- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די ריזיקע אינטערנעץ־ענציקלאָפּעדיע "וויקיפּעדיע" גייט אַרויס אויף כּל־מיני קליינטשיקע, האַלב טויטע, און גאַנץ טויטע שפּראַכן. ס׳איז טשיקאַווע צו זען, אַז מע שרײַבט נאָך אויף שאָטיש — אַ שוועסטער פֿון ענגליש, וואָס איז געווען די ליטעראַרישע שפּראַך פֿון שאָטלאַנד, איידער מע האָט אַרויפֿגעצוווּנגען דעם סטאַנדאַרט־ענגליש אין 17טן יאָרהונדערט; בײַעריש, אַ דרום־דײַטשער דיאַלעקט, וואָס מע זאָגט, אַז ער האָט אַ געוויסע קרובֿישאַפֿט צו ייִדיש — כאָטש איך האָב איין מאָל אין מינכן טאַקע געזען אַ טעאַטער־פֿאָרשטעלונג אויף בײַעריש און ס׳איז געווען פֿאַר מיר טרגום־לשון. עס איז דאָ אַ וויקיפּעדיע אויף אַלט־ענגליש, וואָס מע האָט גערעדט מיט טויזנט יאָר צוריק, ווי אויך אויף לאַטײַן, וואָס איז אונטערגעגאַנגען מיט דער רוימישער אימפּעריע. אויף דער הויפּטזײַט פֿון דער לאַטײַנישער Vicipaedia שטייט, אַז די באַנוצערס האָבן אַרײַנגעבראַכט איבער 70,000 אַרטיקלען, וואָס ס’איז מער ווי בײַ אַ סך מאָדערנע שפּראַכן, גערעדט פֿון מיליאָנען מענטשן, ווי: אַלבאַניש, לעטיש, בענגאַליש און נאָך אָן אַ שיעור. דערווײַל האָב איך קיינעם ניט געטראָפֿן, וואָס רעדט אַלט־ענגליש טאָג־טעגלעך, אָבער לאַטײַניש־רעדערס קען איך אַ היפּש ביסל, דערפֿאַר ווײַל איך האָב פֿאַרבראַכט איין זומער, אַזוי צו זאָגן, בײַם פּויפּסט אין דער היים. עפּעלס טיפּישער העלד איז אַ פּראָווינציעלער לא־יוצלח, וואָס באַמיט זיך אַרויפֿצואַרבעטן אין מאָסקווע, אָבער אַלע זײַנע אָנשטרענגונגען זײַנען, ליידער, אומזיסט. עפּעלס מעשׂיות האָבן ניט קיין גליקלעכע פֿאַרענדיקונגען, צומאָל האָבן זיי בכלל ניט קיין קלאָרן סוף און רײַסן זיך איבער אין דער מיט. ער לאָזט עס איבער פֿאַרן לייענער צו דערטראַכטן זיך, וואָס וועט געשען ווײַטער מיט די העלדן. דאָס וויכטיקסטע פֿאַר עפּעלן זײַנען די קליינע פּרטים פֿון לעבן און ניט די גרויסע געשעענישן. מיט איין פּרט קאָן ער צומאָל אויסדריקן דעם עצם פֿון דער גאַנצער היסטאָרישער תּקופֿה. אַזוי, למשל, באַשרײַבט ער ווי אין די 1960ער יאָרן האָט מען אַרײַנגעפֿירט גאַז אין אַ מאָסקווער פֿאָרשטאָט. פֿאַר אַלע תּושבֿים איז דאָס געווען אַ סימן פֿונעם נײַעם לעבן, פֿון דער שטאָטישער ציוויליזאַציע. און צום סאַמע סוף באַמערקט דער מחבר, ווי דרך־אַגבֿ׃ "אָפּגעזאָגט פֿונעם גאַז האָט זיך בלויז איין פּאָרפֿאָלק, שטילע ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן, וואָס פֿלעגן זיך אַרומשפּאַצירן יעדן טאָג האַנט אין האַנט. עס איז ניט קלאָר, פֿאַר וואָס. אָבער מסתּמא האָבן זיי געהאַט זייערע סיבות." עפּעל דערמאָנט ניט דעם חורבן מיט קיין וואָרט דאָ, אָבער ער איז מרמז אויף דער טראַגעדיע מיט אַ פּאָר קורצע און פּשוטע זאַצן. אַזאַ מזל האָט שוין געהאַט אָפּאַטאָשו — צו וווינען אין אַמעריקע, אָבער זײַן מער באַוווּסט און באַקומען מער כּבֿוד ערגעץ-וווּ. ס׳איז גענוג אַ קוק צו טאָן אויף די פֿאַרלעגער, וועלכע האָבן אַרויסגעגעבן זײַנע ייִדישע ביכער: ס׳רובֿ פֿון זיי טראָגן אויף זיך די נעמען פֿון שטעט אין פּוילן, ראַטנפֿאַרבאַנד און אַרגענטינע. מיט די איבערזעצונגען איז אויך אַזוי: דער ענגלישער נוסח פֿון זײַן קרוינווערק, "אין פּוילישע וועלדער" (1921), איז אַרויס אין יאָר 1938, דאָס הייסט, אין צען-פֿופֿנצן יאָר אַרום נאָך דעם ווי דער ראָמאַן איז שוין געווען צוטריטלעך דעם פּוילישן, רוסישן און אוקראַיִנישן לייענער. קיין חידוש ניט, אַז די אָפּאַטאָשו-קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרקומען אויך ניט אין אַמעריקע, נאָר דווקא אין דײַטשלאַנד, אין דער בײַערישער שטאָט רעגענסבורג. צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס די אָנטיילנעמער פֿון דער קאָנפֿערענץ וועלן פֿאָרן אין יענער שטאָט, ניט ווײַט פֿון מינכען, דאַרף מען אַרײַנקוקן אין דער געשיכטע פֿון דעם ווי אַזוי ס׳איז באַנײַט געוואָרן דער אינטערעס צו אָט דעם וויכטיקן ייִדישן מחבר. ווי אַזוי זשע האָט דער מענטש מיט אַ ייִדישן אָפּשטאַם געקאָנט דערגרייכן צו אַזאַ הויכער מדרגה סײַ פֿיגורעל און סײַ דירעקט גערעדט? דער מיליטערישער כּוח אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך געהאַלטן אויף דרײַ זײַלן: נוקלעאַר געווער, ראַקעטן־קאָסמישן פּאָטענציאַל און נוקלעאַרן אונטערוואַסער־פֿלאָט. די געשיכטע, ווי אַזוי עס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דאָס סאָוועטישע נוקלעאַר־געווער, איז הײַנט גוט באַקאַנט; די נעמען פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן זיך מיט דעם באַשעפֿטיקט האָט מען געקאָנט הערן נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען קיין סוד פֿון דעם ענין האָט מען נישט געמאַכט. גאָר אַן אַנדער זאַך — ראַקעטן־בויונג. אין 1945, נאָכן קראַך פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, זײַנען אַהין געשיקט געוואָרן אַ היפּשע צאָל גרופּעס פֿון סאָוועטישע טעכנישע געלערנטע, וואָס זייער צוועק איז געווען צו דעמאָנטירן פֿאַבריקן, וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוטן, לאַבאָראַטאָריעס און דאָס אַלץ אַריבערפֿירן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין איינער פֿון אַזעלכע גרופּעס איז געווען אויך באָריס טשערטאָק — אַן אינזשעניר פֿון אַ מאָסקווער אַוויאַ־אונטערנעמונג. אין אַן אָפֿיציר־אוניפֿאָרם פֿון אַ מאַיאָר האָט מען אים געשיקט אויסצוזוכן אין דײַטשלאַנד אויסשטאַטונגען, וואָס האָבן אַ שײַכות צו אַוויאַ־בויונג. נאָך צוויי חדשים אַרבעטן אין בערלין, איז ער, צוזאַמען מיטן פּראָפֿעסאָר הענריך אַבראַמאָוויטש, אויך אָנגעטאָן אין אַ מיליטערישן מונדיר, אָנגעקומען אין טורינגיע, פּונקט דעמאָלט, ווען דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט די געגנט איבערגעגעבן אין די הענט פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי, ווי אַן אויסטויש אויף די מערבֿ־ראַיאָנען פֿון בערלין. דער פֿילם באַווײַזט, אַ חוץ אַן אָנגייענדיקן אינטערוויו מיט וווּדי אַלען, אַ סך אינטערוויוען מיט אַקטיאָרן פֿון זײַנע פֿילמען, פֿילם-קריטיקער, מיט מיטאַרבעטער און קרובֿים. אַלע דערציילן מכּוח זייער באַקאַנטשאַפֿט מיט אים אָדער אַנאַליזירן זײַנע ווערק; אָבער דער פֿילם איז נישט געמאַכט אין קיין אַמעריקאַנער "קליפּ"־סטיל, וואָס וואָלט אַפֿילו אַזאַ אינטערעסאַנטע טעמע געקענט פֿאַרוואַנדלען אין אַ פֿלאַכע מאַכערײַקע. ער דויערט איבער דרײַ שעה, אַ פֿאַקט וואָס לאָזט דעם רעזשיסאָר זיך פֿאַרטיפֿן אין דער טעמע. ס׳איז קלאָר פֿונעם דאָקומענטאַר, אַז אַלען, ניט געקוקט אויף אַלע זײַנע דערגרייכונגען, איז געבליבן זייער באַשיידן; אַ נאַיִווער פּאַרשוין, וואָס פֿאַרשטייט נאָך אַלץ נישט די גאַנצע מהומה אַרום זיך. ער האַלט זיך אַליין נישט מער ווי אַן "אָקיי" פֿילם-מאַכער, וואָס האָט, צום גליק, פֿאַרווירקלעכט אַלע זײַנע חלומות: צו ווערן אַ קאָמעדיאַנט, צו מאַכן פֿילמען און צו שפּילן מוזיק (ווי באַוווּסט, שפּילט אַלען אויף קלאַרינעט). אַנטאָן רובינשטיין "איך זאָג אײַך ווי אַ פּראַוואָסלאַוונער צו אַ פּראַוואָסלאַוונעם: פֿאַרשעמט ניט די ייִדישע נאַציע!" יולי גוסמאַן
אין נאַראַיעוו איז אין יאָר 1885 געבוירן געוואָרן דער ייִדישער שרײַבער משה נאַדיר. אָבער דאָס איז געווען זײַן פּסעוודאָנים, וואָס צעלייגט זיך טאַקע אויף "נאַ דיר" (ווי, אַ שטייגער, אין "נאַ דיר אַ מתּנה"). נאַדירס אמתער נאָמען האָט געקלונגען גאָר אַנדערש: יצחק רײַז. איצט איז נאַדיר כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער אַ מאָל, איז ער געווען אַ גאַנץ וויכטיקע פֿיגור אין ייִדישן ליטעראַרישן לעבן פֿון אַמעריקע. אין 1929, ווען אַ צאָל באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער זײַנען אַוועק פֿון די קאָמוניסטן, איז נאַדיר פֿאַרבליבן אין דער ראָלע פֿונעם פֿירנדיקן ייִדישן קאָמוניסטישן מחבר. מיט די שרײַבער, וואָס זײַנען אַוועק, האָט ער זיך געזעגנט דורך זייער אַ בייז ליד (וועגן דעם "אַוועקגיין" גופֿא האָב איך געשריבן מיט אַ חודש צוריק — זען "אַ הײַנטיקער קוק אויף די געשעענישן פֿון 1929", געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" דעם 23סטן דעצעמבער שוין עטלעכע חדשים, אַז די שטימונג אין ניו־יאָרק אין דער קלעזמערישער ייִדישער מוזיק־סבֿיבֿה איז אַ געדריקטע צוליב דעם, וואָס חנה קופּער איז געלעגן קראַנק. ווען זי איז געשטאָרבן לעצטן זונטיק אין אָוונט, דעם 25סטן דעצעמבער, האָב איך זיך דערמאָנט אינעם אַלטן ווערטל "ניטל איז אַ בייזע לייד", וואָס פֿאַררופֿט זיך אויף די ייִדישע צרות וועלכע קומען פֿאָר אינעם טאָג פֿון דער חגא. פֿאַר דער ייִדישער קולטור־וועלט איז די צרה, דער קלאַפּ, געווען אַ גאָר שטאַרקער. חנה קופּער איז געבוירן געוואָרן אין אָקלאַנד, קאַליפֿאָרניע, אין 1946. זי האָט שטודירט אינעם "העברעיִשן אוניווערסיטעט" און אין שיקאַגער אוניווערסיטעט, און איז געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1975. דאָ האָט זי שטודירט דאָס ייִדישע קונסטליד מיטן לעגענדאַרן קאָמפּאָזיטאָר לאַזאַר ווײַנער, און אָנגעהויבן אויפֿצוטרעטן ווי אַ זינגערין אין אַלע ניו־יאָרקער ייִדישע קרײַזן. אין איר לעבן האָט זי געמאַכט אַ רושם אויף פֿאַרשיידענע וועגן, אָבער דער עיקר, ווי אַ זינגערין. געזאַנג איז געווען "אַ משפּחה־פֿעלער" בײַ איר: איר באָבע האָט שוין רעקאָרדירט ייִדישע פּלאַטעס און איר זיידע האָט געדינט ווי אַ בעל־תּפֿילה. איר מאַמע, באָני קופּער, וועלכע וווינט אין קאַליפֿאָרניע, האָט געהאַט אַ לאַנגע קאַריערע ווי אַ טעאַטער־זינגערין פֿון ייִדישע און העברעיִשע לידער. אויף דער לעצטער רעקאָרדירונג "Enchanted" (פֿאַרכּישופֿט), וואָס חנה האָט אַרויסגעלאָזט אין 2010, האָט זי אַרײַנגענומען אַלטע היים־רעקאָרדירונגען פֿון די פֿריִערדיקע דורות אין איר משפּחה, כּדי אַרויסצוהייבן די דאָזיקע מוזיקאַלישע קייט וואָס איז געווען פֿאַר איר אַזוי וויכטיק, און מיט וועלכער זי האָט שטאָלצירט. נאָך אַ רינג אין דער קייט איז איר טאָכטער, שׂרה־מינע גאָרדאָן, וועלכע זינגט ייִדישע לידער אין אַ ראָק־און־ראָל סטיל אין דער גרופּע "ייִדישע פּרינצעסין". די טעג איז אַוועק אין איר אייביקער רו די גלענצנדיקע קינסטלערין צירל וואַלעצקי. זי איז געווען אַ מאָלערין, העכסט באַגאַבט אין פּאַפּירשניט–קונסט און אַ מײַסטערין אין קאַריקאַטור־קונסט. איך האָב זי גערופֿן צירל און זי מיך מירל. און אַזוי ווי זי איז געווען מײַן שכנטע אין דער בראָנקס האָבן מיר אַ סך יאָרן אָנגעהאַלטן אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט, געאַרבעט צוזאַמען קודם אויף אַ סעריע ביכעלעך פֿאַרן ייִדישן שולוועזן וואָס דער קולטור־קאָנגרעס האָט אַרויסגעגעבן, דערנאָך אויף אַ סעריע קאַריקאַטורן וואָס וואַרטן נאָך אויף אַן אַרויסגעבער און ס׳רעשט האָט שוין געהערט צו די קולינאַרע אַפּעטיטן. ביידע האָבן מיר ליב געהאַט גאַלע, פּעטשאַ, פֿוסנאָגע און איך האָב נישט אַנטוישט, האָט איר שוין באַדאַרפֿט זען ווי מיר האָבן זיך פּאָסמאַקעוועט מיט דעם מאכל. ציפּ איז דווקא געווען אַ וועגעטאַריערין, זי האָט געגעסן ס׳רובֿ רויע גרינס, פֿרוכטן, אָבער פֿון דער פעטשאַ האָט זי זיך קיין מאָל נישט אָפּגעזאָגט, זי האָט געטענהט אַז ס׳איז גוט פֿאַר די ביינער. מיר האָבן אָפֿט גערעדט וועגן דער לאַגע פֿון ייִדיש, זי פֿלעגט שעפּן נחת ווען איך האָב איר דערציילט וועגן מײַנע פֿולע קלאַסן אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט און איך פֿלעג שעפּן נחת פֿון אירס אַ נײַעם אײַנפֿאַל אין דער מאָלערײַ. אונדזער שטענדיקער מחבר עקיבֿא פֿישבין איז געוואָרן 95 יאָר יונג. די "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע האָט ערשט לעצטנס אָפּגעדרוקט זײַן פּרעכטיקן אַרטיקל וועגן דעם קאָמפּאָזיטאָר זשאָרזש ביזע. מיר דערוואַרטן פֿון אים נײַע עסייען, וואָס זײַנען שטענדיק באַלערנדיק און אויף אַ הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ. נעמט אָפּ אונדזערע האַרציקע חבֿרישע באַגריסונגען און וווּנטשן. מיט אַ 15 יאָר צוריק האָב איך אין ירושלים דורכגעפֿירט אַן אָוונט, געווידמעט דעם ייִדישן שרײַבער אירמע דרוקער, וועלכן מע פֿלעגט אין די ייִדיש־קרײַזן רופֿן "דער ייִדישער ראָמען ראָלאַן". דרוקער האָט גלענצנדיק געקענט די ייִדישע און וועלט־מוזיק, אַליין גוט געזונגען און געווען אַ גרויסער מבֿין אויף חזנות. נאָר אַזאַ מומחה ווי ער האָט געקאָנט אָנשרײַבן דאָס פּרעכטיק־קינסטלערישע ווערק — "קלעזמערס". ווען דער אָוונט האָט זיך פֿאַרענדיקט, איז צו מיר צוגעגאַנגען אַ מענטש מיט אַ שטעל פֿונעם פֿראַנצויזישן אַקטיאָר און זינגער איוו מאָנטאַן. דאָס איז געווען עקיבֿא פֿישבין, אַ ייִדישער זשורנאַליסט און קונסט־פֿאָרשער. גאָר גיך האָבן מיר ביידע דערפֿילט — מיר זײַנען מענטשן פֿון איין שניט. איך פּערזענלעך האָב אויך פֿאַרשטאַנען, אַז פֿישבין — אַ זעלטענע פּערזענלעכקייט, פֿול מיט וויסן אין געביט פֿון מוזיק און קונסט — איז בפֿירוש דער מענטש, וואָס איך קאָן בײַ אים אַ סך לערנען. טאַקע דעמאָלט האָט ער מיר געשענקט זײַן עסיי־בוך "אין די טריט פֿון קינסטלער". דאָנערשטיק, דעם 8טן דעצעמבער, איז אַוועק אין דער אייביקייט, אין עלטער פֿון 90 יאָר, צירל "ציפּ" וואַצלעצקי; אַ נאָוואַטאָרישע קינסטלערין וואָס האָט אין גאַנצן איבערגעמאַכט און אויפֿגעלעבט די קונסט פֿון ייִדישער פּאַפּירשניטערײַ. אירע צייכענונגען, בילדער און פּאַפּירשניטן האָט מען געזען אין אַ גרויסער צאָל ייִדישע קינדערביכער, קינדער־זשורנאַלן און אויף די הילעס פֿון די ביכער פֿון ייִדישע שרײַבער. אַזוי פֿאַרשפּרייט איז געווען איר קונסט, אַז ס׳רובֿ מענטשן האָבן זיך נישט געכאַפּט, אַז דאָס איז איר קונסט אויף די פּאָפּולערע געזאַנגביכער פֿון די מלאָטעקס, אָדער אין די פֿאַרשפּרייטע לערנביכער פֿון "אַרבעטער-רינג" ווי "ייִדישע קינדער", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין עטלעכע אויפֿלאַגעס. צירל וואַלעצקי איז אויפֿגעוואַקסן אין דער סבֿיבֿה פֿונעם "שלום-עליכם-פֿאָלק-אינסטיטוט", איינע פֿון די ייִדישע וועלטלעכע פֿאָלקשול־נעצן, וואָס זענען געגרינדעט געוואָרן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. כאָטש אַלע פֿאָלקשולן זענען געווען פּאָליטיש "ראַדיקאַל", דערנאָך "פּראָגרעסיוו", האָבן די שולן פֿונעם "שלום-עליכם-פֿאָלק-אינסטיטוט" געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור, און ווייניקער אַרויסגעהויבן די פּאָליטיק. וואַלעצקי איז קודם געווען אַ תּלמידה אין די פֿאָלקשולן, דערנאָך זיך געלערנט אין דער מיטלשול פֿונעם "אינסטיטוט", און ווײַטער זיך געלערנט אין די העכערע קורסן. אין די 1930ער יאָרן האָט זי זיך באַטייליקט אין דער "שלום-עליכם-יוגנט-געזעלשאַפֿט", אַ קלוב, וואָס האָט אַרויסגעגעבן שריפֿטן און געשאַפֿן אַ יונגע ייִדישיסטישע סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק. געזאָגט: — איך וועל ניט שטאַרבן, — צווישן קיריל־אַלפֿאַבעט, צווישן לאָנקעס פֿרעמדע ניט ליגן, אַ דורכגעזאַפּטער מיט ריחות פֿון שאָף, פֿון ברינדזע מיט מאַמעליגע, און קינדערשפּילן צווישן בלאָטיקע פֿאַרבן...1) די סטראָפֿע פֿון דעם ליד "שושלת", ("דינאַסטיע"), וואָס ס’האָט אָנגעשריבן אויף עבֿרית אַ ישׂראלדיקער פּאָעט, אַ געבוירענער אין 1943 אין דער פֿראַנצויזישער טולוז. ער איז אויסגעוואַקסן און דערצויגן געוואָרן אין ישׂראל, וווינט ניט ווײַט פֿון מיר — אין חולון, און הייסן הייסט ער יוסי. זײַן פֿאַמיליע איז... אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ירושלימער העברעיִשן אוניווערסיטעט, וווּ איך האָב געאַרבעט, האָט מען געוווּסט, אַז כ’זאַמל מאַטעריאַלן וועגן באַוווּסטע, און אין בעסאַראַביע געבוירענע, ייִדן. אָשר, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דעם אָפּטייל, וווּ מע גיט אַרויס ביכער פֿאַר די לייענער, האָט מיך אין אַ געוויסן טאָג געפֿרעגט, צי איך ווייס וועגן דעם פּאָעט יעקבֿ פֿיכמאַן, וואָס שטאַמט פֿון בעסאַראַביע? — געוויס, אַז איך ווייס! — זאָג איך אים. — ניין, ניט דער העברעיִשער דיכטער פֿון בעלץ, נאָר אַן אַרגענטינער, וואָס האָט געשריבן אין שפּאַניש און אַ פּאָר גוטע צענדליק יאָרן געהיילט זיך אין אַ משוגעים־הויז. — נו אויב אַזוי — ענטפֿער איך — איז ער זיכער פֿון אוריִעוו (אוריִעווע, אָרכיי). אָשר מאַכט גרויסע אויגן: — פֿון וואַנען ווייסטו? — דאָ האָב איך זיך שוין צעלאַכט און דערציילט דעם באַוווּסטן אין אונדזערע מקומות וויץ: ס’טרעפֿן זיך צוויי בעסאַראַבער ייִדן און איינער פֿרעגט דעם אַנדערן: איר זענט אַן אוריִעווער? ענטפֿערט אים דער צווייטער ייִד: "איר זענט אַליין אַ משוגענער". |