פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי משה רבינו האָט געשיקט צוועלף "מרגלים" (אויסשפּירער), צו באַקוקן דאָס לאַנד פֿון כּנען, דאָס קומענדיקע ארץ-ישׂראל, וואָס דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט צו געבן ייִדן בירושה. ווען די מרגלים האָבן זיך אומגעקערט פֿון זייער מיסיע, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען באַזיגן די דאָרטיקע אײַנוווינער. בלויז משה רבינוס הויפּט-תּלמיד, יהושע-בן-נון, אַ פֿאָרשטייער פֿונעם שבֿט אפֿרים, און כּלבֿ-בן-יפֿונה, פֿון שבֿט יהודה, האָבן פֿאַרטיידיקט דאָס לאַנד און געמאָלדן, אַז די ייִדן וועלן זיכער קענען ירשענען דאָס לאַנד.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער דערקלערט, ווי אַזוי אַהרן-הכּהן זאָל אָנצינדן די מנורה אינעם משׂכּן: שטייענדיק אַנטקעגן דעם מיטעלן ליכט, און אָנצינדנדיק יעדן קנויט "בהעלותך", כּדי יעדעס ליכט זאָל ברענען ווי געהעריק, נישט פֿאָדערנדיק קיין זײַטיקן פֿײַער — ווי רש״י האָט מסביר געווען דאָס דאָזיקע וואָרט, וואָס מיינט, בוכשטעבלעך, "ווען דו וועסט גורם זײַן די ליכט זיך אויפֿצוהייבן". די תּורה לויבט אַהרן פֿאַר דעם, וואָס ער האָט אויסגעפֿירט דעם דאָזיקן אָנזאָג פּונקט אַזוי, ווי משה-רבינו האָט אים איבערגעגעבן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַ אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערן איבערגעציילט די לוויים, פֿון דרײַ­סיק ביז פֿופֿציק יאָר; עס ווערט דערקלערט, וואָס יעדער טייל פֿונעם שבֿט-לוי — בני-גרשוני, בני-מררי און בני-קהת — זאָל טאָן, כּדי צו העלפֿן די כּהנים אויסצופֿירן זייער עבֿודה אינעם משכּן. יעדע משפּחה האָט געטראָגן געוויסע טיילן פֿונעם משכּן, בעת די ייִדישע וואַנדערונגען אינעם מידבר, דערפֿאַר האָט מען געציילט בלויז די שטאַרקע, דערוואַקסענע מענער; דער פּסוק זאָגט אָן, אַז ווען דער משכּן איז געשטאַנען אויפֿן אָרט, און די כּהנים האָבן דאָרט געבראַכט קרבנות, האָבן די לוויים געטאָן אַן אַנדער עבֿודה — "עבֿודת-העבֿודה";

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה, "במדבר", ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערצוציילן באַזונדערס יעדן ייִדישן שבֿט — אַלע מענער, עלטער ווי 20 יאָר, וועלכע זענען "גרייט צו באַטייליקן זיך אין אַ מלחמה"; צוליב דער פּרטימדיקער "דעמאָגראַפֿישער סטאַטיסטיק", וואָס ווערט אָנגעגעבן אין דער פּרשה, ווערט דער גאַנצער חומש "במדבר" אָנגערופֿן אין די נישט־ייִדישע איבערזעצונגען "דאָס בוך פֿון צאָלן".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אין אָנהייב פֿון דער פּרשה "בהר" ווערט דערקלערט די מיצווה פֿון שמיטה: יעדע זיבן יאָר מוזן די ייִדן אין ארץ-ישׂראל אויפֿהערן צו באַאַרבעטן די ערד. די קומענדיקע שמיטה הייבט זיך אָן שפּע­טער מיט פֿינף חדשים, אינעם יאָר ה׳ תּשס״ח. דאָס גערעטעניש, וואָס וואַקסט פֿון זיך אַליין אויף די אומבאַאַרבעטע פֿעלדער במשך פֿונעם שמיטה-יאָר, טאָר נישט פֿאַר­קויפֿט ווערן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן; אַלע אומבאַצוימטע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלעמען. אַחוץ דעם, ווערן בעת דער שמיטה בטל אַלע חובֿות — הגם, כּדי די קרעדיטאָרן זאָלן נישט מורא האָבן צו אַנטלײַען געלט, האָבן די חז״ל אויסגע­אַרבעט אַ ספּעציעלן קאָנטראַקט, "פּרוזבול", וואָס דערמעגלעכט זיי צו פֿאָדערן דעם חובֿ נאָכן שמיטה-יאָר.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דער­קלערט, ווי אַזוי ייִדן זאָלן פּראַווען די יום־טובֿים פֿון אַ גאַנץ יאָר: פּסח, שבֿועות, ראָש־השנה, יום־כּיפּור, סוכּות און שמיני־עצרת, מיט זייער עבֿודת־הקרבנות; עס ווערט אויך אָנגעזאָגט, אַז מע זאָל אָפּציילן נײַן און פֿערציק "ספֿירה"־טעג פֿון פּסח ביז שבֿועות. נאָך דעם ערשטן טאָג פֿון פּסח האָבן די ייִדן געבראַכט אינעם בית־המיקדש אַן "עומר", אַ געוויסע מאָס גערשטן, און דערנאָך געציילט "די טעג פֿון עומר" ביז שבֿועות. הגם מיר האָבן הײַנט נישט קיין בית־המיקדש, ווערט דאָס ציילן די דאָזיקע טעג גופֿא נאָך אַלץ פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אונדזער הײַנטיקע פּרשה דערמאָנט אונדז ווידער אינעם טראַגישן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וואָס וועגן דעם ווערט דערציילט אין דער פּרשה "שמיני", וועלכע מיר האָבן לייענט מיט צוויי וואָכן צוריק. דער נאָמען "אַחרי", אָדער "אַחרי מות", מיינט "נאָכן טויט". די ערשטע פּסוקים פֿון דער פּרשה זאָגן אָן, ווי אַזוי די כּהנים זאָלן זײַן זייער אָפּגעהיט אין זייער עבֿודה אין בית־המיקדש, כּדי אויסצומײַדן די שטראָף פֿון נדבֿ און אַבֿיהוא.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע סדרות פֿונעם חומש "ויקרא", וואָס פֿאַרנע­מען זיך, דער עיקר, מיט קרבנות און חיות, רעדן די הײַנטיקע צוויי פּרשיות, "תּזריע" און "מצורע", דווקא וועגן דעם מענטשלעכן לעבן און זײַנע באַציִונגען. די מפֿרשים באַטאָנען, אַז די מיצוות ווערן באַשריבן אין דער תּורה אויפֿן זעלבן סדר, ווי די וועלט־באַשאַפֿונג: קודם־כּל, דערציילט די תּורה וועגן חיות, עופֿות און מאכלים, און ערשט דערנאָך גייט זי אַריבער צו דער וויכטיקסטער באַשעפֿעניש — דעם מענטש. די פּרשה "תּזריע" הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון אַ קינד; בײַ איר אָנהייב שטייט די פֿראַזע: "אשה כּי תּזריע וילדה זכר" — "אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון".

רעליגיע
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן די צוויי זין פֿון אהרן־הכּהן, נדבֿ און אַבֿיהוא, וועלכע זענען אומגעקומען צוליב דעם, וואָס זיי האָבן געבראַכט אַ "פֿרעמד פֿײַער" אינעם משכּן. ווען נדבֿ און אַבֿיהוא האָבן דערזען, ווי אַ פֿײַער פֿון הימל איז אַראָפּ און "אויפֿגעגעסן" די קרבנות, האָבן זיי באַשלאָסן צו ברענגען אינעם משכּן אַן אייגענעם קטורת (ווײַרעך); דאָס פֿײַער איז ווידער אַראָפּ פֿון הימל, אָבער דאָס מאָל זענען זיי אַליין פֿאַרברענט געוואָרן.

רעליגיע
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון דער הײַנטיקער וואָך אָן וועט די רובריק אַרום דער וואָכן־פּרשה און די יום־טובֿים געפֿירט ווערן פֿון אונדזער קאָרעספּאָנדענט מ. אַלקין. "מה נשתּנה?" — מיט וואָס וועט דער נײַער פּרשה־אָפּטייל זיך אונטערשיידן פֿונעם פֿריִערדיקן קאָלום, "תּורה־געדאַנק", געפֿירט פֿון ה. מאַניעווסקי?

דער נײַער אָפּטייל, וואָס וועט הייסן "פֿונעם אייביקן קוואַל", וועט באַקענען די לייענער מיט מער פֿילאָסאָפֿישע, פּסיכאָלאָגישע און מיסטישע אַספּעקטן פֿון דער תּורה, ווי אויך וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדישקייט און דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט. די נײַע רובריק "פֿונעם אייביקן קוואַל" האָט בדעה צוצוציִען אַ ייִנגערן לייענער, וואָס אינטערעסירט זיך מיט די פֿראַגעס פֿון ייִדישער טראַדיציע און רעליגיע.