מע שפּילט די הויכע, רעשיקע מוזיק, אָבער איך וויל קיינעם נישט באַליידיקן.

נישט קיין "שׂימחהדיקע" פֿרוי

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן שוועסטער איז געפֿאָרן אויף אַ נסיעה קיין ישׂראל דעם ווינטער און איז נישט צוריקגעקומען. מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געטראַכט, אַז זיי שיקן זי נאָר אויף אַ "אש־התּורה"־אַקטיוויטעט. זיי האָבן געמיינט, אַז זי וועט דאָרטן גוט פֿאַרברענגען, הנאה האָבן פֿון ישׂראל, זיך באַקענען מיט נײַע חבֿרים און נענטער זיך פֿאַרבינדן מיט ייִדישקייט. אַז זיי וועלן נישט צוריקבאַקומען זייער טאָכטער איז זיי נישט אײַנגעפֿאַלן.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

דאָס פֿאַרברענגען מיט מײַן ברודער און שוועגערין איז געוואָרן אַ גרויס אָפּקומעניש. ביידע זענען זיי נישט קיין סימפּאַטישע מענטשן. איך האָב אים ליב, ווײַל ער איז מײַן ברודער, אָבער ס'איז מיר שווער צו זײַן מיט אים. מײַן ברודער און שוועגערין פֿירן זיך אויך אויף הינטיש איינער צום אַנדערן. יעדער גאַסט אין זייער שטוב פֿילט זיך אומבאַקוועם. איך האָב זיך געכאַפּט, אַז איך פֿריי זיך מער, ווען איך בלײַב ווײַט פֿון זיי. די איינציקע פּראָבלעם איז, וואָס איך האָב ליב מײַן פּלימעניק און פּלימעניצע!

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך בין 35 יאָר אַלט און איך פֿאַרשטיי נישט פֿאַר וואָס איך קען נישט געפֿינען קיין אויסערגעוויינטלעכן חתן. איך האָב אַ וווּנדערלעכע פּערזענלעכקייט (אויב איך מעג זיך אַליין לויבן), און האָב אַ גוטע פּרנסה. איך בין שיין (נישט צו שיין) האָב אַ שלאַנקע פֿיגור (אָבער קיין מאָדעל בין איך נישט). איך האָב אַ פֿײַנע משפּחה און אַ שמייכל אויפֿן פּנים. ווען איך טרעף זיך מיט מענער, פֿאַרלאַנג איך פֿון זיי נאָר דרײַ זאַכן: ער דאַרף זײַן העכער פֿון מיר, דאַרף האָבן האָר אויפֿן קאָפּ, און טאָר נישט האָבן קיין שום אַקצענט. ס׳זענען דאָך פֿאַראַן אַזוי פֿיל מענער וואָס פּאַסן זיך אַרײַן אין די קאַטעגאָריעס, טאָ פֿאַר וואָס האָב איך נישט קיין מזל?

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן באָבע איז עובֿר־בטל. במשך פֿון די לעצטע 6—7 יאָר האָט זיך איר מוח אַזוי פֿאַרערגערט, אַז זי קען קיינעם מער נישט דערקענען, ווער עס זאָל נישט זײַן. זי געדענקט נאָך די נעמען פֿון אירע קינדער, אָבער זי ווערט פֿאַרמישט און געדענקט שוין נישט ווער ס׳האָט חתונה געהאַט מיט וועמען. זי זעט אויס צופֿרידן צו זען אירע אייניקלעך, אָבער ווייסט נישט ווער מיר זענען. זי איז פּונקט אַזוי צופֿרידן ווען זי עסט צוקערלעך און זעט טעלעוויזיע.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טײַערע חזנטע,

איך פֿלעג זײַן אַ רויִקער מענטש, אָבער איצט, אַז איך אַרבעט אַ גאַנצע וואָך, פֿאַרליר איך אָפֿט מײַן געדולד. איך ווייס נישט פֿון וואַנען דאָס האָט זיך גענומען! איך שרײַ אויף מײַן מאַן, אויב ער האַלט נישט ריין, אַנשטאָט אים צו בעטן רויִק דאָס אויפֿצוראַמען. אַפֿילו מיט מײַן 3־יעריק טעכטערל האָב איך נישט קיין געדולד. לעצטנס האָב איך אַ שלײַדער געטאָן מײַן שוך אין דער וואַנט אינעם אַרבעט־צימער, ווען קיינער האָט נישט געזען, ווײַל איך בין געוואָרן אַזוי אין כּעס, אַז כ׳האָב עפּעס געדאַרפֿט טאָן. איך הייב נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען עס קומט צו מיר אַזאַ כּעס, אָבער איך ווייס יאָ, אַז עס געפֿעלט מיר נישט. ווי קען איך אויסמײַדן דעם בײַט אין מײַן כאַראַקטער?

בייזער מאָנסטער


טײַערער בייזער מאָנסטער,

דעם ערשטן טראָט אין דער ריכטונג האָט איר שוין געמאַכט, ווײַל איר אָנערקענט די פּראָבלעם, און איר ווילט עפּעס טאָן וועגן דעם. איר האַלט, אַז דער כּעס האָט זיך אָנגעהויבן מיט אײַער פֿולער שטעלע; און אַז דער דרוק אויף אײַך בײַ דער אַרבעט האָט אַ שײַכות מיט דער עמאָציע. אַפֿילו ווען אײַער אַרבעט איז נישט שולדיק אין אײַער כּעס, איז דער נײַער דרוק גורם אײַער אומגעדולד. ווען מע האָט געדולד, קען מען טאַקע אויסמײַדן דעם כּעס, ווײַל מיט דער צײַט שעפּט זיך אויס דער כּעס און מע קען באַטראַכטן אַ סיטואַציע מער אָביעקטיוו.

איך האָב צוויי פֿאָרלייגן פֿאַר אײַך. דער ערשטער — איר זאָלט אָפֿט גיין אין אַ ספּאָרטזאַל, און דאָרט מאַכן גימנאַסטיק. די ענערגיע וואָס מע לאָזט אַרויס, וועט אויך העלפֿן אַרויסלאָזן די פֿרוסטרירונג. דער צווייטער פֿאָרלייג — ווען איר פֿילט, אַז ס'וועט בײַ אײַך אַרויסשיסן אַ בייזע באַמערקונג, זאָלט איר ציילן אין דער שטיל ביז צען איידער איר רעאַגירט. אויף ייִדיש זאָגט מען "זאָל מײַנס איבערגיין" — בעסער צו רעאַגירן רויִק.


טײַערע חזנטע,

אַ גוטע בשׂורה — מײַן זון וויל ווערן אַ חזן. ער איז לעצטנס געוואָרן בר־מיצווה און בײַם צוגרייטן זיך איז אים יעדער מאָמענט געפֿעלן געוואָרן. ער האָט געלייענט די גאַנצע סדרה און אַפֿילו געדאַוונט שחרית פֿאַרן עמוד. דער חזן, זײַן לערער, האַלט, אַז ער איז שוין גאַנץ אַוואַנסירט. מײַן זון וויל שוין לייענען יעדן שבת. ער גייט אין שיל יעדע וואָך און איז באמת גליקלעך דאָרטן. די שלעכט בשׂורה איז — זײַן קול טויג נישט — טאַקע אַ סך ערגער ווי דער געוויינטלעכער בר־מיצווה בחור. מײַן זון האַלט, אַז ער קלינגט גוט, אָבער ער זינגט אין גאַנצן פֿאַלש. זאָל איך אים זאָגן, אַז ער טויג נישט? איך וויל אים נישט מוטיקן צו ווערן אַ חזן ווען איך ווייס, אַז דאָס איז אוממעגלעך.

אַ ליבע מאַמע


טײַערע ליבע מאַמע,

לאָזט אים צורו דערווײַל. ער האָט ליב צו גיין אין שיל, לייענען פֿון דער תּורה און איז דאָרטן גליקלעך. אפֿשר בײַט זיך זײַן קול איצט און ער וועט קענען בעסער זינגען אין אַ יאָר, צוויי, אַרום. אויב נישט, וועט ער עס סוף־כּל־סוף אַליין פֿאַרשטיין. אפֿשר וועט ער באַשליסן צו ווערן אַ רבֿ? דערווײַל זאָל ער הנאה האָבן און זיך לערנען וויפֿל ער קען. אַ ייִשר־כּוח, וואָס איר האָט אַזאַ אויסנעמיקן זון!


טײַערע חזנטע,

דער זיבעטער קלאַס פֿאָרט אויף אַ קלאַס־נסיעה, אָבער מײַן זון וויל נישט מיטפֿאָרן. ער איז פֿויל און וויל בעסער פֿאַרברענגען אין דער היים. זאָל איך אים לאָזן בלײַבן אין שטוב?

מאַמע


טײַערע מאַמע,

ניין, אַבסאָלוט נישט. סײַדן ער האָט אַ גוטן תּירוץ, פֿאַר וואָס ער דאַרף בלײַבן אין דער היים, זאָל ער מיטפֿאָרן. אויף אַזאַ קלאַס־נסיעה קען מען זיך עפּעס לערנען און געפֿינען נײַע חבֿרים. ווײַזט אײַער פֿויליאַק דעם וועג אַרויס פֿון שטוב!

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן חבֿרטע פֿאַרברענגט אויף דער אינטערנעץ, אויף "פֿייסבוק", דעם גאַנצן טאָג. ס'איז נישט צו גלייבן! איך האָב אין גאַנצן נישט קיין פּריוואַטקייט. יעדער, מיט וועמען זי שרײַבט זיך איבער, ווייסט וווּ מיר זענען, וואָס מיר טוען און וואָס און אין וואָס מיר גייען אָנגעטאָן (יאָ, זי בײַט איר פֿאָטאָגראַפֿיע יעדע פּאָר שעה). וווּהין מיר זאָלן נישט גיין, דאַרף זי זיך אָפּשטעלן און "פֿאַרהײַנטיקן" איר "פֿייסבוק"־זײַטל. מיר דאַכט, אַז איר געפֿעלט מער צו דערציילן וועגן אונדזער באַציִונג, ווי די באַציִונג אַליין. איך האָב איר געזאָגט, אַז איר באַנוץ פֿון "פֿייסבוק" איז נישט אויסצוהאַלטן, אָבער זי לאַכט זיך אויס. וואָס זאָל איך טאָן?

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ פֿרוי און אַ גוטע אַרבעט וואָס פֿאַרנעמט אָבער בײַ מיר אַ סך צײַט. אָפֿט, ווען מײַן מאַמע קומט צו אונדז צו גאַסט, פֿאַרשעמט זי מיך פֿאַר מענטשן. ווען איך שטעל זי פֿאָר פֿאַר מײַנע מיטאַרבעטער, פּלאַפּלט זי וועגן מיר און מײַנע "גרויסע" דערגרייכונגען. ווען איך ברענג זי צו אַן אונטערנעמונג וואָס איך האָב אָרגאַניזירט, ווייסט יעדער אין גיכן, אַז זי איז מײַן מאַמע. מײַן פֿרוי הערט זיך שטיל אײַן און זאָגט גאָרנישט, און מײַן מאַמע פֿרעגט זי קיין מאָל נישט וועגן איר לעבן און אַרבעט.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע

איך וווין אין ניו־יאָרק און מײַנע צוויי זין וווינען אין שיקאַגע. איך האָב צוויי שנורן, איינע גאָר אַנדערש פֿון דער צווייטער. מיט איינער בין איך זייער פֿרײַנדלעך, און מיט דער אַנדערער — נו, לאָמיר זאָגן, ווי מע זאָגט אויף ענגליש, אַז "מיר גייען אויף אייער־שאָלעכץ" ווען מיר זענען צוזאַמען. זי הייסט עלען. אירע טאַטע־מאַמע פֿאָרן צו זיי צו גאַסט דעם פּסח, און זיי קומען זעלטענער ווי איך.