- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי באַוווּסט, מיט 100 יאָר צוריק, איז אין טשערנאָוויץ, די הויפּטשטאָט פֿון בוקאָווינע, פֿאָרגעקומען די היסטאָרישע שפּראַך־קאָנפֿערענץ. זי איז אָנגעגאַנגען פֿונעם 30סטן אויגוסט ביזן 3טן סעפּטעמבער און די דערעפֿענונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם שטאָטישן "מוזיק־פֿאַראיין". אין "פֿאָרווערטס", וואָס האָט באַגריסט די קאָנפֿערענץ און זי געשטיצט, האָט "געדעקט" די אַרבעט פֿון דער קאָנפֿערענץ איר קאָרעספּאָנדענט בן־ציון האָפֿמאַן (פּסעוודאָנים — צבֿיון); דער חודש יוני איז געווען אַ פֿרוכפּערדיקער אויף אינטערעסאַנטע קולטורעלע אונטערנעמונגען, איך וויל זיך אָבער אָפּשטעלן בלוי אויף דרײַ פֿון זיי: די פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַ בוך; גראַדויִר־קאָנצערט פֿון יאל כּהן און דעם באַזוך פֿון דניאל גלאַי. דאָס נײַע און לעצטע בוך פֿונעם אָנגעזעענעם היסטאָריקער אין מאָלדאָווע, ד״ר יעקבֿ קאָפּאַנסקי הייסט "די ייִדישע נאַציאָנאַלע באַוועגונג אין בעסאַראַביע צווישן ביידע וועלט־מלחמות (1918־1940). (אַ באַגעגעניש מיטן פּיאַניסט אָלעג מײַזענבערג) דער נאָמען פֿונעם עסטרײַכישן פּיאַניסט אָלעג מײַזענבערג איז גוט באַקאַנט די מוזיק־ליבהאָבער אין מאָלדאָווע. הגם ער איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס, איז ער, נאָך אַ קינד, אַריבערגעפֿאָרן מיט זײַנע עלטערן קיין קעשענעוו, וווּ עס האָט זיך אָנגעהויבן זײַן גרויסער וועג אין קונסט. די ערשטע מוזיק־לערערין זײַנע איז געווען די מאַמע, אַדע מײַזענבערג. אַליין אַ טאַלאַנטירטע פֿרוי, האָט זי זיך געלערנט מוזיק, אָבער צוליב משפּחה־סיבות, פֿאַרענדיקט דעם אָדעסער טעלעגראַפֿן־אינסטיטוט און געאַרבעט, ווי אַן אינזשענירין, אין קעשענעוו. צוויי וויכטיקע געשעענישן זײַנען פֿאָרגעקומען אינעם ייִדישן לעבן פֿון די קעשענעווער ליבהאָבער פֿון ייִדישן וואָרט: דאָס אָפּצייכענען דעם 95סטן געבוירן־טאָג פֿון אונדזער נאַציאָנאַלן ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן און דאָס שאַפֿן אַ נײַעם ייִדיש־קלוב. דעם 12טן מערץ, אינעם געבוירן־טאָג פֿונעם שרײַבער איז דאָס קהילה־הויז געווען פֿול געפּאַקט. אויף דער וואַנט איז געהאָנגען אַ גרויסער פּאָרטרעט פֿון יחיאל שרײַבמאַן, און אויף דער בינע בײַ אַ טישל איז געזעסן מאַרינע, די אַלמנה פֿונעם שרײַבער, און מיכאל פֿינקעל, פּאָעט און שטעלפֿאַרטרעטער בײַם דירעקטאָר פֿונעם קהילה־הויז. ער האָט טאַקע אָנגעפֿירט מיטן אָוונט. ערבֿ־ראָש־השנה איז אין דער חב״ד־שיל, וואָס געפֿינט זיך אין קעשענעוו אויף דער גאַס אָנגערופֿן לכּבֿוד דער ליובאַוויטשער באַוועגונג, פֿאָרגעקומען די הויפּט־אונטערנעמונג. אָנגעפֿירט האָט מיט איר דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָלדאָווע, הרבֿ זלמן־לייב אַבעלסקי. ער פֿירט אָן מיט דער קהילה שוין 15 יאָר. סײַ דער אונטערשטער גאָרן אין דער שיל און סײַ דער אייבערשטער — דער ווײַבערשער — זײַנען געווען פֿול געפּאַקט. ייִדן, יום־טובֿדיק אויסגעפּוצט, האָבן זיך געוווּנטשן אַ גוט, געזונט יאָר. דער רוסישער וואָכן־בלאַט "אַרגומענטי אי פֿאַקטי" (אַרגומענטן און פֿאַקטן) איז זייער פּאָפּולער סײַ אין רוסלאַנד און סײַ אין די נײַע מלוכות פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ צו דער הויפּט־צײַטונג, ווערט צוגעלייגט אַ באַזונדערע בײַלאַגע, צונויפֿגעשטעלט פֿון אָרטיקן מאַטעריאַל. אַזאַ בײַלאַגע — "אַרגומענטי אי פֿאַקטי — מאָלדאָוואַ" — דערשײַנט אויך אין אונדזער רעפּובליק. די הויפּט־טעמע אינעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ־חודש האָט דאָמינירט די טעמע — ישׂראל. פֿאַרשטייט זיך, אַז די צענטראַלע אונטערנעמונג איז געווען געווידמעט דעם "יום־העצמאות" און "יום־ירושלים". אמת, צוליב דעם בײַט פֿון די אַמבאַסאַדאָרן, האָבן מיר דאָ געפֿײַערט דעם אומאָפּהענגיקייט־טאָג נישט אין אַפּריל, נאָר מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג, דעם 14טן מײַ. אויפֿן אָרט פֿון דער אַמבאַסאַדאָרין נעמי בן־עמי, איז געקומען דער קורצווײַליקער דיפּלאָמאַטישער ישׂראל־שליח אין מאָלדאָווע שחר אַריאלי. ער האָט טאַקע אָרגאַניזירט דעם פֿײַערלעכן אויפֿנעם, אויף וועלכן עס זײַנען בײַגעווען די מיטגלידער פֿון דער מאָלדאַווישער רעגירונג, פּארלאַמענט־דעפּוטאַטן, אַקטיוויסטן פֿון דער ייִדישער קהילה און אַנדערע געסט.
|