פּערזענלעכקײטן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

חנא שמערוק
די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז בײַ מיר, אַזוי אָדער אַנדערש, פֿאַרבונדן געווען מיטן טראַגישן גורל פֿון די סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער. דעם 8טן און 9טן אויגוסט איז אין אָקספֿאָרד אָפּגעהאַלטן געוואָרן אַ קאָנפֿערענץ, געווידמעט איינעם פֿון די שרײַבער — פּינחס קאַהאַנאָוויטש — וואָס איז בעסער באַקאַנט ווי דער נסתּר. און דעם 12טן אויגוסט איז אין לאָנדאָן געמאַכט געוואָרן אַן אַסיפֿה, מיט אַ פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַער זאַמלונג איבערזעצונגען אויף ענגליש פֿון דערציילונגען און לידער פֿון אומגעבראַכטע סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער. אין דעם זאַל, אויסגערעכנט אויף 150 לײַט, האָט מען געדאַרפֿט ברענגען צוגאָב-בענקלעך, ווײַל דער עולם איז געווען גרעסער איידער מע האָט פּלאַנירט.
איך ווייס אויך, אַז גרעסערע און קלענערע קולטור-אונטערנעמונגען זײַנען אָרגאַניזירט געוואָרן אין מאָסקווע, ירושלים, ניו-יאָרק, באָסטאָן, קיִעוו, פּעטערבורג, האַמבורג, לאָס-אַנדזשעלעס און, דאַכט זיך, סאַן-פֿראַנציסקאָ. דאָס זײַנען די שטעט, וועגן וועלכע איך האָב געהערט. כ׳בין זיכער, אַז אין אַ היפּש ביסל אַנדערע ערטער האָט מען עס אויך געטאָן.
דאָס איז אַ טעמע פֿאַר אַ באַזונדערער פֿאָרשונג: ווי אַזוי, ווער און וווּ האָט אָפּגעמערקט די דאָזיקע טרויעריקע דאַטע. איך מיין ניט אַזוי די פֿאַרגאַנגענע וואָך, ווי די גאַנצע תּקופֿה זינט 1956, ווען עס האָט זיך באַוויזן די ערשטע אינפֿאָרמאַציע וועגן די געשעענישן אין אויגוסט 1952. איך קען ניט זאָגן, אַז כ׳האָב זיך באמת ערנסט באַשעפֿטיקט מיט אַזאַ מין פֿאָרשונג. זי פֿאָדערט דאָך אַ סך צײַט, ווײַל מע דאַרף אַרײַנקוקן אין כּלערליי קוואַלן, קודם-כּל אין ייִדישע צײַטונגען, געדרוקט אין פֿאַרשיידענע צײַטן און ערטער. אָבער דאָ און דאָרטן, זוכנדיק מאַטעריאַלן מכּוח אַנדערע געשעענישן אין ייִדישן לעבן, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַרטיקלען, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ מאָדעל, וואָס שטעלט אין צענטער די פֿיגור פֿון חנא שמערוק ז״ל.

פּערזענלעכקײטן

זלמן סקודיצקי
אין דער וואָך פֿונעם 12טן אויגוסט געדענקען מיר נישט נאָר די שרײַבער, וועלכע זענען אומגעבראַכט געוואָרן אין יענעם טאָג, אין 1952, נאָר אויך אַלע סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער, קינסטלער און טוער, וואָס זענען רעפּרעסירט געוואָרן. צווישן די געליטענע איז געווען דער פֿאָלקלאָריסט זלמן סקודיצקי, וועלכער האָט געזאַמלט און רעדאַקטירט צוויי זאַמלונגען פֿאָלקסלידער; און איינע פֿון זיי וואָלט געדאַרפֿט פֿאַררעכנט ווערן ווי צווישן די בעסטע.
לויט חיים ביידערס "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד" איז זלמן סקודיצקי געבוירן געוואָרן אין 1906 אין זשיטאָמיר, און אין 1922 האָט ער אָנגעהויבן שטודירן אינעם קיִעווער ייִדישן פּעדאַגאָגישן טעכניקום. ער האָט אים פֿאַרענדיקט אין 1926 און געוואָרן אַ לערער אין אַ ייִדישער שול. ווײַטער האָט ער שטודירט אין דער עטנאָגראַפֿישער סעקציע בײַם קיִעווער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור, און דאָרטן איז ער געוואָרן אַ מיטאַרבעטער אין 1931.
די סעקציע האָט אַדורכגעפֿירט פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס אין די שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע, און סקודיצקי און זײַנע מיטאַרבעטער האָבן געזאַמלט ס‘רובֿ פֿון די לידער געדרוקטע אין די צוויי בענד, פֿון די אונטערנעמונגען. די מוזיק צו די לידער האָט מען, צום באַדויערן, נישט פֿאַרשריבן און ניט געדרוקט. "פֿאָלקלאָר־לידער: נײַע מאַטעריאַלן־זאַמלונג, באַנד איינס" איז אַרויס אונטער דער רעדאַקציע פֿון מאיר ווינער, אין מאָסקווע, 1933. "פֿאָלקלאָר־לידער: נײַע מאַטעריאַלן, באַנד צוויי" איז געדרוקט געוואָרן מיט דרײַ יאָר שפּעטער אין 1936. נאָך איידער די צוויי בענד זענען דערשינען האָט סקודיצקי זיך קונה שם געווען ווי אַ פֿאָלקלאָריסט צוליב זײַן פֿאָרשונג "וועגן פֿאָלקס־באַאַרבעטונגען פֿון גאָטלאָבערס לידער" אין דער מינסקער "צײַטשריפֿט", און זײַן אַרבעט "וועגן פֿאָלקלאָרישן אַרבעטער־ליד".

פּערזענלעכקײטן
פֿון משה שקליאַר (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מלכּה חפֿץ־טוזמאַן
ווען מלכּה חפֿץ־טוזמאַן האָט זיך אָפּגעשיידט פֿון אונדז האָט אַבֿרהם סוצקעווער ז״ל געשריבן אין דער "גאָלדענער קייט": "...זי איז געווען און וועט בלײַבן פֿון די אָריגינעלסטע מאָדערנע ייִדיש־פּאָעטן... צו וואָס מלכּה האָט זיך צוגערירט איז געוואָרן ליד... מלכּה איז תּמיד פֿאַרליבט געווען, אויך צו נײַנציק. איר ליבשאַפֿט איז אַרײַן אין אירע לידער, און יעדעס ליד שמייכלט יונג און האַרצקלאַפּיק: האָב מיך ליב!" און מען האָט זי טאַקע ליב געהאַט, מלכּהן, און מען האָט ליב געהאַט אירע לידער, הגם זיי זענען אָפֿט מאָל, בײַם ערשטן לייענען, געווען שווער צום "פֿאַרדײַען". אַנטפּלעקט האָבן זיי זיך ערשט אין זייער גאַנצער שיינקייט און גוטסקייט, ווי רײַפֿע גאָלדענע עפּל, בײַם פֿאַרטיפֿן זיך אין די שורות און צווישן־שורות נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל, אָדער, האַלטנדיק זיך בײַם עפּל פֿאַרגלײַך, ווען מען האָט זיך גוט אין זיי "אײַנגעביסן".
אין אַ ליד צו דער דיכטערין רחל קאָרן, געדרוקט אין איר בוך "הײַנט איז אייביק", האָט מלכּה געשריבן, "דו ווייסט דאָך שוין פֿון פֿריִער ווי מען טראָגט אַ קרוין"/ ס’פּאַסט דיר". אויך איר האָט געפּאַסט די קרוין, די קרוין פֿון דער פּאָעזיע — מלכּה. זי האָט זי כּשר געהאַט פֿאַרדינט מיט איר גאַנצער שאַפֿונג. אַגבֿ, נישט בלויז די אימאַגינירטע קרוין פֿאַרבינדט די דאָזיקע צוויי נישט־געוויינטלעכע דיכטערינס. עס פֿאַרבינדן זיי אויך געוויסע ביאָגראַפֿישע שטריכן; הגם איינע, רחל קאָרן, האָט זיך דערצויגן אין אַ פּויליש־גאַליצישן דאָרף, און די צווייטע — מלכּה חפֿץ־טוזמאַן — איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ וואָלינער דאָרף, אָבער מיט אַן ענלעכן פּייזאַזש. אָט יענער דאָרפֿישער פּייזאַזש האָט געלאָזט אַ טיפֿן חותם אין די שאַפֿונגען פֿון ביידע דיכטערינס וועמענס וועגן אין ווײַטערדיקן לעבן זענען געווען ביז גאָר פֿאַרשיידן.

פּערזענלעכקײטן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לעאָניד אוטיאָסאָוו (אין מיטן) מיט זײַן דזשאַז־אָרקעסטער
ווען ער וואָלט געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע, וואָלט ער זיכער געמאַכט אַ קאַריערע ענלעך צו פֿרענק סינאַטראַ, בעני גודמאַן אָדער קירק דאַגלאַס. ער האָט אָבער געהאַט דאָס מזל זיך צו באַווײַזן אויף דער וועלט אין דער באַרימטער שטאָט אָדעס.
לאַזאַר ווײַסביין איז געבוירן געוואָרן אין 1895 און זײַן טאַטע האָט געחלומט, אַז דער זון זאָל ווערן אַ קאָמערסאַנט. דעריבער האָט ער אים אָפּגעגעבן זיך לערנען אין אַ קאָמערץ־טעכניקום. אָבער דעם זון איז די גאַנצע קאָמערץ געלעגן אין דער לינקער פּאה; אַן אַנדער זאַך — צו שפּילן פֿידל. צו שפּילן — יאָ, אָבער נישט האָרעווען; ער וויל נישט זײַן קיין צווייטער חפֿץ אָדער אויסטרײַך, אים איז גענוג צו זינגען פֿריילעכע קופּלעטן, אונטערטאַנצן און זיך אונטערשפּילן אויפֿן פֿידל.
נאָך לאַנגע פּרוּוון צו געפֿינען פֿאַר זיך אַן אָרט אין אַ טעאַטער, האָט מען אים סוף־כּל־סוף גענומען אין דער טרופּע פֿונעם טעאַטער אין קרעמענטשוג (1912). אמת, מיט אַ תּנאַי, אַז דעם ייִדישן נאָמען ווײַסביין וועט ער פֿאַרבײַטן אויף אַ קלינגעוודיקן טעאַטער־פּסעוודאָנים. אַזוי האָט זיך באַוויזן אין דער טעאַטער־וועלט דער זינגער און אַקטיאָר לעאָניד אוטיאָסאָוו. דאָס לעבן פֿון אַן אַקטיאָר האָט אים פֿאַרשלעפּט און פֿאַרדרייט; ער האָט געביטן טעאַטערס און שטעט, ביז ער האָט זיך באַזעצט אין דער שטאָט לענינגראַד.
אין 1919 שפּילט ער אין זײַן ערשטן פֿילם "לייטענאַנט שמידט — קעמפֿער פֿאַר פֿרײַהייט". שוין דער נאָמען אַליין איז פֿול מיט פּראָפּאַגאַנדע. אָבער אין 1928, זײַענדיק אין פּאַריז, הערט ער דאָרט דעם אַמעריקאַנער דזשאַז־אָרקעסטער פֿון טעד לויִס. זינט דעמאָלט ווערט אוטיאָסאָוו "קראַנק אויף דזשאַז".

פּערזענלעכקײטן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עדואַרד שטיינבערג
דעם 28סטן מערץ איז אין פּאַריז געשטאָרבן דער קינסטלער עדואַרד שטיינבערג, דער לעצטער יורש פֿון קאַזימיר מאַלעוויטש. שטיינבערג האָט געהאַלטן, אַז דווקא די טראַדיציע פֿונעם רוסישן אַוואַנגאַרד מיט מאַלעוויטשן בראָש האָט פֿולקאָם אַנטפּלעקט דעם עכטן מהות פֿון דער רוסישער קונסט, און דערפֿאַר איז אַוואַנגאַרד די איינציקע ווערטפֿולע און דויערנדיקע ירושה, וואָס איז פֿאַרבליבן פֿון דער גאַנצער מאָדערנער תּקופֿה אין דער רוסישער קונסט.
"איך אַרבעט בלויז פֿאַר זיך. איך אַליין בין מײַן הויפּט־צושויער" — אַזוי האָט שטיינבערג פֿאָרמולירט זײַן עסטעטישן אַני–מאַמין. אָבער דערצו האָט ער צוגעגעבן׃ "עס איז וויכטיק אַ קוק צו טאָן אויף זיך אַליין אין דער פּערספּעקטיוו פֿון דער אייראָפּעיִשער קונסט. אַניט, וועסטו תּמיד פֿאַרבלײַבן אינעם אייגענעם עגאָיִזם." אַזוי אַרום באַשטימען אָט די צוויי קעגנזײַטיקע פּאָזיציעס, אינערלעכע אומאָפּהענגיקייט און צוגעהעריקייט צו דער אייראָפּעיִשער קינסטלערישער טראַדיציע, דעם עצם פֿון שטיינבערגס קונסט־פֿילאָסאָפֿיע.
שטיינבערג האָט געהערט צו דער שיטה אין דער אונטערערדישער רוסישער קונסט, וואָס האָט זיך אָנגערופֿן "דער צווייטער אַוואַנגאַרד". זיי האָבן אַנטדעקט פֿאַר זיך די אַוואַנגאַרדיסטישע קולטור פֿון דער פֿריִערדיקער סאָוועטישער תּקופֿה און דערקלערט זיך פֿאַר אירע יורשים. אָבער שטיינבערג האָט זיך פֿרי געווענדט צו דעם קריסטלעכן גלויבן, הגם אין קלויסטער איז ער ניט געגאַנגען. אין זײַן שאַפֿונג ווערן די רעליגיעזע מאָטיוון צונויפֿגעשמאָלצן מיט אַבסטראַקטע פֿיגורן און פֿאָרמען, וועלכע באַקומען אַ סימבאָלישן באַטײַט.

פּערזענלעכקײטן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ליִאָן פֿויכטוואַנגער
נאָך מיט אַ 50—70 יאָר צוריק האָט דער נאָמען געשמט נישט נאָר אין דײַטשלאַנד, אָדער אין דער דײַטשיש־רעדנדיקער וועלט, אָבער אויך איבער גאַנץ אייראָפּע, אַמעריקע, רוסלאַנד און אַנדערע לענדער. אַ טייל פֿון זײַנע לייענער האָבן זיך פּאַסמאַקעוועט מיט זײַנע ווערק, געבליבן אַנטציקט, אויפֿגענומען דעם שרײַבער ווי אַ וועגווײַזער און קעמפֿער אינעם קאַמף קעגן דעם דײַטשישן נאַציאָנאַליזם, מיליטאַריזם און נאַציזם. אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך מיט אים געטראָפֿן סטאַלין גופֿא, וואָס האָט אים שפּעטער צוגעטיילט די אויסצייכענונג "קעמפֿער פֿאַר שלום". אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿלעגן זײַנע ביכער איבערגעזעצט און אַרויסגעלאָזט ווערן אין פֿיל טויזנטער קאָפּיעס; אויף זײַנע ווערק האָט מען געמאַכט פֿילמען; ער איז געווען באַפֿרײַנדט מיט אַלבערט אײַנשטיין און אַנדערע גרויסע טוער אין וויסנשאַפֿט און קולטור.
פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען געווען די יעניקע, וועלכע האָבן אים פֿײַנט געהאַט. אין די נאַציאָנאַליסטישע און פֿאַשיסטישע קרײַזן פֿון דײַטשלאַנד האָט מען אים געהאַלטן שיִער נישט פֿאַרן גרעסטן שׂונא פֿונעם דײַטשישן פֿאָלק, וועלכער דריקט אויס די אינטערעסן פֿון דער "נידעריקסטער ייִדישער ראַסע", שטעלט פֿאָר די "אונטערגייענדיקע ליבעראַלע קולטור". נאָך דעם ווי די נאַציס זײַנען געקומען צו דער מאַכט, האָבן זיי עפֿנטלעך פֿאַרברענט זײַנע ביכער און אים געלאָזט אָן דער דײַטשישער בירגערשאַפֿט, זײַן האָב־און־גוטס איז קאָנפֿיסקירט געוואָרן.
פֿרעגט אָבער הײַנט אַ פּשוטן דורכגייער אויף דער גאַס אין פֿויכוואַנגערס היים־שטאָט מינכן — ווער איז ליאַן פֿויכטוואַנגער? ווייניק ווער וועט אײַך ענטפֿערן ריכטיק; ס׳רובֿ וועלן הייבן די אַקסלען — קיין אַנונג נישט!

געשיכטע, פּערזענלעכקײטן

אַ סילועט פֿון אָלוף גערהאַרד טיכזען — דער קריסטלעכער דענקער, וועלכער האָט באַקומען אַ סמיכה
אַ סך מענטשן באַטראַכטן דעם טיטל פֿון אַ רבֿ ווי אַ מין ייִדישער עקוויוואַלענט פֿון דער קריסטלעכער קירך־אָרדינאַציע. בײַ די קאַטויליקער און אָרטאָדאָקסישע (מיזרחדיקע) קריסטן שפּילן די גלחים אַ ריי ספּעציעלע ראָלעס, וועלכע אַ געוויינטלעכער מענטש איז נישט בכּוח אויסצופֿירן. דערפֿאַר מוז אַ גוטער קריסט גיין, לכל־הפּחות פֿון צײַט צו צײַט, אין קלויסטער אַרײַן, כּדי זיך מתוודה צו זײַן פֿאַר אַ גלח און אָנטיילצונעמען, אויך דורך אַ גלח, אין דעם עווכאַריסטיע־ריטואַל.
בײַ די פּראָטעסטאַנטן איז די מעשׂה אַנדערש. אין פּרינציפּ, גלייבן זיי, אַז יעדער קריסט קאָן טעאָרעטיש אויספֿירן אַלע פֿונקציעס פֿון אַ גלח. למעשׂה, זענען ס׳רובֿ פּראָטעסטאַנטישע גרופּעס גענוג שטרענג אָרגאַניזירט, און בלויז אַ מענטש, וועלכער האָט פֿאַרענדיקט אַ ספּעציעלן בילדונג־אַנשטאַלט, קאָן זאָגן, געוויינטלעך, אַז ער איז אַ פּאַסטאָר אָדער אַ פּרעסוויטער.
להיפּוך, באַטראַכט די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט דאָס רבנות פּרינציפּיעל אַנדערש און דערמאָנט, אין אַ סך אַספּעקטן, דעם מוסולמענישן מאָדעל פֿון גײַסטיקער פֿירערשאַפֿט. אַן אימאַם בײַ די סוניטן איז אַ קענער פֿון איסלאַם, וועלכער פֿירט אָן מיט אַ רעליגיעזער קהילה און ענטפֿערט אויף די שאלות. בײַ די שיִיִטן ווערט דער דאָזיקער טערמין באַנוצט בלויז לגבי אַ קליינער צאָל פֿון צוועלף אָדער זיבן יחידים פֿון אַמאָל, וועלכע ווערן באַטראַכט ווי גרויסע צדיקים, מיט וועלכע קיין הײַנטיקער מענטש קאָן זיך נישט פֿאַרגלײַכן. די דאָזיקע אמונה איז אויסערגעוויינטלעך ענלעך צו געוויסע דאָקטרינעס פֿון די ליובאַוויטשער חסידים; דאָס איז אָבער אַ טעמע פֿאַר אַ באַזונדערן אַרטיקל.

פּערזענלעכקײטן
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

משה העס
לכּבֿוד די 200 יאָר פֿון געבורט פֿון דעם גרויסן ייִד משה העס, איז נייטיק צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער. משה העס, דער גאָון־הדור, האָט דער ערשטער באַשטימט די גרונטפּרינציפּן פֿון ציוניזם, ער האָט אַוועקגעשטעלט דעם יסוד פֿון ייִדיש־נאַציאָנאַלן געדאַנק. מיט 150 יאָר צוריק איז דערשינען דער ספֿר פֿון משה העס "רוים און ירושלים". דער אינטערעס פֿון געראָטענעם חיבור שטעקט אין דעם דרייסטן לאָזונג — "טראָג הויך דײַן פֿאָן פֿאָלק ישׂראל!"


משה העס איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט באָן (דײַטשלאַנד) אין יאָר 1812 אין אַ משפּחה פֿון רבנים און תּלמידי־חכמים. זייער הויז האָט געטובֿלט אין פֿרום ייִדישן גײַסט ווײַט פֿון די נײַע ווינטן וואָס האָבן דאַן אַרומגעכאַפּט די ייִדישע סבֿיבֿה. זייער הויז איז געווען פֿון רײַכן סוחרישן שטאַנד. דער קליינער משה האָט זיך דערצויגן אין דער היים פֿון זיידן וואָס איז געווען אַ ייִד פֿון אַלטן שניט ייִדישע סוחרים תּלמידי־חכמים, וואָס אײַנגעטונקען אין ייִדישע לעבנסזאַפֿטן, האָבן זיי געהיט דעם גײַסט פֿון ייִדישן לעבן. משה העס האָט פֿון זיידן גאַנצע עמערס ייִדיש וויסן געשעפּט. דער פֿרום־האַרציקער ייִד האָט באַאײַנדרוקט דאָס קינד מיט זײַן וויסן, מיט זײַן טיפֿער אמונה אין נצח־ישׂראל — ער האָט אים באַאײַנדרוקט מיט זײַן האַרבן געשטעל לגבי די אַסימילאַטאָרן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה.
אין זײַן בוך "רוים און ירושלים" טוט משה העס דערמאָנען דעם זיידן זײַנעם: "אַ גאַנץ יאָר, נאָך זײַנע טעגלעכע געשעפֿטן, פֿלעגט דער זיידע ביז האַלבער נאַכט לערנען תּלמוד מיט מפֿרשים: ער פֿלעגט לייענען פֿאַר זײַנע אייניקלעך אַגדות וועגן חורבן־ירושלים, און די שניי־ווײַסע באָרד פֿון אַלטן מאַן האָט זיך באַנעצט מיט טרערן. יאָ — אויך מיר, קינדער, פֿלעגן נישט קאָנען אײַנהאַלטן זיך פֿון געוויין; באַזונדערס, ווען ער האָט דערציילט ווי די מאַמע רחל איז אויפֿגעשטאַנען פֿון קבֿר און געקלאָגט אויף אירע אומגליקלעכע קינדער".

פּערזענלעכקײטן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ש״י עגנון
אין דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש אָדר, איז אין "בית־עגנון" אין ירושלים פֿאָרגעקומען אַן אָוונט, וואָס אַזוינס איז נאָך ניט געווען אין דער געשיכטע פֿון אָפּמערקן אַ יאָרצײַט פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, נעמלעך: אַ "פֿײַערלעכער טיש", אַזוי ווי מען פּראַוועט געוויינטלעך בײַ חסידים און אין ישיבֿות, מיט דער באַטייליקונג פֿון רביים און רבנים.
אין אונדזערע קרײַזן איז עס באמת אַ "נאָווינע". עפּעס אַ נײַע דערשײַנונג און אַ נײַע פֿאָרעם אָפּצומערקן אַ יאָרצײַט אין אונדזער קולטור־לעבן. עס איז אַראַנזשירט געוואָרן בשותּפֿות מיט דער סעקולערער ישיבֿה אין ירושלים (יאָ, אַזעלכע עקזיסטירן שוין איבערן לאַנד אַ צאָל יאָרן). די אײַנלאַדונג צו דעם אָוונט, געווידמעט דעם 42סטן יאָרצײַט פֿון ש״י עגנון (י״א אָדר א׳ תּש״ל — 17.02.1970) האָט טאַקע געטראָגן דעם כאַראַקטער פֿון אַ "טיש־פּראָגראַם", אין וועלכער מען האָט צוגעזאָגט די אָנטייל־נעמער, ניט מער און ניט ווייניקער די טעמע: "שׂימחה־ושׂשׂון אצל עגנון. על רגעים של חגיגות, חתונות, ביקורי־קרובֿים התענגות פּשוטה" — שׂימחה־ושׂשון. פֿײַערלעכקייטן, חתונות, באַזוכן בײַ קרובֿים און פּשוטע פֿאַרגעניגנס אין די שאַפֿונגען פֿון ש״י עגנון.
אין דער פּראָגראַם פֿון דעם דאָזיקן "טיש" זענען אויפֿגעטראָטן מיט אָפּשאַצונגען וועגן לעבן און שאַפֿן פֿון ש״י עגנון אַ צאָל שרײַבער און געלערנטע. מען האָט אויסגעפֿירט אַ פּראָגראַם מיט לידער און מוזיק, צוגעפּאַסט צו דער צײַט אין וועלכער ש״י עגנון האָט געלעבט און געשאַפֿן, וואָס איז ליידער אַוועק בעת דעם חורבן, און איז מער ניטאָ.
דער עולם אין זאַל האָט מיט גרויס אינטערעס אויפֿגענומען די דאָזיקע אויסנעמלעכע פּראָגראַם פֿון דעם "יאָרצײַט־טיש" צום 42סטן יאָרצײַט פֿון ש״י עגנון.

פּערזענלעכקײטן

בראָניסלאַוו הובערמאַן, 1900
אין די לעצטע וואָכן האָט אונדזער מדינת־ישׂראל געפֿײַערט די 75 יאָר פֿון איר פֿילהאַרמאָניע־אָרקעסטער אין תּל־אָבֿיבֿ. דער דאָזיקער אָרקעסטער, פֿון די בעסטע אין דער וועלט, איז פֿון די וויכטיקסטע קולטור־אינסטיטוציעס אין אונדזער קליין לאַנד. אַזאַ יום־טובֿ אין קלייניטשקן מדינת־ישׂראל, קאָן מען זאָגן, איז אַ בפֿירושער נס — אַגבֿ, זענען אין מדינת־ישׂראל פֿאַראַן גאַנצע צען סימפֿאָנישע אָרקעסטערס! דעם דאָזיקן נס, די עקזיסטענץ פֿון דער פֿילהאַרמאָניע אין תּל־אָבֿיבֿ, האָבן מיר צו פֿאַרדאַנקען דעם ייִדישן גאָונישן פֿידל־ווירטואָז בראָניסלאַוו הובערמאַן.
ווער איז געווען בראָניסלאַוו הובערמאַן? בראָניסלאַוו הובערמאַן, דער געבוירענער אין דער פּוילישער שטאָט טשענסטאָכאָוו, איז געווען אַ זעלטענער פֿאַרטײַטשער פֿון נגינה: ער האָט פֿאַרמאָגט אַן אויסנאַמיקע טעכנישע באַגאַבונג, טעמפּעראַמענט און גײַסט.
הובערמאַן איז געווען אַ וווּנדערקינד! דער ערשטער מבֿין אויף אים איז געווען זײַן טאַטע דער אַדוואָקאַט, אַ מוזיקער פֿון זעלבסטבילדונג. דער פֿאָטער, ווען ער האָט אים גענומען אין די הענט אַרײַן, איז ער איבערראַשט געוואָרן פֿונעם געוואַלדיקן טאַלאַנט פֿון זײַן קינד. דער קליינער יונג האָט געמאַכט קאָלאָסאַלע פֿאָרשריטן.
עפּעס דערציילט מען מופֿתים פֿון קליינעם בראָנעק! צו פֿינף יאָר איז ער אויפֿגעטראָטן אין אַ פּוילישן אַריסטאָקראַטישן סאַלאָן און פֿון זכּרון איבערגעחזרט די פֿידל־שאַפֿונג, וועלכע דער אָפֿיציעלער גאַסט־פֿידלער האָט אויסגעפֿירט! דער עולם איז געווען דערשטוינט — אַ קינד זאָל אַזעלכס באַווײַזן! ער וואַקסט אַ גאָון, דער קליינער יונג! הכּלל, די געסט האָבן זיך שוין אַוועקגעשטעלט אין דער ריי אויסצוקושן דאָס אויסנאַמיקע קינד.

געשיכטע, פּערזענלעכקײטן
פֿון מישע כאַזין (באָסטאָן)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טראַיאַן פּאָפּאָוויטש
די רומענישע אַנטיסעמיטן, בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, פֿלעגן אים רופֿן Jidovitul, וואָס מיינט, "זיך פֿאַרקויפֿט צו די ייִדן". אַליין אַן אַדוואָקאַט און "פּרימאַר"־מייאָר פֿון דער שטאָט טשערנאָוויץ, האָט ער געראַטעוועט פֿון דעפּאָרטאַציע קיין טראַנסניסטריע און אומברענג 20 טויזנט טשערנאָוויצער ייִדן. אַ ביסל מער, ווי אָסקאַר שינדלערס ליסטע פֿון ספּילבערגס פֿילם. דער העלדנטאַט פֿונעם "רומענישן שינדלער" איז באַקאַנט פֿון לאַנג, אָבער נאָר סוף 2008 האָט די שטאָט־מאַכט פֿון טשערנאָוויץ אָנגענומען אַ באַשלוס אויפֿצוהענגען אַן אָנדענקשילד לכּבֿוד פּאָפּאָוויטשן אויפֿן הויז נומ’ 6, זאַנקאָוועצקי־גאַס. מיט עטלעכע יאָר פֿריִער איז טראַיאַן פּאָפּאָוויטש אָנערקענט געוואָרן אין ישׂראל ווי איינער פֿון די חסידי־אומות־העולם, און זײַן דענקמאָל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ. פֿון דעסטוועגן, איז זײַן נאָמען ווייניק באַקאַנט דער עפֿנטלעכקייט.
און אָט איצט, נאָך 70 יאָר זינט יענע טראַגישע געשעענישן ווערט טראַיאַן פּאָפּאָוויטש ווידער דערמאָנט, אין שײַכות מיטן פֿילם, וואָס ווערט איצט פֿילמירט אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, וווּ די הויפּט־ראָלע פֿון טראַיאַן פּאָפּאָוויטש שפּילט דער באַרימטער האָליוווּד־אַקטיאָר דאָנסטין האָפֿמאַן. דעם פֿילם וועט מען, מעגלעך, זען נאָך הײַיאָר און דערווײַל הייסט ער "20,000".
יאָ, נישט גרינג, מיט לאַנגע פֿאַרדרייטע וועגן קומט צום מענטשן די אָנערקענונג, וואָס ער האָט פֿאַרדינט נאָך בײַם לעבן. טראַיאַן פּאָפּאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין 1892, אינעם בוקאָווינער דאָרף, וואָס הײַנט הייסט עס אודעשט, רומעניע. זײַן פֿאָטער איז געווען אַ דורותדיקער גלח. נאָכן פֿאַרענדיקן די גימנאַזיע האָט טראַיאַן פֿאָרגעזעצט זײַן לערע ווי אַ סטודענט פֿונעם יורידישן פֿאַקולטעט בײַם טשערנאָוויצער אוניווערסיטעט. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿאַרטיידיקט ער זײַן דיפּלאָם און הייבט אָן די קאַריערע פֿון אַן אַדוואָקאַט.

פּערזענלעכקײטן

צירל וואַלעצקי ע"ה
יעדעס יאָר, ווען עס קומט דער יום־טובֿ פּורים, הייבן אָן קלינגען בײַ מיר אין קאָפּ די שורות פֿונעם מוזיקאַלישן פּורים־שפּיל, "פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ", וואָס מיר, תּלמידים פֿון דער שלום־עליכם פֿאָלקשול 21, האָבן אויפֿגעפֿירט אויף דער בינע פֿון דער שול, אין 1968:
פּורים שפּילער קומען אָן, קומען פֿון דער ווײַטן
אַ גאַס אַרײַן, אַ גאַס אַרויס, פֿון אַלטע, אַלטע צײַטן;
אַ קונץ, אַ וויץ, אַ שפּיל, אַ שפּאַס, פֿון אַזוי פֿיל יאָרן,
מאַכט אויף! מאַכט אויף! און לאָזט אַרײַן די פֿריילעכע אַקטיאָרן...

די קורצע אָפּערעטע איז געשאַפֿן און אַרויסגעגעבן געוואָרן, באַגלייט מיט אילוסטראַציעס און נאָטן, דורך "אויפֿגאַנג" — אַ גרופּע פֿון פֿיר יונגע, ייִדיש־רעדנדיקע מאַמעס, וועלכע האָבן זיך אונטערגענומען אין 1965 צו שאַפֿן נײַע ייִדישע קינדער־ביכלעך, וואָס קאָנען אַפּעלירן צו די אַמעריקאַנער געבוירענע קינדער, און בתוכם — זייערע אייגענע זין און טעכטער.
הגם די פֿרויען — געלע שווײַד־פֿישמאַן, מירל האָפֿמאַן, צירל וואַלעצקי ע״ה און מלכּה גאָטליב ע״ה (די שוועסטער פֿון חנה מלאָטעק) — האָבן נישט געהאַט קיין דערפֿאַרונג צו פּובליקירן ביכער, און הגם די ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס האָבן זיי נישט געגעבן קיין געלט אָדער שטיצע דערפֿאַר, האָבן זיי באַוויזן אַרויסצוגעבן פֿינף קינדער־ביכלעך און אַ סעריע ווינטשקאַרטלעך — פֿול מיט חן און כאַראַקטער. מירל האָט געשריבן דעם טעקסט; צירל האָט זיי אילוסטרירט, און געלע האָט אָנגעפֿירט מיט דער אַדמיניסטראַטיווער אַרבעט. די מוזיק פֿאַר "פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ" האָט מלכּה קאָמפּאָנירט.