- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"און דו זאָלסט אָנזאָגן די ייִדן, זיי זאָלן דיר ברענגען דאָס ריינע איילבערט-אייל, צעדריקט פֿאַר באַלויכטונג, כּדי אויפֿצושטעלן אַן אייביקן לײַכטער פֿאַר מיר". אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער געהייסן די כּהנים, אַהרן און זײַנע קינדער, אָנצוצינדן יעדן טאָג, פֿון אָוונט ביז פֿרימאָרגן, די מנורה אינעם משכּן. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו, ער זאָל אָנזאָגן די ייִדן צו געבן עטלעכע מינים מאַטעריאַלן — גאָלד, זילבער, קופּער, תּכלת-בלויע, פּורפּורנע און רויטע וואָל, פֿלאַקס, ציגן־וואָל, הויט פֿון בהמות, האָלץ פֿון אַ געוויסן מין בוים, איילבערט־אייל, געווירצן און אַדלשטיינער — כּדי צו שאַפֿן דעם משכּן, דאָס "וווינונג־אָרט" פֿאַר דער הייליקער שכינה. די גאַנצע הײַנטיקע פּרשה באַשטייט פֿון פּרטימדיקע אינסטרוקציעס, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע טיילן פֿונעם משכּן זאָלן אויסזען, און ווי אַזוי פּינקטלעך מע זאָל זיי קאָנסטרויִרן. די הײַנטיקע פּרשה הייסט "משפּטים", נאָכן ערשטן פּסוק: "ואלה המשפּטים אשר תּשׂים לפֿניהם" — "און דאָס זענען די משפּטים, וואָס דו זאָלסט אײַנשטעלן פֿאַר זיי", האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו. דער דאָזיקער זאַץ קלינגט ווי אַ המשך פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה, וווּ עס ווערן געגעבן די צען געבאָטן. רש״י דערקלערט, אַז דער סינטאַקט פֿונעם פּסוק לאָזט אונדז צו הערן, אַז די מיצוות, וואָס ווערן געגעבן אין דער הײַנטיקער פּרשה זענען אויך געקומען פֿון באַרג סיני, פּונקט אַזוי ווי די עשׂרת-הדברות. זיבן וואָכן נאָך יציאת־מצרים האָבן די ייִדן מקבל געווען די תּורה. אַלע ייִדישע נשמות — סײַ די, וואָס האָבן געלעבט אין יענעם דור, סײַ די, וואָס זענען נאָך נישט געבוירן געוואָרן — זענען געשטאַנען בעת מתּן־תּורה בײַם באַרג סיני, און האָבן דערהערט די ערשטע צוויי מיצוות: "אנכי ה׳ אלוקיך", "איך בין אײַער ג־ט, וואָס איך האָב אײַך אויסגעלייזט פֿון מצרים", און "לא יהיה לך אלהים אחרים", "דו זאָלסט נישט האָבן קיין אַנדערע געטער". ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק איז אַרויס פֿון מצרים, האָט פּרעה, וועלכער האָט אַליין פֿאַרטריבן די ייִדן פֿון זײַן לאַנד, כּדי אויסצומײַדן נײַע מכּות, באַשלאָסן זיי נאָכצויאָגן און ווידער פֿאַרשקלאַפֿן. דער אייבערשטער האָט געמאַכט אַ נס: דאָס וואַסער פֿון ים־סוף האָט זיך צעשפּאָלטן, און די ייִדן זענען אַריבערגעגאַנגען דעם ים; ווען פּרעהס אַרמיי האָט געפּרוּווט זיי נאָכיאָגן, האָט דאָס וואַסער זיך צוריק צונויפֿגעגאָסן און פֿאַרפֿלייצט די רודפֿים. הגם משה האָט כּסדר, שוין במשך פֿון עטלעכע חדשים, געוואָרנט פּרעה וועגן די קומענדיקע מכּות, האָט דער מיצרישער פֿירער נאָך אַלץ נישט דערלויבט די ייִדן צו ברענגען קרבנות אין מידבר־סיני; אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן די לעצטע דרײַ מכּות — אַרבה (היישעריקן), חושך און דער טויט פֿון די מיצרישע בכורים — און וועגן איינעם פֿון די וויכטיקסטע געשעענישן אין דער ייִדישער געשיכטע — יציאת־מצרים. דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משה, און האָט אים צוגעזאָגט אויסצופֿירן זײַן הבֿטחה צו די אָבֿות — אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ — אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון דער מצרישער שקלאַפֿערײַ און צו ברענגען זיי קיין ארץ־ישׂראל. משה און זײַן ברודער, אַהרן, זענען עטלעכע מאָל געקומען צו פּרעה; זיי האָבן אים בלויז געבעטן צו לאָזן די ייִדן צו ברענגען קרבנות אין מידבר־סיני, און נישט צו באַפֿרײַען זיי אינגאַנצן. ווען יוסף און זײַנע ברידער זענען ניפֿטר געוואָרן, איז אין מצרים געקומען צו דער מאַכט אַ נײַער קיניג, וועלכער האָט נישט געקענט יוספֿן, און אָנגעהויבן רודפֿן די ייִדן. דאָס ייִדישע פֿאָלק, אַחוץ דעם שבֿט־לוי, איז געוואָרן פֿאַרשקלאַפֿט. נאָך עטלעכע דורות פֿון שווערער שקלאַפֿערײַ און רדיפֿות, האָט די מצרישע רעגירונג פֿאַרשטאַנען, דורך אַסטראָלאָגישע חשבונות, אַז בײַ די ייִדן וועט געבוירן ווערן אַ מאַן, וועלכער וועט זיי אויסלייזן פֿון שקלאַפֿערײַ. כּדי דאָס אויסצומײַדן, האָט דער פּרעה באַפֿוילן די ייִדישע הייבאַמען צו הרגענען אַלע ייִדישע ייִנגלעך; הגם די הייבאַמען האָבן איגנאָרירט דעם אַכזריותדיקן באַפֿעל, האָבן די ייִדישע משפּחות געמוזט אויסבאַהאַלטן זייערע ייִנגלעך. יעקבֿ אָבֿינו האָט פֿאַר זײַן טויט גערופֿן זײַנע קינדער צו זיך, און געבענטשט יעדן פֿון זיי מיט אַ באַזונדערער ברכה; יעקבֿס ברכות, געזאָגט מיט אַ זייער טיף פּאָעטיש־מיסטיש לשון, באַטרעפֿן ס׳רובֿ פֿון טעקסט אין דער הײַנטיקער פּרשה, און ווײַזן אָן אויף די באַזונדערקייטן און אויפֿן צוקונפֿטיקן גורל פֿון יעדן ייִדישן שבֿט, ווי אויך אויף די שפּעטערדיקע באַציִונגען צווישן די שבֿטים. ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿריערדיקער פּרשה, האָט יוסף פֿאַרהאַלטן זײַן ברודער, בנימין. זײַן אַנדער ברודער, יהודה, האָט געבעטן בײַ יוספֿן צו באַפֿרײַען בנימינען, כּדי זייער טאַטע זאָל נישט אויסגיין פֿון עגמת־נפֿש. ווען יוסף האָט עס דערהערט, האָט ער מער נישט געקאָנט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פֿרעמדן, און האָט געזאָגט זײַנע ברידער, ווער ער איז. נאָך יוספֿס עצה, זענען יעקבֿ מיט זײַן משפּחה, בסך־הכּל 70 נפֿשות, אָנגעקומען קיין מצרים. ווען יוסף איז געזעסן אין תּפֿיסה, האָט פּרעה דערזען אַ חלום, אין וועלכן זיבן דאַרע קי האָבן אויפֿגעגעסן זיבן פֿעטע קי, און זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אויפֿגעגעסן זיבן געראָטענע זאַנגען. דער חלום האָט ארויסגערופֿן זאָרג בײַ פּרעה; זײַן משרת, דער שׂר-המשקים, וועלכער איז נישט לאַנג צוריק אַרויס פֿון תּפֿיסה, האָט אים דערציילט וועגן יוספֿס וווּנדערלעכן כּשרון אָפּצוטײַטשן חלומות. יוסף האָט דערקלערט, אַז פּרעהס חלום מיינט, אַז די קומענדיקע זיבן יאָר וועט אין עגיפּטן זײַן אַ רײַכע גערעטעניש, יעקבֿ האָט אַרויסגעוויזן אַ גרויסע ליבשאַפֿט צו יוסף, דער ערשטער זון פֿון זײַן באַליבטסטער פֿרוי, רחל, וועלכע איז געשטאָרבן נאָכן געבורט פֿון איר צווייטן זון — בנימין. יוסף האָט אויסגעזען ווי זײַן טאַטע, און האָט געהאַט אַ סך כאַראַקטער-שטריכן, וואָס זענען באַזונדער געפֿעלן יעקבֿן. כּדי אונטערצושטרײַכן זײַן ספּעציעל אָרט אין דער משפּחה, האָט יעקבֿ געגעבן יוספֿן אַ פֿיל-קאָליריקן מלבוש, "כּתונת-פּסים", וואָס האָט סימבאָליזירט יוספֿס פֿילזײַטיקע גײַסטיקע כּשרונות. |