פּערזענלעכקײטן
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דוד מאַזאָווער בעת אַן אינטערוויו בײַם "ייִדישן ביכער־צענטער"

די וואָך איז אויפֿגעטראָטן דייוויד (דוד) מאַזאָווער אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט מיט אַ רעפֿעראַט וועגן זײַן עלטער־זיידן שלום אַש.
דייוויד אַליין קומט פֿון ענגלאַנד, רעדט ענגליש מיט אַ בריטישן דיאַלעקט, און אין צווישן הערט מען פֿון אים אַ ייִדיש וואָרט, און צו מאָל — גאַנצע זאַצן און פּאַראַגראַפֿן. ער איז הויך, שלאַנק, מיט אַ קאָפּ שוואַרצע, קוטשעראַווע האָר, אָנגעטאָן אין אַן עלעגאַנטן צוגעשניטענעם אָנצוג און מאַכט באַלד אויפֿן עולם אַ גוטן אײַנדרוק.
זײַן אויפֿטריט איז געווען באַגלייט מיט בילדער און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון שלום אַשן, אין זײַן יוגנט ביז זײַן עלטער און פֿון דער אַש־משפּחה. מען האָט אויך געזען די עלעגאַנטע ווילעס וווּ אַש האָט געוווינט אין דער שווײַץ, אין לאָנדאָן, אין ניו־יאָרק און אין בת־ים, אין ישׂראל.
מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר צוריק, ווען איך האָב געלערנט ייִדיש אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט אין ענגלאַנד, האָב איך זיך באַקענט מיט דודן, בעת ער האָט געמאַכט אַן אויסשטעלונג וועגן ייִדישן טעאַטער אין לאָנדאָן. איך האָב דעמאָלט באַשריבן די אויסשטעלונג און געווען אַנטציקט פֿון שלום אַשס אוראייניקל. זעט אויס, אַז דער זעלביקער דייוויד־דוד פֿאַרנעמט זיך ערנסט מיט שלום אַשס ייִדישער און צו מאָל ענגלישער ירושה, ער פֿאָרט אַרום איבער דער וועלט און באַקענט דעם עולם מיט זײַן באַרימטן עלטער־זיידן.

פּערזענלעכקײטן
גבֿריאל פּרײַל בײַם ייִוואָ־בוך־יריד, מײַ 1983

נאָכן פֿאָרלייענען ווערן מיד

די ווערטער אין די ביכער,

זיי גאַרן אַ שטילקייט

אין שײַן פֿון בליִענדיקע קאַמינען,

אין אַ צימער וואָס פֿליסטערט

מיט זײַדענער אַנונג.

(פֿונעם ליד "לייענענדיק פֿון מײַן בוך")


איינער פֿון די צונעמען פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן/העברעיִשן פּאָעט גבֿריאל פּרײַל איז געווען, "דער מלך פֿון ניו־יאָרק"; ער האָט גוט געקענט די שטאָט, און בפֿרט, וווּ עס געפֿינען זיך די קאַפֿע־הײַזער. דאָרטן פֿלעגט ער זיך אָפֿט טרעפֿן מיטן ייִנגערן דור שרײַבער און "יוגנטרופֿניקס" אין די 1970ער און 1980ער יאָרן. זײַן חוש פֿאַר הומאָר האָט אים אויך באַליבט געמאַכט בײַ אונדז. נישט געקוקט אויף זײַן קינדיש, נאַיִוון אויסערלעכן כאַראַקטער, האָט ער מיט חכמה און וויסן געקענט אַרומרעדן די ייִדישע און וועלט־ליטעראַטור; נישט נאָר געקענט, נאָר געוואָלט שמועסן וועגן דעם.

לויטן "לעקסיקאָן", איז גבֿריאל פּרײַל געבוירן געוואָרן אין 1910. אָבער לויט אַן אַנדער מקור — אין אויגוסט, 1911. וועלן מיר די דאָזיקע דאַטע אָננעמען און בײַ דער געלעגנהייט פֿון 100 יאָר נאָך זײַן געבוירן ווערן, אים דערמאָנען. אין די 1980ער יאָרן האָב איך מיט אים געמאַכט אַן אינטערוויו אין זײַן בראָנקסער דירה; אַ וווינונג נישט סתּם אין בראָנקס, נאָר אין דרום־בראָנקס — דעמאָלט אַ "וועלט־באַרימטע" געפֿערלעכע געגנט, וווּ קוים אַ מנין ייִדן האָט נאָך דאָרט געוווינט. אין דער דירה זענען געווען צעוואָרפֿן זײַנע ביכער און פּאַפּירן — אַ כּלל, אַ בחורישער לעבן־שטייגער, און אַ בחור איז ער געבליבן ביז זײַן פּטירה אין 1993.

ווי אַזוי ער איז געוואָרן אַ ייִדישער פּאָעט צום סוף פֿון די 1930ער יאָרן האָט ער באַשריבן אַזוי:

פּערזענלעכקײטן
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אײַזיק זינגער

מײַן זיידע בנימין איז געווען אַן אַגענט פֿאַר דער "זינגער ניי־מאַשין־פֿירמע". ער האָט די מאַשינען פֿאַרקויפֿט אויף באָרג און מע האָט דאָס געלט אים געדאַרפֿט אויסצאָלן ראַטעסווײַז. פֿאַר אַזאַ איידעלער נשמה ווי מײַן זיידע, איז די אַרבעט נישט געווען אַזאַ צוגעפּאַסטע: קונים זענען אים געבליבן שולדיק געלט און די פֿירמע האָט אים געסטראַשעט, אָדער ער זאָל אַליין באַצאָלן פֿאַר דער מאַשין אָדער ער זאָל די ניי־מאַשין צוריקנעמען און לאָזן די משפּחה אָן פּרנסה. אַזוינע פּריקרע און טרויעריקע סיטואַציעס האָבן זיך נישט איין מאָל געטראָפֿן.

מע וואָלט זיכער געקענט אָנשרײַבן אַן עסיי וועגן דער "׳זינגער ניי־מאַשין׳ אין דער ייִדישער געשיכטע", אָדער אַפֿילו אין דער ייִדישער ליטעראַטור — אַזאַ גרויסע השפּעה האָט די טעכנאָלאָגיע געהאַט אין דער עקאָנאָמיע פֿון די ייִדן, נישט נאָר אין דער אַלטער היים, נאָר אויך אין דער "נײַער" היים, אַמעריקע. וואָס פֿאַר אַ ייִדישע משפּחה קען נישט דערציילן אַן אַנעקדאָט פֿון אַ "זינגער" ניי־מאַשין?

הײַנטיקס יאָר מערקט מען אָפּ צוויי דאַטעס אין שײַכות מיט אײַזיק זינגער און זײַן ניי־מאַשין: ער איז געבוירן געוואָרן אין פּיטסטאָן, ניו־יאָרק, דעם 27סטן אָקטאָבער, 1811; דאָס הייסט, פּונקט מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק; און אין 1851, מיט 160 יאָר צוריק, האָט ער אַנטוויקלט דעם ערשטן מוסטער פֿאַר זײַן פּאָפּולערער ניי־מאַשין.

פּערזענלעכקײטן
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

חיים וואָלף איז נישט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס אין ניו־יאָרק. פֿון צײַט צו צײַט טרעט ער אויף, שפּילט, גיט קאָנצערטן. דער בחור, אויב מ׳קען אַ מענטש אין די פֿופֿציקער נאָך אַלץ רופֿן בחור, איז הויך און שלאַנק, פֿאַרמאָגט אַ פֿײַן שטימעלע צום זינגען און איז גרייט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. אָבער דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. מיר פֿאַרמאָגן נאָר איין ייִדישן טעאַטער, און נישט איין מאָל שפּילט מען דאָרט "ייִדיש טעאַטער" אויף ענגליש. צווישן די טויזנטער מיט טויזנטער ייִדישע פּיעסעס און מיוזיקלס, איז דער אָפּקלײַב ניט אַלע מאָל אַ געלונגענער. לאָמיר האָפֿן מיטן נײַעם אײַנפֿלוס פֿון דער טאַלאַנטירטער רעזשיסאָרשע ברײַנע וואַסערמאַן, וועלכע האָט פֿאַרלאָזט דעם ייִדישן טעאַטער אין מאָנטרעאָל און אָנגענומען אַ שטעלע אין דער "פֿאָלקסבינע", וועט זיך נעמען דאָרט רוכעווען מיט עכט ייִדיש טעאַטער.

צוריק צו חיים וואָלפֿן, וועלכער האָט געגעבן זײַן קאָנצערט אין מיטן אָקטאָבער אין דער שיינער געבײַדע פֿון ייִוואָ, אין פּרעכטיקן זאַל וואָס זיי פֿאַרמאָגן. חיים איז ממש געוואַקסן אין זײַן אָפּקלײַב פֿון ייִדישן מאַטעריאַל. דער זאַל איז געווען געפּאַקט, אַלע אויסגעהונגערטע צו הערן אַ ייִדיש וואָרט אין דער וויכטיקסטער ייִדישער אינסטיטוציע, וווּ דער נײַער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר דזשאָנאַטאַן ברענט איז גרייט צוריקצוברענגען די ייִדישע פּאָזיציע אין ייִדישן לעבן.

צווישן די גרויע קעפּ איז אויך בײַגעווען אַ ייִנגערער דור. מיטגעהאַלטן זינגען גאַנצע קופּלעטן דעם זינגער מיט זײַן וווּנדערלעכן אַקאָמפּאַניסט הערב קאַפּלאַן. זיי זײַנען געווען באַקאַנט מיטן ייִדישן לידער־רעפּערטואַר און געהאַט גרויס הנאה פֿון חיימס אויפֿטריט.

פּערזענלעכקײטן, ייִדיש־וועלט
פֿון זיסי ווייצמאַן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גענאַדי אײַגי

אין יאָר 1958 איז עס געשען. אין איין באַן האָבן זיך געטרייסלט אויפֿן וועג פֿונעם ייִשובֿ פּערעדעלקינאָ, וווּ ס׳האָבן זיך געפֿונען די דאַטשעס פֿון די פּני פֿון דעם שרײַבער־פֿאַראיין, קיין מאָסקווע, דרײַ סטודענטן. זיי האָבן זיך געלערנט אינעם ליטעראַרישן אינסטיטוט, פֿאָרשטייער פֿון דער פֿיל־נאַציאָנאַלער סאָוועטישער ליטעראַטור — גאַלינאַ אַרבוזאָוואַ, אין דער צוקונפֿט אַ באַקאַנטע רוסישע קריטיקערין און קינאָ־דראַמאַטורגין, און די יונגע פּאָעטן פּאַרויִר סעוואַק און גענאַדי אײַגי. עמעצער פֿון זיי האָט אַרויסגעשלעפּט אַ בוך און אָנגעהויבן לייענען לידער אויף אַ קול. דאָס איז דווקא געווען פּרץ מאַרקישעס פּאָעמע "צו אַ ייִדישער טענצלערין", איבערגעזעצט אין רוסיש. דער אַרמענער סעוואַק, ווי אַן היציקער קאַווקאַזער יאַט, האָט באַלד אויסגעשאָסן, אַז מער קיין קרום וואָרט וועגן ייִדן, אַפֿילו אין אַ וויץ, וועט זײַן מויל נישט אַרויסברענגען. טאַקע דעמאָלט האָבן ביידע פּאָעטן, דער אַרמענער פּאַרויִר סעוואַק און דער טשוּוואַשער גענאַדי אײַגי באַשלאָסן איבערצוזעצן דאָס ווערק יעדער אויף זײַן שפּראַך. די איבערזעצונג פֿון סעוואַק האָט מען גאָר אין גיכן אָפּגעדרוקט; די אַרמענער, וואָס האָבן אַליין איבערגעלעבט זייער אייגענעם גענאָציד, האָבן גוט געוווּסט וואָס עס מיינט, אַ מאַסן־פֿאַרניכטונג.

פּערזענלעכקײטן, ייִדיש־וועלט

זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט כאַפּט אַרום בלויז איין יאָרצענדליק, ווען ער האָט געלעבט ניט אין קאַבינעט־שטילקייט, נאָר אין קאַזאַרמע, אין זאָטל, אין טראַנשייען, אָדער, בשעת ער איז פֿרײַ געווען פֿון מיליטער־דינסט, אונטערוועגנס, אין פֿאַרשיידענע שטעט און שטעטלעך. איבערגעלאָזט האָט ער אונדז עטלעכע און זעכציק קורצע לידער. דאָס בוך זײַנס איז, דאַכט זיך, דאָס סאַמע דינסטע צווישן אַלע "געזאַמלטע ווערק" אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

אין אָנהייב פֿון זײַן שעפֿערישן וועג (1908—1911) שרײַבט שוואַרצמאַן לירישע לידער, אין וועלכע עס קלינגט דאָס באַגײַסטערטע קול פֿון ערדיש פֿאַרליבטער יוגנט. פֿון דעם דיכטערס ביאָגראַפֿיע דערוויסן מיר זיך, אַז נאָך אין דער פֿריִער קינדהייט האָט אים געצויגן צו זיך די נאַטור. ער איז געבוירן דעם 18טן אָקטאָבער 1889 אין דעם דאָרף ווילניאַ, לעבן קאָראָסטישעוו (אוקראַיִנע). די קינדער־יאָרן האָט ער פֿאַרבראַכט אין אוקראַיִנישע וועלדער, וווּ זײַן טאַטע האָט געאַרבעט בײַ וואַלד־סוחרים. אויף שטויביקע דאָרפֿישע גאַסן, בײַ גרינע ברעגן פֿון דעם טײַך טעטערעוו און אין געדיכטע וואַלד־טיפֿענישן האָט אָשר באַנומען די שיינקייט פֿון דער נאַטור.

פּערזענלעכקײטן, געשיכטע
מישקאַ ציגאַנאָוו

מוזיק איז בעצם אינטערנאַציאָנאַל. הגם מע קאָן אָפֿט גרינג דערקענען ייִדישע, ציגײַנערישע, אירלענדישע, אַראַבישע, אינדישע און אַנדערע עטנישע פֿאָלק־מעלאָדיעס, מישן זיך פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע טראַדיציעס כּסדר צונויף; נײַע, חידושדיקע פֿאָרמען פֿון מוזיק ווערן געוויינטלעך געשאַפֿן דווקא דורכן קולטור־אויסטויש. למשל, די כּלי־זמר־מוזיק, וועלכע ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי "ריין־ייִדישע", איז אויפֿגעקומען ווי אַ סינטעז פֿון אַלט־ייִדישע, טערקישע, רומענישע, גריכישע און סלאַווישע לידער.

אַ נאָך מער בולטע סלאַווישע השפּעה הערט זיך אין די חסידישע ניגונים; אַ טייל פֿון זיי זענען אַלטע אוקראַיִנישע און ווײַסרוסישע פֿאָלקס־מעלאָדיעס, צו וועלכע די חסידים האָבן צוגעטראַכט אַן אייגענעם טעקסט אָדער זינגען זיי אָן ווערטער. אין געוויסע פֿאַלן זענען אַפֿילו די ווערטער סלאַווישע — און פֿאָרט, ווערט דער ניגון באַטראַכט ווי אַ הונדערט־פּראָצענט ייִדישער.

דער דאָזיקער פּראָצעס קומט פֿאָר נישט בלויז מיט די מוזיקאַלישע ווערק פֿון די אַנאָנימע פֿאָלקס־זינגער, נאָר צומאָל אויך מיט די לידער פֿון די באַקאַנטע מחברים. צום בײַשפּיל, האָט נעמי שמר, די באַקאַנטע ישׂראלדיקע פּאָעטעסע און קאָמפּאָזיטאָרין, וועלכע האָט געשאַפֿן דאָס באַרימטע העברעיִשע ליד "ירושלים של זהבֿ" ("די גאָלדענע ירושלים") דערקלערט, אַז זי האָט אויסגענוצט אַן אַלט באַסקיש וויגליד, וואָס הייסט ״Pelle Joxepe״ ("דער נאַרישער יוסף"), ווי אַ יסוד פֿון איר ווערק.

פּערזענלעכקײטן




מילאַן כערסאָנסקי איז אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט אינעם ייִדישן קולטור־לעבן פֿון ליטע, ווי אויך אויף דער ייִדישער גאַס איבער דער וועלט. לאַנגע יאָרן האָט ער אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער אין ווילנע, וואָס האָט מיט זײַנע טאַלאַנטירטע פֿאָרשטעלונגען געטראָגן דעם אויסגעבענקטן ייִדישן עולם אַ ייִדיש וואָרט און געזאַנג. זינט 1989 רעדאַגירט כערסאָנסקי די צײַטונג "ירושלים דליטא", וואָס פֿלעגט אַרויסגיין אויף פֿיר שפּראַכן: ייִדיש, ליטוויש, רוסיש און ענגליש, און זיך פֿאַרשפּרייטן אין צענדליקער לענדער. פֿון מערץ 2011 האָט די צײַטונג אויפֿגעהערט צו דערשײַנען. מילאַן כערסאָנסקי איז אַן אַקטיווער טוער אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער ייִדישער קהילה אין ליטע.

ווילנע, ליטע, דעם 12טן סעפּטעמבער 2011

חשובֿער חבֿר יונתן ברענט:
עס שרײַבט אײַך אַ לעבן־געבליבענער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, אַ בירגער פֿון דער אומאָפּהענגיקער ליטווישער רעפּובליק, און הײַנט אַן אײַנוווינער פֿון דער שטאָט, וווּ ייִוו״אָ, דער ערשטער און וויכטיקסטער אַקאַדעמישער אינסטיטוט פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור, קולטור און געשיכטע, איז געגרינדעט געוואָרן.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע אַכציק יאָר איז ייִוו״אָ אָנגעפֿירט געוואָרן פֿון די פּראָמינענטסטע אַקאַדעמיקער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, באַקאַנט סײַ פֿאַר זייער פֿאָרש־אַרבעט, סײַ פֿאַר זייער אויסערגעוויינטלעכער פֿעיִקייט צו אָרגאַניזאַציע־אַרבעט. זיי און זייערע נאָכגייער האָבן אויפֿגעהאַלטן דעם כּבֿוד און חשיבֿות פֿון ייִוו״אָ.

פּערזענלעכקײטן
פֿון מישע כאַזין (באָסטאָן)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָריס דרוצע לייענט קאַפּיטלעך פֿון זײַן בוך אין דער ייִדישער ביבליאָטעק
אויף איציק מאַנגערס נאָמען, קעשענעוו

באָריס דרוצע איז אַן אינטעליגענט אינעם ערשטן דור. געבוירן אין אַ דאָרף, אין אַ פּויערישער שטוב, טראָגט ער אין זיך אַ טאַלאַנט, וואָס ס’איז צו דעם צוגעפּאַסט דער ייִדישער זאָג "וואָס אין דער קאָרט". ער שפּילט אויף עטלעכע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן; ער איז אַ באַגאַבטער שרײַבער און איבערזעצער, קאָמפּאָזיטאָר, אַן אַדוואָקאַט און, אויב ס’איז אײַך ווייניק, איז ער אַ טאַטע פֿון צען קינדער.
ס’איז כּדאַי דאָ באַלד צוצוגעבן, אַז אין אַלע זשאַנערס פֿון זײַן צעצווײַגטער ליטעראַרישער און מוזיקאַלישער טעטיקייט, ווי אויך אין זײַן יורידישער אַרבעט פֿאַרנעמט אַ צענטראַל אָרט די טעמע — ייִדן — זינט די ערשטע סימנים פֿון אַ ייִדיש לעבן אין בעסאַראַביע ביזן הײַנטיקן טאָג. וועגן דעם זאָגט עדות זײַן בוך (752 זײַטן) אויף רומעניש וואָס הייסט "אונטערן מגן־דוד מיט גאָט". ווי אַ מאָטאָ צו זײַן בוך, האָט דרוצע גענומען די ווערטער, געהערט פֿון זײַן זיידע, אַ פּשוטער פּויער, וואָס האָט דערלעבט ביז 100 יאָר: "רײַך איז דאָס לאַנד, וואָס איז פֿעיִק צו באַשיצן אירע ייִדן". געווידמעט האָט דער מחבר די מאָנומענטאַלע אַרבעט — זײַנע קינדער.
אינעם אַרײַנפֿיר צום בוך שרײַבט דרוצע, אַז אָפֿט קומט אים אויס, שפּאַצירנדיק מיט זײַנע קינדער, דורכצוגיין לעבן דעם דענקמאָל לזכּרון די אומגעבראַכטע בעסאַראַבער ייִדן אויף דער ירושלימער־גאַס, און שטענדיק דערציילט ער זיי עפּעס אַ געשיכטע וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדן און די מאָלדאַוואַנער, וועגן דעם חורבן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וועגן זײַנע אייגענע פֿרײַנד פֿון ייִדישן אָפּשטאַם.

פּערזענלעכקײטן
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַריאל צימקינד מיטן ספּאָרט־בעכער, וועלכן ער האָט באַקומען, ווען זײַן דערצויגלינג גאָטשאַ ציציאַשווילי האָט געוווּנען דעם טיטל פֿון וועלט־טשעמפּיאָן צווישן דערוואַקסענע

אַ געוויסן פֿרימאָרגן, מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, האָב איך, פֿאַרטאָן אין שטוב־ענינים, געהערט דורכן ראַדיאָ "רק״ע" (רעקאַ) אַ ידיעה וועגן אַ נײַעם רעקאָרד פֿון יוגנטלעכע ספּאָרטלער פֿון רחובֿות אונטער דער אָנפֿירונג פֿון זייער טרענירער אַריאל (ליאָווע) צימקינד. איך אינטערעסיר זיך ווייניק מיט ספּאָרט און דאָס וואָלט מיר מסתּמא אין איין אויער אַרײַן און צווייטן אַרויס, ווען ניט די פֿאַמיליע צימקינד: וועגן דער משפּחה האָב איך שוין אַ סך געוווּסט פֿון זייער פֿאָטער, אונדזערן אַ חבֿר פֿון רחובֿותער ייִדיש־קלוב משה צימקינד, אַן אַרבעטער־מענטש און דערבײַ אַן אויטאָדידאַקט; צוו״אַנד, אַ קענער פֿון ייִדיש, וועלכער האָט אין אונדזער זאַמלבוך פֿון קלוב "וועגן זיך און וועגן אַנדערע" (ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, תּל־אָבֿיבֿ, 2008) געשריבן וועגן זײַנע פֿינף זין. וועגן דעם צווייטן פֿון זיי, אַריאל (ליאָווע), וואָס איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1956, האָט דער פֿאָטער געשריבן, אַז ער איז אין דער קינדהייט געווען אַ שוואַך נפֿשל, און ווען ער איז אָנגעקומען אין שול האָבן זיי, די עלטערן זײַנע אַפֿילו ניט געלייגט קיין אַכט אויף דעם, ער זאָל זיך גוט לערנען — אַבי ער זאָל זײַן געזונט! ווען דער ייִנגל איז געווען אין 6סטן קלאַס, דערציילט דער פֿאָטער, איז ער איין מאָל געקומען אַהיים און געזאָגט, אַז מען האָט אים פֿאַרשריבן אין אַ סעקציע פֿון רינג־קאַמף. די עלטערן האָבן זיך פֿאַרוווּנדערט, אָבער געוואַרט, וואָס וועט זײַן ווײַטער. ליאָווע האָט אָנגעהויבן קומען אַהיים אַ צעמזיקטער. דער פֿאָטער האָט געבעטן זײַן פֿרוי (אַ לערערין), זי זאָל גיין צונעמען דעם קליינעם פֿון דער סעקציע, כּל־זמן ער איז נאָך אַ גאַנצער. זי איז אַוועק, דערציילט דעם לערער פֿון גימנאַסטיק, ווי שווער זיי איז אָנגעקומען צו שטעלן דאָס קינד אויף די פֿיס, אָבער דער לערער האָט געענטפֿערט, אַז ליאָווע פֿאַרמאָגט אַלע געהעריקע פֿעיִקייטן צו ווערן אַ גוטער ספּאָרטסמען, און אויב זיי, די עלטערן, וועלן אים צונעמען פֿון דער סעקציע, וועלן זיי אים, ווי ער האָט זיך אויסגעדריקט, קוילען אָן אַ מעסער.

פּערזענלעכקײטן
דער פֿראַנצויזישער קאָמיקער און רעזשיסאָר, זשאָאַן ספֿאַר, נאָכן באַקומען די פּרעמיע פֿאַרן בעסטן ערשטן פֿילם, פֿאַר זײַן פֿילם "גיינסבורג", דעם 25סטן פֿעברואַר 2011

עס איז מיר אויסגעקומען עטלעכע מאָל, סײַ אין טעקסאַס, סײַ אין ניו־יאָרק און פֿילאַדעלפֿיע, זיך צו באַקענען מיט קאַריקאַטוריסטן, קינסטלער פֿון "קאָמיקס"; בפֿרט, פֿון די אַזוי־גערופֿענע "אונטערערדישע" קאָמיקס. אָפֿט מאָל געבן אַרויס די קינסטלער אַליין זייער ווערק ביז, אין אַ מזלדיקער שעה, זיי ווערן "אַנטדעקט". בדרך־כּלל, מײַדן אויס די קינסטלער אַן עפֿנטלעכע געזעלשאַפֿט, בלײַבן אַליין אין שטוב און האַלטן זיך באַזונדער, אָפּגעפֿרעמדט. דאָס צייכענען בילדער־שטרײַפֿן איז אַ ייִחידישע קונסט, להיפּוך, למשל, צו שאַפֿן פֿילמען, וווּ מע נייטיקט זיך אין אַ גאַנצער מאַנשאַפֿט פֿון מיטהעלפֿער און מבֿינים אין כּלערליי שײַכותדיקע קונסטן. דער פֿראַנצויזישער ייִד, זשאָאַן ספֿאַר, האָט, אָבער, באַוויזן צו ווערן סײַ אַ באַקאַנטער קאַריקאַטוריסט, און לעצטנס, סײַ אַן אָנערקענטער פֿילם־רעזשיסאָר.

די וואָך קומט פֿאָר די ניו־יאָרקער פּרעמיערע פֿון זשאָאַן ספֿאַרס ערשטן פֿילם "גאַנזבורג", וועגן דעם פֿראַנצויזיש־ייִדישן פּאָפּ־זינגער סערזש גאַנזבורג. איז דער רעזשיסאָר און סצענאַריסט, ספֿאַר געקומען אין שטאָט זיך צו טרעפֿן מיט דער אַמעריקאַנער פּרעסע צו רעדן וועגן זײַן פֿילם.

"גאַנזבורג" האָט מען שוין רעצענזירט און געלויבט אין אונדזער צײַטונג, ווען מע האָט אים אָנגעהויבן צו ווײַזן אין אייראָפּע און ענגלאַנד מיט אַ יאָר צוריק. דער גאַנצער טיטל פֿונעם פֿילם איז "גאַנזבורג: אַ העלדיש לעבן", און דער טיטל שפּיגלט אָפּ ספֿאַרס גרויס דרך־ארץ פֿאַרן זינגער. ספֿאַר דערציילט: "איך בין אַוועק פֿון דרום־פֿראַנקרײַך און געקומען קיין פּאַריז מיט איין ציל: זיך צו טרעפֿן מיט סערזש גאַנזבורג... אַ חודש נאָך דעם ווי איך בין אָנגעקומען קיין פּאַריז איז ער געשטאָרבן".

פּערזענלעכקײטן
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דזשעראַמי בן-עמי, דער גרינדער און דער פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע "דזשיי-סטריט"

דער גרינדער און דער פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע "דזשיי־סטריט", דזשעראַמי בן-עמי, האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַ בוך מיטן טיטל: "אַ נײַ קול פֿאַר ישׂראל: קעמפֿן פֿאַר דעם קיום פֿון דער ייִדישער נאַציע" A New Voice for Israel: Fighting for the Survival of the Jewish) (Nation. "דזשיי-סטריט" דעפֿינירט זיך ווי אַ פּראָ-שלום און פּראָ-ישׂראל אַמעריקאַנער שתּדלנות-אָרגאַניזאַציע (לאַבי), וואָס איז געגרינדעט געוואָרן מיט קנאַפּע דרײַ יאָר צוריק און האָט שוין דערגרייכט אַ ממשותדיקע צאָל שטיצערס (אַרום 180 טויזנט). דאָס בוך איז געשריבן אין דער ערשטער פּערזאָן און ס׳איז האַלב אויטאָביאָגראַפֿיש און האַלב וועגן דעם פּאָליטישן הינטערגרונט פֿון "דזשיי-סטריטס" גרינדונג.

אינעם ערשטן טייל ווערט דערציילט ווי זײַן זיידע האָט זיך צעבונטעוועט קעגן דער פֿרומער סבֿיבֿה פֿון חב״ד, וווּ דער אָרטיקער חב״ד־רבי האָט אים געזאָגט ניט אַוועקצופֿאָרן קיין ארץ-ישׂראל, ווײַל דער משיח איז נאָך ניט געקומען, און איז עולה געווען אין 1881 (אַ תּקופֿה, וואָס ווערט איצט גערעכנט ווי "די ערשטע עליה"). זײַן טאַטע "דער סאַברע" איז אַריבער פֿונעם סאָציאַליסטיש-ציוניסטישן לאַגער צו דעם רעכטן אצ״ל (די ראָשי-תּיבֿות פֿון: ארגון צבֿאי לאומי, אַ מיליטערישע נאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע) פֿון זשאַבאָטינסקין מיטן ציל צו ראַטעווען וואָס מער פֿון די גערודפֿטע ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט מלחמה. אויף זייערע באַמיִונגען אין יענער צײַט האָט די ציוניסטישע פֿירערשאַפֿט — אין באַשטאַנד פֿונעם לינקן ציוניסטישן לאַגער — געקוקט מיט אַ בייז אויג. און יצחק בן-עמי האָט דער מדינה און בן-גוריונען קיינמאָל ניט געקענט מוחל זײַן פֿאַרן דערטרינקן די שיף "אַלטאַלענאַ" (יצחק איז אַליין געווען אויף איר) און האָט באַשלאָסן זיך צו באַזעצן אין אַמעריקע, וווּ ער איז לכתּחילה געהאַט געפֿאָרן ווי אַ געלט-זאַמלער פֿאַרן אצ״ל. דער זון דזשעראַמי, וואָס איז שוין געבוירן געוואָרן אין דער אַפּער-וועסט-סײַד פֿון מאַנהעטן, האָט געגעבן אַ ספּעציעלן אינטערוויו דעם "פֿאָרווערטס" אין שײַכות מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן פֿון זײַן בוך: