- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יעדעס יאָר אין אָקטאָבער רופֿט מען אָן די נעמען פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן, בפֿרט אין דרײַ וויסנשאַפֿטלעכע געביטן: מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע, פֿיזיק און כעמיע. די אָפֿיציעלע באַלוינונג-צערעמאָניע קומט פֿאָר שפּעטער, דעם 10טן דעצעמבער. די פּרעמיע אין מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע וועלן הײַיאָר באַקומען מאַריִאָ ר' קאַפּעקקי (פֿאַראייניקטע שטאַטן), מאַרטין דזש' עוואַנס (גרויס-בריטאַניע), און אָליווער סמיטיס (פֿאַראייניקטע שטאַטן), פֿאַרן "אַנטדעקן די פּרינציפּן, ווי אַזוי אַרײַנצופֿירן ספּעציפֿישע מאָדיפֿיקאַציעס אינעם גענאָם פֿון מײַז, אויסנוצנדיק עמבריאָנאַלע שטאַם־קעמערלעך". פֿונעם 6טן ביזן 17טן אויגוסט איז אין שטראַסבורג פֿאָרגעקומען אַ זומער-קורס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור — אַ טייל פֿון דער ראָטאַציע־פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר אין פּאַריז, שטראַסבורג אָדער בריסל. 44 תּלמידים פֿון פֿראַנקרײַך, אַמעריקע, ישׂראל, אַרגענטינע, קאַנאַדע, שפּאַניע, דײַטשלאַנד, און — אַ דאַנק אַ ספּעציעלער סטיפּענדיע פֿאַר מיזרח־אייראָפּעיִשע סטודענטן — אויך ניט ווייניק תּלמידים פֿון רוסלאַנד און פּוילן, דעם 23סטן מערץ איז געשטאָרבן, אין עלטער פֿון 72 יאָר, דער באַרימטער אַמעריקאַנער מאַטעמאַטיקער פּאָל יוסף כּהן. ער איז געװען אײנער פֿון די װוּנדערלעכסטע מאַטעמאַטיקער אינעם 20סטן יאָרהונדערט, באַקאַנט מיטן דערגרייכן פֿונדאַמענטאַלע רעזולטאַטן אין פֿאַרשײדענע געביטן פֿון מאַטעמאַטיק: אַנאַליז, דיפֿערענציעלע גלײַכונגען, און בפֿרט לאָגיק און סכומען־טעאָריע. צום מערסטן, איז כּהן באַרימט געוואָרן מיט זײַן לײזונג פֿון געאָרג קאַנטאָרס "קאָנטינוּום־היפּאָטעזע"; פֿאַרן לייזן אָט־די היפּאָטעזע האָט ער אין 1966 געוווּנען די "פֿילדס־פּרעמיע" — די גרעסטע פּרעמיע אין מאַטעמאַטיק. זונטיק, דעם 25 מאַרץ, איז פֿאָרגעקומען אינעם פּאַריזער טעאַטער "פּאַסאַזש ווער לעז עטואַל" אַ קאָנצערט פֿון לויקע טשאַצקיס "טאַנגעלע: פֿון וואַרשע צו דער גאַנצער וועלט". דער קאָנצערט איז געווען אָרגאַניזירט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער. באַגלייט פֿון כואַן לוקאַס אײַזענבערג, וואָס האָט געשפּילט אויף דער וויאָלע, און איוואָ דע גרעף, וואָס האָט געשפּילט אויף דער פּיאַנע, האָט די יונגע זינגערין געזונגען ייִדישע טאַנגאָס, וואָס מע האָט אַ מאָל געהערט אין ניו־יאָרק און אין וואַרשע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה ("איך האָב דיך צופֿיל ליב", "אויגן") און אויך שפּעטערע לידער וועגן חורבן (אַזעלכע ווי "פֿרילינג", "דאָס ליד פֿון ביאַליסטאָקער געטאָ", "דער טאַנגאָ פֿון אָשווענטשים"). דאָס איז אַ גרינג מאכל צוצוגרייטן, און פּאַסט זיך גוט צו צו פֿיש. דאָס קאָרי־געווירץ גיט צו אַ ביסל אַ שאַרפֿן טעם. אויב איר האָט ליב נאָך מער "חריף" (ווי מע זאָגט אין ישׂראל), פֿאַרבײַט 1 לעפֿעלע קאָרי־געווירץ אויף 1/2־1 לעפֿעלעך. אויב ווייניקער שאַרף — בײַט עס אויף אַ 1/2 לעפֿעלע.
1 לעפֿל איילבערט־בוימל
שיט אַרײַן דאָס קרויט און קאָכט עס אָפּ, ביז ס׳ווערט ווייך. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער, מישט אַרײַן די לימענע־זאַפֿט און יאָגורט און דערלאַנגט צום טיש. צו זײַן 30סטן יאָרצײַט אליעזר גרינבערג האָט פֿאַרעפֿנטלעכט לידער און עסייען אין פֿיל ביכער און זשורנאַלן, אָבער דאַכט זיך, אַז ער ווערט בפֿרט דערמאָנט פֿאַר די וויכטיקע אַנטאָלאָגיעס פֿון איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס ער האָט רעדאַקטירט צוזאַמען מיטן אַמעריקאַנער ליטעראַטור־קריטיקער אוירווינג האַו. דער לעצטער נומער "פּינטעלע ייִדיש" איז געווען געווידמעט צו די צוויי מחברים און זייער בײַטראָג צו דער ייִדישער ליטעראַטור אין איבערזעצונג. די נעמען פֿון די סטאַנציעס אינעם פּאַריזער מעטראָ האָבן ווייניק צו טאָן מיט ייִדן אָדער ייִדישקייט. ס׳איז אָבער כּדאַי אפֿשר צו דערמאָנען די סטאַנציעס, אָנגערופֿן נאָך דעם שרײַבער עמיל זאָלאַ און דעם פּאָליטיקער זשאַן זשאָרעס, וואָס זיי ביידע האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם "דרייפֿוס־פּראָצעס" און דערפֿאַר האָבן זיי געהאַט אַ פּאָזיטיווע השפּעה אויפֿן ייִדישן לעבן אינעם דעמאָלטיקן פֿראַנקרײַך. דעם 22סטן אױגוסט האָט דער רוסלענדישער מאַטעמאַטיקער גריגאָרי פּערעלמאַן זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער "פֿילדס־פּרעמיע" — די העכסטע פּרעמיע אין מאַטעמאַטיק. הונדערטער מעדיאַ־מיטלען איבער דער גאַנצער װעלט האָבן באַלד פּובליקירט זײערע דערקלערונגען וועגן דער דאָזיקער סענסאַציע. װער איז פּערעלמאַן? "אַ נײַער ראַספּוטין" — שרײַבן די אַמעריקאַנער צײַטונגען. "ער האָט אַ פּנים פֿון אַ פּױפּסט" — מײנען די פֿראַנצײזישע צײַטשריפֿטן. "ניט קאָנװענציאָנעל אַפֿילו פֿאַר אַ מאַטעמאַטישן גאָון" — שרײַבט מען אין ישׂראל. "צום געלט איז ער גאַנץ גלײַכגילטיק" — האַלט מען אין דײַטשלאַנד. "אַ זון פֿונעם שרײַבער יעקבֿ פּערעלמאַן" — שטײט געשריבן אין אַ סך רוסישע צײַטונגען. |