פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון "ביכּורים" — די ערשטע פּירות פֿונעם יערלעכן גערעטעניש, וואָס מע פֿלעגט ברענגען די כּהנים אינעם בית-המיקדש; מ׳האָט געבראַכט בלויז די זיבן מינים פֿרוכטן און תּבֿואה, מיט וועלכע עס ווערן באַרימט ארץ-ישׂראל, ווי עס שטייט אין דער תּורה: ווייץ, גערשטן, טרויבן, פֿײַגן, טייטלען, איילבערטן און מילגרוימען.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה זענען גע­געבן געוואָרן אַ סך יסודותדיקע מיצוות, אַרײַנגערעכנט השבֿת-אבֿידה — אומצוקערן דעם באַלעבאָס פֿאַרלוירענע זאַכן; צו באַ­צוימען און פֿאַרזיכערן סכּנותדיקע אָביעקטן און ערטער, כּדי אויסצומײַדן מעגלעכע אומגליק-פֿאַלן; צו מקדש זײַן דאָס ווײַב; צו גטן זיך מיט אַ גט; צו מאַכן דאָס ווײַב גליקלעך, בפֿרט במשך פֿונעם ערשטן יאָר נאָך דער חתונה;

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה איז געגעבן געוואָרן די מיצווה אײַנצושטעלן "שופֿטים" — דיינים אין יעדער שטאָט, כּדי זיי זאָלן פּסקענען הלכה, און "שוטרים" — אַ מין "פּאָליציי", צו צווינגען די ייִדן צו פֿאָלגן דעם פּסק. ווען דער בית-המיקדש איז חרובֿ געוואָרן, און די ייִדן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, האָבן די דיינים פֿאַרלוירן די עכטע "סמיכה" — די מעגלעכקייט אויסצופֿירן די דאָזיקע מיצווה; די הײַנטצײַטיקע רבנות-סמיכה איז בלויז אַ דערלויבעניש צו פּסקענען שאלות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט משה-רבינו ווײַטער דערציילט וועגן דעם שׂכר פֿאַר די מיצוות, און וועגן דעם עונש פֿאַר די עבֿירות: "ראה אנוכי נותן לפֿניכם היום ברכה וקללה" — אויב איר וועט מקיים זײַן די מיצוות, וועט איר געבענטשט ווערן, און אויב איר וועט דינען עבֿודה-זרה — וועט איר ווערן פֿאַרשאָלטן. דער פּסוק דערמאָנט דווקא עבֿודה-זרה, ווײַל די אייניקייט פֿונעם אייבערשטן איז דער עיקר-יסוד פֿון אַלע אַנדערע מיצוות.

תּורה־געדאַנק
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה האָט משה-רבינו איבערגערעכנט אַלע טובֿות, וואָס דער אייבערשטער האָט צוגע­זאָגט צו געבן דעם ייִדישן פֿאָלק פֿאַר מקיים זײַן די מיצוות. משה-רבינו האָט אָבער געוואָרנט, אַז ווען די ייִדן וועלן אָנקומען קיין ארץ-ישׂראל און וועלן "זאַט ווערן" מיט די אַלע טובֿות, טאָרן זיי נישט פֿאַרגעסן דעם אייבערשטן, און נישט זאָגן, אַז "כּוחי ועוצם ידי עשׂה לי את החיל הזה" — "מײַן כּוח און שטאַרקייט האָט מיר געבראַכט אָט-דעם רײַכטום". אַ ייִד דאַרף תּמיד געדענקען, אַז זײַן אייגענער כּוח, אָן דער ג-טלעכער הילף, איז גאָרנישט ווערט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט אַ ריי גאָר וויכטיקע יסודות פֿון ייִדישקייט, אַרײַנגערעכנט אַהבֿת-השם — די מיצווה ליב צו האָבן דעם אייבערשטן, און אַחדות-השם — צו גלייבן און פֿאַרשטיין, אַז דער אייבערשטער איז דער איינציקער ג-ט. אַחוץ דעם, ווערן אין דער פּרשה אויך איבערגעחזרט די צען געבאָטן און אָנגעזאָגט עטלעכע מיצוות, וואָס זענען באַזונדערס מסוגל צו פֿאַרשטאַרקן די יסודות פֿון אמונה: קריאת-שמע, תּפֿילין,

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם לעצטן טייל פֿון דער תּורה, "דבֿרים", ווערן איבערגעחזרט אַ סך מיצוות, וואָס זענען שוין דערמאָנט געוואָרן אין די פֿריִערדיקע טיילן פֿונעם חומש, ווי אויך אַ סך תּוכחות, מיט וועלכע משה-רבינו האָט געטאַדלט די ייִדן אין די טעג פֿאַר זײַן פֿטירה, נאָך דעם, וואָס ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ער וועט נישט פֿירן דאָס ייִדישע פֿאָלק קיין ארץ־ישׂראל.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פּרשה "מטות" ווערט דער­ציילט וועגן דער מלחמה, וואָס די ייִדן האָבן געהאַלטן קעגן מדין, לויט דעם אייבערשטנס באַפֿעל, כּדי צו באַשטראָפֿן די מדינים פֿאַר די גרויסע צרות, וואָס זיי האָבן געבראַכט די ייִדן. די מפֿרשים זענען מסביר, אַז ווען די מואבֿישע פֿרויען האָבן פֿאַרפֿירט די ייִדן צו דינען עבֿודה-זרה, זײַענדיק גורם אַ שרעקלעכע מגיפֿה, האָבן זיי דאָס געטאָן צוליב דעם צוואַנג פֿון די מדינים, דעריבער האָט דווקא מדין, און נישט מואבֿ, געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דער פֿאַרפֿירונג.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי בלעם-הרשע האָט געפּרוּווט צו שעלטן די ייִדן, אָבער דער אייבערשטער האָט אים אָפּגעשטעלט, און אַרײַנגעלייגט אין זײַן מויל אַ ברכה, אַנשטאָט אַ קללה. הגם בלעמען האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו שעדיקן די ייִדן אויף אַ דירעקטן אופֿן, האָט ער זיך געגעבן אַן אַנדער עצה: אויסצונוצן דעם יצר-הרע פֿון די ייִדן, כּדי זיי זאָלן זיך אַליין גורם זײַן אַ היזק. צוליב דעם, האָט בלעם געגעבן אַן עצה — צו שיקן די טעכטער פֿון זײַן פֿאָלק, מואבֿ,

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי בלק, דער קעניג פֿון מואב, האָט גערופֿן בלעם, אַ באַרימטן "נעגאַטיוון נבֿיא" און מכשף, גורם צו זײַן אַ גײַסטיקן היזק די ייִדן. בלק האָט געשיקט צו בלעם די פֿירער פֿון מואב און מדין, בעטנדיק צו שעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק; דער אייבערשטער האָט אָבער אָנגעזאָגט בלעמען, ער זאָל עס נישט טאָן, ווײַל די ייִדן זענען אַ געבענטשט פֿאָלק. בלק האָט ווידער געשיקט אַ דעלעגאַציע צו בלעם, וואָס איז באַשטאַנען פֿון נאָך מער חשובֿע פֿירער, און אים נאָכאַמאָל געבעטן צו שעלטן די ייִדן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער דערקלערט משה רבינו, ווי אַזוי צוצוגרייטן דאָס ספּעציעלע אַש, "אפֿר פּרה אדומה", וואָס רייניקט אָפּ פֿון "טומאת-מת" — די גײַסטיקע אומרייניקייט פֿון אָנ­רירן אַ טויטן.

אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע מינים טומאה, וואָס פֿאָדערן בלויז אָפּ­וואַרטן אַ געוויסן טערמין און זיך טובֿלען אין מיקווה, קען מען באַפֿרײַט ווערן פֿון טומאת-מת, אין צוגאָב צום טובֿלען זיך,

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דער­ציילט וועגן דעם מחלוקת פֿון קורח, אַ פֿירער פֿונעם שבֿט לוי, וועלכער איז אויפֿגע­שטאַנען קעגן משה רבינו. קורח, צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי פֿירער פֿון שבֿט ראובֿן, האָבן געטענהט, אַז משה רבינו האָט נישט דאָס רעכט צו האַלטן זיך העכער, ווי אַנדערע ייִדן, און אַז קורח, ווי אַ מיוחסדיקער לוי, האָט נישט ווייניקער רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן, ווי זײַן קרובֿ, אַהרן-הכּהן; עס שטייט אין אַ מדרש, אַז קורחס נאָכפֿאָלגער, 250 גרויסע תּלמידי-חכמים, זע­נען געקומען צו משה, אָנגעטאָן אין טליתים, געמאַכט פֿון ריינעם תּכלת (אַ ספּעציעלער בלויער מאַטעריאַל, וואָס מע פֿלעגט אַרײַנ­פֿלעכטן אין די ציצית).