- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נאָך דעם אַרטיקל פֿון מכדכי דוניץ וועגן דער פּטירה פֿון דער אונטערערדישער העלדין בראָניע קליבאַנסקי ("פֿאָרווערטס", אַפּריל 29 — מײַ 5, ז׳ 7), האָבן מיר באַקומען אַ טעלעפֿאָן־קלונג פֿון אַ לייענערין, ברײַנע שובאַק, מער באַקאַנט ווי "בובאַ" צו אירע פֿרײַנד און משפּחה, וועלכע וווינט הײַנט אין ברוקלין. "ווי קען איך באַקומען די שריפֿטן פֿון בראָניע קליבאַנסקי", האָט זי אַ פֿרעג געטאָן. "איך געדענק זי פֿון דער ביאַליסטאָקער געטאָ און איך האָב נישט געוווּסט, אַז זי האָט איבערגעלעבט די מלחמה. איך בין שוין געווען אין ישׂראל עטלעכע מאָל, און מײַנע ביאַליסטאָקער לאַנדסלײַט האָבן מיר קיין מאָל נישט דערציילט, אַז זי געפֿינט זיך אין ישׂראל". ברײַנע שובאַקס׳ (געבוירן ברײַנע דראַנזין) אייגענע געשיכטע בעתן חורבן איז נישט ווייניקער פֿאַרכאַפּנדיק. זי איז אויפֿגעוואַקסן אין ביאַליסטאָק אין אַ משפּחה פֿון שמידן. איר טאַטע איז יונג געשטאָרבן, אָבער פֿיר עלטערע ברידער האָבן ווײַטער געאַרבעט ווי שמידן אין דער שטאָט. די דײַטשן האָבן אָקופּירט די שטאָט אין יוני 1941 און תּיכּף אַרעסטירט גרופּעס ייִדן און זיי דערשאָסן. אירע ברידער זענען געווען צווישן די קרבנות פֿון דער אַקציע, וואָס איז געשען אין אַ זונטיק, האָט מען די קרבנות גערופֿן "די זונטיקדיקע". ברײַנע האָט געוווינט אין געטאָ מיט די טאַטע־מאַמע, אַן עלטערער שוועסטער און איר קליין קינד. צום 13טן יאָרצײַט פֿון מרדכי שטריגלער, דער זעקסטער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" בריוו פֿון ייִדישע שרײַבער זײַנען שטענדיק אַ שליסל צו זייער לעבן און שאַפֿן. צום 13טן יאָרצײַט פֿון מרדכי שטריגלער (1918—1998), דער שרײַבער, פּובליציסט און לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" (1987—1998), ווילט זיך ברענגען פֿאַר די לייענער אַ ביסל אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם וואָס עס טוט זיך אין דער ייִדיש־קאַטעדרע אין ירושלים אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג אין פֿאַרבינדונג מיטן חורבן. מרדכי שטריגלער איז בערך אין עלטער פֿון 11 יאָר אַרויסגעיאָגט געוואָרן פֿון דער מוסר־ישיבֿה אין זאַמאָשטש, ווײַל מען האָט אים געכאַפּט בײַם לייענען ה. לייוויקס אַ בוך לידער, וואָס איז געלעגן אונטער דער גמרא. גלײַך נאָך זײַן באַפֿרײַונג פֿון בוכנוואַלד, דעם 11טן אַפּריל 1945, נאָכן איבערלעבן 12 דײַטשע לאַגערן, האָט שטריגלער געזוכט אַ וועג אָנצוקניפּן אַ פֿאַרבינדונג מיט ה. לייוויקן אין ניו־יאָרק. אין דעם בריוו צום "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד", וואָס מיר ברענגען ווײַטער, קומט דאָס בולט צום אויסדרוק. פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך אַנטוויקלט אַ בריוו־אויסטויש צווישן דעם 26־יעריקן שרײַבער און דעם באַרימטן ייִדישן פּאָעט פֿון ניו־יאָרק. די עדיציע פֿון אָט דעם בריוו־אויסטויש נעמט אַרום אַ קײַמא־לן פֿון 76 בריוו, וועלכע זענען דעשיפֿרירט געוואָרן מיט דער הילף פֿון קערי פֿרידמאַן־כּהן, דירעקט פֿון די כּתבֿ־ידן. מיט אַ יאָר פֿופֿצן, צי אַפֿילו מער, צוריק האָב איך פּלוצעם דערהאַלטן אַ בריוו פֿון אַן עלטערן ייִדישן שרײַבער. איך האָב דעמאָלט געוווינט אין אָקספֿאָרד, און דאָס בריוול איז אָנגעקומען פֿון ניו-יאָרק. די רייד איז אין אים געגאַנגען וועגן דעם ייִדישן פּען-קלוב — דעמאָלט האָב איך זיך, אַ פּנים, צום ערשטן דערוווּסט וועגן זײַן עקזיסטענץ. צו יענער צײַט האָב איך שוין זיכער געוווּסט וועגן דעם אינטערנאַציאָנאַלן פּען-קלוב גופֿא, ווײַל רוסישע צײַטונגען האָבן אין די "פּערעסטרויקע"-יאָרן געשריבן וועגן דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, בפֿרט וועגן דעם פֿאַקט, וואָס סאָוועטישע מחברים האָבן באַקומען צו איר אַ צוטריט אין 1989. אַגבֿ, פֿאַרן פֿאָרזיצער פֿון דער סאָוועטישער בראַנזשע האָט מען אויסגעוויילט דעם שרײַבער אַנאַטאָלי ריבאַקאָוו, וואָס איז באַקאַנט געוואָרן אַ דאַנק עטלעכע ראָמאַנען, אַרײַנגערעכנט דעם חורבן-ראָמאַן "שווערער זאַמד". אָבער — צוריק צום בריוו. דער ניו-יאָרקער שרײַבער האָט מיר דערציילט, אַז די ייִדישע פּען-מענטשן זײַנען צו יענער צײַט שוין אַלט געוואָרן און האָבן שוועריקייטן מיט אונטערהאַלטן דעם ייִדישן פּען-קלוב ווי אַ פֿונקציאָנירנדיקע אָרגאַניזאַציע. באַזונדערס שווער איז געווען צו באַטייליקן זיך אין די רעגולערע צונויפֿקומענישן פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן קלוב. האָט ער בײַ מיר געפֿרעגט צי איך וואָלט געווען אַ בעלן זיך צו באַשעפֿטיקן מיט דעם קלוב און אים פֿאָרצושטעלן בעת די צוזאַמענפֿאָרן. לעצטנס איז אַוועק אין דער אייביקייט דער באַרימטער האָליוווּדער רעזשיסאָר סידני לומעט. ער האָט זיך דאָראָבעט צו אַ גלענצנדיקער קאַריערע צוליב זײַן העכסט אָנערקענטן טאַלאַנט בײַם רעזשיסירן די באַרימטסטע פֿילמען וואָס זײַנען אַרויס פֿון דער פֿילם־בראַנזשע וואָס רופֿט זיך "האָליוווּד." דאָס עפּעלע פֿאַלט דאָך נישט ווײַט פֿון ביימעלע. איז זײַן טאַטע, ברוך לומעט, געווען אַ ייִדישער אַקטיאָר אין פֿילאַדעלפֿיע, ווײַל ניו־יאָרק האָט אים נישט געוואָלט אָנערקענען. דער עיקר, די "היברו אַקטאָרס־יוניאָן," וווּ די אָפּשאַצער זײַנען געווען נישט קיין אַנדערע ווי די אַמאָליקע ייִדישע אַקטריסעס און אַקטיאָרן, זינגער, קאָמיקער, פֿאַרווײַלער און סתּם נאָכשלעפּער. זיי האָבן געהיט זייערע פּאָזיציעס ווי אַן אויג אין קאָפּ און נישט צוגעלאָזט קיין יונגע טאַלאַנטן צום וואָרט. פֿלעגט די יוניאָן שיקן די נײַע כּוחות אין די פּראָווינצן, און אַז עס איז די יונגע, נישט־אָנערקענטע שוישפּילער געלונגען, זײַנען זיי, סוף־כּל־סוף, צוגעקומען צום טעלערל פֿון הימל. אַזוי איז געווען מיט פּאָל מיוני (מוני ווײַסנפֿרוינד). ער האָט זיך שפּעטער געמאַכט אַ רענאָמע אין האָליוווּד און געמאַכט אַ ריזיקע פֿילם־קאַריערע; יוסף בולאָוו, וועלכער האָט פֿאַרכּישופֿט בראָדוויי מיט זײַן שפּילן און אַ סך אַנדערע. ס׳איז נישט געווען לײַכט אָנערקענט צו ווערן. "ווען איך, טײַערע בעלאַ, וואָלט געשריבן בריוו ווי אַן אמתער שרײַבער — וואָלט איך זיי בעסער געמאָלן. פֿאַר ווערטער שעם איך זיך. מע דאַרף זיי שטענדיק אויסבעסערן. אָבער מיר ווילט זיך דיר שרײַבן, כּדי דו זאָלסט מיר ענטפֿערן און שרײַבן וועגן אַלץ, וועגן אַלץ". בריוו פֿון מאַרק שאַגאַל צו בעלאַ שאַגאַל, ציטירט אינעם באַנד "די ערשטע באַגעגעניש". די ייִדישע אַקטריסע, זינגערין און דראַמאַטורגין פֿון טאָראָנטאָ, טערעזע טובֿה, האָט די וואָך פֿאָרגעשטעלט איר פּיעסע אויף ענגליש ״Bella: The Color of Love״ וועגן דעם לעבן פֿון בעלאַ שאַגאַל, אַ ייִדישע שרײַבערין און מאַרק שאַגאַלס ערשטע פֿרוי. די איין־פּערזאָניקע דראַמע איז געווען אַ טייל פֿונעם "פֿילאַדעלפֿיער אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון קונסט", און האָט צוגעצויגן אַ גרויסן עולם יעדן אָוונט. דורך מאָנאָלאָג, מוזיק און פּראָיעקטירטע שאַגאַל־בילדער אויף דער וואַנט, האָט טובֿה במשך פֿון צוויי שעה איבערגעגעבן סײַ די ליבע, סײַ די קאָנפֿליקטן צווישן בעלאַ און מאַרק. די שטורמישע געשעענישן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, די רוסישע רעוואָלוציע און די צווייטע וועלט־מלחמה האָבן נישט לײַכט געמאַכט זייער צוזאַמענלעבן, אַזוי אויך אַן אָנגעשטרענגטס. מיר פֿײַערן איצט אַרקאַדי יאַגודאַיעווס 75סטן יוביליי און לייגן פֿאָר אונדזערע לייענער זײַן רעפּאָרטאַזש, געווידמעט זײַנע קאָלעגן, די מענטשן, וואָס זעען די וועלט דורך אַ "דריט אויג" מע זאָגט, אַז אַ גוטער פֿײַערלעשער קומט צו דער שׂרפֿה מיט אַ האַלבער שעה פֿריִער, איידער דאָס פֿײַער ברעכט אויס. נו, און אַ גוטער פֿאָטאָ־רעפּאָרטער? מאַטיאַס רוס — דער פֿליִער־אַמאַטאָר פֿון האַמבורג, וואָס האָט געגנבֿעט די סאָוועטישע גרענעץ אויף זײַן ספּאָרטיוון עראָפּלאַן און געלאַנדט אין מאָסקווע, אַקוראַט אויפֿן רויטן פּלאַץ, — איז נאָך געהאַט געפֿלויגן איבער פֿינלאַנד, ווען אַרקאַדי יאַגודאַיעוו, מיט זײַן שוואַכן פֿאָטאָ־אַפּאַראַטל "זעניט" האָט שוין ווי אַרויסגעקוקט אויף אים, דרייענדיק זיך לעבן דעם קלויסטער פֿון "וואַסילי בלאַזשעני". אין אַ צײַטונג־מאַטעריאַל וועגן די גרויליקע יאָרן פֿון ייִדישער פֿאַרניכטונג, פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס", האָב איך געשריבן: "...גאָר באַזונדער דאַרף אונטערגעשטראָכן ווערן, אַז אין ליכט פֿון אונדזערע הײַנטיקע טעג פֿאַרנעמט צווישן אַזוינע מחברים ווי אַבֿרהם סוצקעווער, הערש סמאָליאַר, הירש דאָבין, און מאיר יעלין אַ ביז גאָר חשובֿ אָרט מאַשע ראָלניק (ראָלניקײַטע)". איר צושטײַער אין אונדזער חורבן־ליטעראַטור איז נישט צום איבערשאַצן. ס’איז ווי זי וואָלט געגעבן אַ שבֿועה, ווי אומדערטרעגלעך שווער און פּײַנלעך דאָס זאָל ניט זײַן, נאָר ביז דעם לעצטן אָטעם נישט אַרויסלאָזן די פּען פֿון האַנט און אָן אויפֿהער, מיט באַוווּסטזיניק אונטערגעשטראָכענער ייִדישקייט, דערציילן וועגן די אומגעבראַכטע קדושים; דערציילן טיף־יחידיש, מיט פּראָסט־האַרציקע וואָכעדיקע רייד, מיטן שטילן ווייגעשריי, וואָס זאָל זיך לאָזן ווײַט הערן. איר ווייגעשריי דערגייט צום לייענער נאָר דערפֿאַר, ווײַל אַליין איז זי אַרײַנגעפֿאַלן אונטערן נאַצישן חלף, ווען איר האָט באַדאַרפֿט ערשט ווערן פֿערצן יאָר און דאָס וואָס איר איז אויסגעקומען אויסצושטיין האָט זיך פֿאַראַנקערט ביז הײַנט אין איר זכּרון. זי איז אין פֿולן זין פֿון וואָרט אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון דעם זכר. די וואָך ווערט 50 יאָר זינט דער פֿאַנטאַסטישער דאַטע — דעם 12טן אַפּריל 1961, — ווען דער ערשטער מענטש אין דער וועלט, יורי גאַגאַרין, איז געפֿלויגן פֿון דער ערד אין קאָסמאָס אַרײַן. מיר, די לעבעדיקע עדות פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער געשעעניש, געדענקען פּרטימדיק אַלץ, וואָס דאַן איז פֿאָרגעקומען: דעם אומקער פֿון יורי גאַגאַרין אויף דער ערד, זײַן אָנקום אין מאָסקווע, זײַן באַגעגעניש מיט דער משפּחה, זײַן אויפֿשטײַגן צוזאַמען מיט כרושטשאָוון און אַנדערע אָנפֿירער פֿון לאַנד אויף וו. לענינס מאַווזאָליי, און גאַגאַרינס רויִקע ווערטער, געווענדט צום ריזיקן עולם, וואָס האָט זיך פֿאַרזאַמלט אויפֿן רויטן פּלאַץ. מיר געדענקען אויך די ווײַטערדיקע עטאַפּן פֿון דער קאָסמאָס־געשיכטע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין דער וועלט. און דערין אויך דעם פּלוצעמדיקן, אומדערוואַרטן, טראַגישן צופֿאַל, ווען גאַגאַרין איז, נאָכן אויספֿאָרן אַ האַלבע וועלט און דורכמאַכן באַגעגענישן מיט אָן אַ שיעור מענטשן, מיט אַ מאָל, בײַ זיך אין לאַנד אומגעקומען אין אַן אַוויאַ־קאַטאַסטראָפֿע. דאָס איז געווען ניט צו באַגרײַפֿן... (אַן אויסצוג פֿון דעם ערשטן ביאָגראַפֿישן בוך וועגן מישע אַלכּסנדראָוויטש) אין די ערשטע יאָרן פֿון זײַן לעבן אין ישׂראל נאָך דער עליה, האָבן די זשורנאַליסטן, גיריק צו אַ פּאָליטישער סענסאַציע, זיך ממש אײַנגעקלאַמערט אין אַלכּסנדראָוויטשן ער זאָל זיי פּרטימדיק דערציילן וועגן זײַן "דיסידענטישער אַקטיווקייט", דאָס הייסט, ווי ער האָט געפֿירט זײַן העלדישן קאַמף קעגן דער קאָמוניסטישער מאַכט. אַלכּסנדראָוויטש, וואָס האָט פֿײַנט געהאַט די אַלע אויפֿגעבלאָזענע מעשׂיות אַרום זײַן פּערזאָן, האָט זיי געענטפֿערט מיט אַ וויץ וועגן אַ שיף, וואָס איז געטראָפֿן אין אַ שטורעם. מיט אַ כוואַליע איז אָפּגעווישט געוואָרן פֿון דער דעק אַ פֿרוי און קיינער פֿון די פּאַסאַזשירן און מאַטראָסן האָט נישט געוואַגט זיך צו וואַרפֿן אין ים אַרײַן צו ראַטעווען די פֿרוי. און פּלוצעם איז איינער אַ מאַנספּאַרשוין אַראָפּגעשפּרונגען אין וואַסער. די פֿרוי, וואָס אַלע האָבן שוין געהאַלטן, אַז ס׳איז געקומען איר סוף, האָט זיך אָנגעכאַפּט אינעם דרייסטן רעטער. עמעצער האָט זיי אַראָפּגעוואָרפֿן אַ ראַטיר־רינג, און ווען מ׳האָט זיי סוף־כּל־סוף אַרויפֿגעשלעפּט אויף דער שיף, האָבן אַלע דערזען, ווער דער דאָזיקער מאַנספּאַרשוין איז. און געווען איז עס אַ דאַרער, אַ קליינטשיקער ייִד, ווײַט נישט קיין גיבור; אַ פֿאַרפֿרוירענער האָט ער געציטערט און זיך אומגעקוקט, זוכנדיק עמעצן מיט די אויגן. רעננה, אין מדינת־ישׂראל, איז אַ שטאָט פֿון אַ מיטלמעסיקער גרייס; און דאָך איז פֿאַראַן דאָרט אַ סימפֿאָנישער אָרקעסטער. אין די לעצטע וואָכן איז דער רעננה־אָרקעסטער געוואָרן אײַנגעלאַדן צו געבן אַ קאָנצערט פֿאַרן עולם פֿון אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. דער־אָ קאָנצערט איז מצד דער אייראָפּעיִשער איינהייט אַ זשעסט — אייראָפּע טוט זיך פֿאַרנייגן פֿאַר אַלמאַ ראָזע, דער גרויסער ייִדישער פֿידלערין און דיריגענטין וואָס איז אַוועק פֿון דער וועלט אין אוישוויץ. די שליחות צו באַערן דאָס קינסטלערישע לעבן פֿון אַלמאַ ראָזע, די לייטערין פֿון אַ פֿרויען־אָרקעסטער, דעם־אָ קדיש־בציבור איז דערלאַנגט געוואָרן דעם סימפֿאָנישן אָרקעסטער פֿון רעננה. שוידערלעך עפּעס קלינגט דער פֿאַקט, אַז אויף דער אוישוויץ־פּלאַנעטע, וווּ דאָס טאָג־טעגלעכע "לעבן" איז געווען טויט, זענען געווען לאַגערניקעס וואָס זייער אויפֿלאַגע פֿלעגט זײַן שפּילן מוזיק. אָט, אַלמאַ ראָזע, זי האָט אין אוישוויץ אָנגעפֿירט מיט אַן אָרקעסטער פֿון פֿערציק פֿרויען... וועגן דעם־אָ מאָדנעם ענין דערשײַנען די לעצטע יאָרן ביכער, גבֿית־עדות, פֿילמען און אַפֿילו אַן אָפּערע. אַ רײַכער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע איז די פֿאַרנעמיקע אַרבעט פֿונעם מוזיקאָלאָג ריטשאַרד ניומאַן — "אַלמאַ ראָזע, ווין 1906 — אוישוויץ 1944", 500 ז׳ באָן (דײַטשלאַנד), 2003. ריטשאַרד ניומאַן שילדערט די יאָרן פֿון מוזיקאַלישן לעבן אין ווין בסוף 19טן יאָרהונדערט. ער באַקענט אונדז מיט דער משפּחה פֿון אַלמאַ ראָזע, איר קינדהייט, אירע ערשטע מוזיק־דערפֿאָלגן ביז דעם אַרײַנמאַרש פֿון די נאַציס קיין עסטרײַך; מיר באַקענען די יאָרן פֿון גלות... און מען דערפֿילט דעם שוידער פֿון אוישוויץ־לאַגער... יוסף פּאַפּיערניקאָוו איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע, בײַ האָרעפּאַשנע עלטערן. באַקומען אַ פֿרײַע דערציִונג און אַ מיטעלע בילדונג. אין עלטער פֿון נײַן יאָר געוואָרן אַ משורר אין דער וואַרשעווער "טלאָמאַצקע סינאַגאָגע" בײַם חזן פֿון די חזנים — גרשון סיראָטאַ. אָנגעהויבן שרײַבן אין עלטער פֿון זעכצן־זיבעצן יאָר. דעביוטירט אין יאָר 1918 אין י. מ. ווײַסענבערגס "זאַמלביכער" און אין "מיטן שטראָם". אין די 1920ער יאָרן זיך געדרוקט שוין אין ליטעראַטור־בײַלאַגעס פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין פּוילן און, אין אַ גרויסער צאָל ליטעראַרישע צײַטשריפֿטן און זשורנאַלן אין אויסלאַנד. אין יאָר 1924 געפֿאָרן קיין "פּאַלעסטינע" און אין יאָר 1929 — געקומען אויף אַ באַזוך קיין וואַרשע פֿון וואַנען ער איז אין יאָר 1933 צוריקגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל — מיטן באַשלוס, דאָ צו פֿאַרבלײַבן. אין יאָר 1927 איז אין וואַרשע דערשינען די ערשטע זאַמלונג ארץ־ישׂראל־לידער "אין זוניקן לאַנד"; אין יאָר 1929 איז אין וואַרשע אַרויס זײַן ערשטע זאַמלונג פֿון סאָציאַלע לידער "רויט אויף שוואַרץ". ווי באַוווּסט, האָט פּאַפּיערניקאָוו פֿאַרעפֿנטלעכט נאָך אַ סך ליטעראַרישע לידער־זאַמלונגען ווי אויך דערציילונגען. ווען איך בין נאָך געווען אַ גרינער "יונגערמאַנטשיק" האָב איך געטראַכט, אַז אַ זיבעציק־יעריקער מענטש, איז אַלט־שבאַלט, איז אַ זקן־שבזקן. דאָך איצט, ווען איך ווער באַלד אַלט פֿינף און זעכציק דאַכט זיך מיר, אַז אַ זיבעציק־יעריקער מאַנצביל איז נאָך אַ גרינער "יונגערמאַנטשיק". אַלץ איז רעלאַטיוו... פֿאַרשטייט זיך, אָנרופֿן אַ געשעצטן, באַיאָרטן און באַערטן פּראָפֿעסאָר — גרינער "יונגערמאַנטשיק" איז אַ ביסל גראָב־יונגיש. דאָך האָף איך, אַז פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוך וועט זיך אויף מיר ניט באַליידיקן, ווײַל מיינען מיין איך זײַן יונגע נשמה, זײַן ענערגיע, זײַנע גײַסטיקע יוגנטלעכע קראַפֿטן. כ׳וואָלט געוואָלט דערמאָנען די לייענער עטלעכע ביאָ־ביבליאָגראַפֿישע פּרטים. יחיאל שיינטוך איז געבוירן געוואָרן אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, דעם 28סטן מאַרץ 1941. דאָרט האָט ער באַקומען זײַן אַלגעמיינע און ייִדישע דערציִונג. געווען אַן אַביטוריאַנט פֿון העברעיִש־ייִדישן לערער־סעמינאַר, וווּ זײַן לערער פֿון ייִדישער ליטעראַטור איז געווען שמואל ראָזשאַנסקי. |