- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט מען אין ייִוואָ אָפּגעמערקט דעם 120סטן געבוירנטאָג פֿון דעם ייִדישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס. איך האָב זיך אויך באַטייליקט אין דער ייִוואָ-אונטערנעמונג, און שוין נאָך אָפּדברן מײַנס האָב איך, זיצנדיק אין זאַל, זיך דערמאָנט, ווי מיר איז אויסגעקומען אָפּצומערקן עפּעס אַ דאַטע, פֿאַרבונדן מיט מיכאָעלסן — אָדער זײַן געבוירנטאָג אָדער דעם טאָג פֿון זײַן טראַגישן טויט. געווען איז עס אין מאָסקווע, אין 1988 אָדער 1989, דאָס הייסט, אין דער צײַט פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס "פּערעסטרויקע". מאָדנע יאָרן זײַנען עס געווען: פֿון איין זײַט איז שוין אַ סך דערלויבט געוואָרן צו טאָן, אָבער גלײַכצײַטיק האָט נאָך אַלץ געאַרבעט די גאַנצע סאָוועטישע סיסטעם, מיט דער פּאַרטיי, קיי-דזשי-בי און אַנדערע זאַכן. לויט אַ באַקאַנטן ווערטל, טאָר מען נישט אָפּשאַצן אַ בוך לויט זײַן טאָוול. דער איינציקער אויסנאַם פֿונעם דאָזיקן כּלל זענען די אילוסיטרירטע קונסט־אויסגאַבעס. ס׳רובֿ קלאַסישע ווערק פֿון וועלט־ליטעראַטור ווערן געדרוקט דווקא מאָנאָטאָניש־באַשיידן; אַדרבה, שרײַענדיקע בונטע טאָוולען זענען אָפֿט אַ סימן פֿון שונד־ביכער. וואָס קאָן מען זאָגן, אָבער, ווען אַ בוך האָט בכלל נישט קיין טאָוול, און אַפֿילו נישט קיין זײַטן אינעם טראַדיציאָנעלן זין פֿון וואָרט; און ווערט פֿאַרשפּרייט בלויז אויף דער אינטערנעץ, אַנשטאָט דער געוויינטלעכער פּאַפּיר־פֿאָרעם? אַ טייל ליטעראַטור־קריטיקער — אַפֿילו די, וואָס פֿאַרשטייען גאַנץ גוט דאָס דערמאָנטע שפּריכווערטל — באַציִען זיך צו דער נעץ־ליטעראַטור נאָך אַלץ מיט אַ חשד. די רוסישע לייענער האָבן לעצטנס צוגעטראַכט אַ ספּעציעל וואָרט, "сетература" — כּדי אונטערצושטרײַכן דעם חילוק צווישן דער "אינטעראַטור" און די קאָנווענציאָנעלע פּאַפּירענע ביכער. דעם 27סטן אויגוסט האָט דער מחבר פֿון די שורות פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם "פֿאָרווערטס" אַן אַרטיקל וועגן וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו — אַ באַרימטער רוסישער קריסטלעכער פֿילאָסאָף און אוהבֿ־ישׂראל. זײַנע אידעען האָבן אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס בײַ אַ צאָל ייִדישע מיסטיקער. ווייניק מענטשן ווייסן אָבער וועגן דעם גרויסן איטאַליענישן רבֿ, פֿילאָסאָף און מקובל אליהו בן־אַמוזג (בענאַמאָזעג), וועלכער האָט אויסגעאַרבעט אַן אוניווערסאַלע פֿילאָסאָפֿיע, באַגרינדעט אויף קבלה, וועלכע האָט צוגעצויגן אַ צאָל קריסטלעכע "חסידים". אין אַ סך אַספּעקטן, איז ער געווען אַ ייִדישער "צווילינג" פֿון סאָלאָוויאָוון; אין זייערע געדאַנקען גייען זיי, אָפֿטמאָל, ממש טריט בײַ טריט; ביידע האָבן געלעבט אין דער זעלבער צײַט און ניפֿטר געוואָרן אינעם זעלבן יאָר. די קעשענעווער קהילה האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַ ריי אונטערנעמונגען, אין אָנדענק פֿונעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן ייִדישן רעליגיעזן און געזעלשאַפֿטלעכן טוער הרבֿ לייב־יהודה־משה צירעלסאָן. ער איז געווען דער הויפּט־רבֿ פֿון בעסאַראַביע פֿון 1918 ביז זײַן טראַגישן טויט אין 1941. הרבֿ צירעלסאָן איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל קאָזעלעץ, טשערניגאָווער געגנט, אין אַ פֿרומער משפּחה. ער האָט באַקומען אַן ערנסטע רעליגיעזע און וועלטלעכע דערציִונג. פֿרי אַרויסגעוויזן זײַן פֿעיִקייט צו לערנען און אַ סך דערגרייכט — שוין צו 19 יאָר האָט ער באַקומען די שטעלע פֿונעם הויפּט־רבֿ אין פּאָדאָליע. די ליטווישע מוסר־באַוועגונג, געשאַפֿן פֿון ר’ ישׂראל סאַלאַנטער, האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ נײַעס אויף דער ייִדישער גאַס. כאָטש ער אַליין האָט געהערט צו דער טראַדיציאָנעלער, פֿרומער וועלט, זעט מען קלאָר אין זײַנע טעאָריעס די מאָדערנע באַגריפֿן, וואָס האָבן זיך אײַנגעבירגערט. ער לאָזט זיך בעסער פֿאַרגלײַכן מיט ר׳ שמשון רפֿאל הירש און זײַנע מאָדערן־אָרטאָדאָקסן, צווישן וועמען סאַלאַנטער האָט סוף־כּל־סוף געוווינט, ווי מיט די מתנגדים און משׂכּילים, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט אין ליטע. מיט 500 יאָר צוריק, דעם צענטן טאָג אינעם חודש אָבֿ, איז אין פּאַדווע, איטאַליע, ניפֿטר געוואָרן הרבֿ דון יצחק אַברבנאל (אַבאַרבאַנעל אָדער אַבראַבאַנעל) — איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע דענקער און תּורה-מפֿרשים, אַ מענטש מיט אַ שטורמישער, אומגעוויינטלעכער און טרויעריקער ביאָגראַפֿיע. אַזוי ווי אַנדערע קלאַסישע ספֿרים-מחברים, ווערט ער אָנגערופֿן בײַם פֿאָלק פּשוט — "דער אַברבנאל". יצחק אַברבנאל איז געבוירן געוואָרן אין ליסאַבאָן, פּאָרטוגאַל, אין אַ באַקאַנטער ספֿרדישער משפּחה, |