- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ" — "בײַם אָנהייב האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד"; אַ צאָל קלאַסישע מפֿרשים טײַטשן דעם ערשטן פּסוק פֿון דער תּורה אַ ביסל אַנדערש: "בײַם אָנהייב פֿונעם שאַפֿן דעם הימל און די ערד, האָט דער אייבערשטער...". לויט אַזאַ אָפּטײַטש, דערציילט דער דאָזיקער פּסוק וועגן דעם פּראָצעס פֿון באַשאַפֿונג, און נישט וועגן אַ פֿאַרענדיקט געשעעניש. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט אינעם פֿאָריקן אַרטיקל, איז דער יום-טובֿ סוכּות אַ המשך פֿון די ימים-נוראָים. ראָש-השנה און יום-כּיפּור, דורך דער עבֿודת-התּשובֿה, קערן זיך אונדזערע נשמות אום צו זייער ג-טלעכן קוואַל. אין דער פּרשה "אַחרי מות", וווּ עס ווערן באַשריבן די יום-כּיפּורדיקע קרבנות, ווערט דערקלערט, אַז דעם טאָג פֿאַרגיט דער באַשעפֿער אַלע עבֿירות: "לפֿני השם תטהרו" — "איר וועט ריין ווערן פֿאַר ג-ט". על-פּי חסידות, האָט דער דאָזיקער אויסדרוק, וועלכער שטייט אויך עטלעכע מאָל אינעם מחזור, אַ טיפֿערן באַדײַט. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אינעם פֿאָריקן אַרטיקל, באַשטייט נישט די יום-כּיפּורדיקע עבֿודת-התּשובֿה בלויז אין בעטן דעם אייבערשטן צו פֿאַרגעבן אונדזערע עבֿירות. דאָס וואָרט "תּשובֿה" מיינט "אומקערונג". דעם הייליקן טאָג, ווען מיר זאָגן זיך אָפּ צו פֿון אונדזערע טאָג-טעגלעכע פֿאַרגעניגנס און דאַוונען מיט כּוונה און מסירת-נפֿש, הייבן מיר זיך אויף, לכל-הפּחות אומבאַוווּסטזיניק, צו דער מדרגה פֿון מלאָכים, און נאָך העכער — ביז דער עצמדיקער אייניקייט מיט ג-טלעכקייט. "וילך משה" — און משה איז געגאַנגען צום ייִדישן פֿאָלק, און געזאָגט, אַז ער איז שוין הונדערט און צוואָנציק יאָר אַלט, און קען מער נישט לערנען מיט זיי די תּורה. רש״י דערקלערט, אַז משה רבינו איז ביז זײַן לעצטן טאָג געבליבן געזונט און שטאַרק; דער אייבערשטער האָט אים אָבער געהייסן איבערצוגעבן זײַן פֿירערשאַפֿט צו זײַן תּלמיד, יהושע בן-נון. "אַתּם נצבֿים היום כּולכם" — "איר שטייט הײַנט אַלע פֿאַרן אייבערשטן, פֿון אײַערע ראָשים און עלטערע, ביז אײַערע קינדער, האָלצהעקער און וואַסערשעפּער". משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן, כּדי זיי אַרײַנצוברענגען אין אַ קאָלעקטיוון בונד מיטן באַשעפֿער; די גמרא זאָגט, אַז דער נאָמען פֿונעם אָרט, וווּ די דאָזיקער פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען, "ערבֿות-מואבֿ", איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "ערבֿות" — קעגנזײַטיקע אַחריות. יעדער ייִד, ווי עס האָט משה רבינו דערקלערט זײַן פֿאָלק, טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן צווייטן. "כּי תבֿוא אל האָרץ", ווען איר וועט זיך באַזעצן אין ארץ-ישׂראל, זאָלט איר ברענגען די ערשטע פּירות פֿון אײַער גערעטעניש אינעם משכּן, בית-המיקדש — זאָגט דער אייבערשטער אָן בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. בײַם ברענגען די ערשטע פּירות, "ביכּורים", פֿלעגן די ייִדן זאָגן געוויסע פּסוקים, צו באַדאַנקען דעם באַשעפֿער פֿאַרן באַפֿרײַען די ייִדן פֿון מצרים; די זעלבע פּסוקים זענען אויך אַרײַן אין דער פּסחדיקער הגדה. "כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", ווען דו גייסט אַרויס אויף אַ מלחמה קעגן דײַנע שׂונאים, און וועסט פֿאַרכאַפּן אַ שיינע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", מעגסטו מיט איר חתונה האָבן, בײַ געוויסע תּנאָים. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן געגעבן אַ סך מיצוות, אַרײַנגערעכנט די פליכט אומצוקערן די בעלי-בתּים פֿאַרלוירענע חפֿצים; צו פֿאַרזיכערן די סכּנותדיקע ערטער אינעם הויז פֿון מעגלעכע אומגליק-פֿאַלן; צו באַשיצן זיך און דעם צווייטן פֿון אַ רודף; דער פֿאַרבאָט פֿון ריבית (וואָכערײַ); צו באַערן די טויטע; צו האָבן חתונה און צו מאַכן גליקלעך דאָס ווײַב, און אַנדערע אַקטועלע ענינים. "שופֿטים ושוטרים תּתּן לך בכל שעריך" — דו זאָלסט אײַנשטעלן שופֿטים און אַ מין "פּאָליציאַנטן" אין יעדן פֿון דײַנע טויערן, זיי זאָלן מישפּטן דאָס פֿאָלק על-פּי יושר. ווען דער בית-המיקדש איז געשטאַנען, פֿלעגן ספּעציעלע אָנגעשטעלטע צווינגען די ייִדן צו פֿאָלגן דעם פּסק פֿון די דיינים. הײַנט, בזמן-הגלות, האָבן די דיינים נישט קיין קאָמפּעטענץ און רעכט דאָס צו טאָן, און זענען באַפֿולמעכטיקט בלויז צו פּסקענען שאלות. "ראה, אָנוכי נותן לפֿניכם היום ברכה וקללה"; "זעט, איך שטעל פֿאַר אײַך הײַנט אַ ברירה — אַ ברכה און אַ קללה", האָט דער אייבערשטער געזאָגט די ייִדן. אויב איר וועט זיך צוהערן צו מײַנע מיצוות, וועט איר געבענטשט ווערן; אויב איר וועט זיך נישט צוהערן, און וועט דינען פֿרעמדע געטער, "וועלכע איר האָט נישט געקענט", וועט איר פֿאַרשאָלטן ווערן. "והיה עקבֿ תּשמעון" — "אויב איר וועט זיך צוהערן און אָפּהיטן די מיצוות, וועט דער אייבערשטער אָפּהיטן דעם בונד, וועלכן ער האָט געשלאָסן מיט אײַערע אָבֿות". דאָס אומגעוויינטלעכע פֿילדײַטיקע וואָרט "עקבֿ", וואָס ווערט דאָ איבערגעזעצט ווי "אויב", מיינט אויך אַ "פּיאַטע". רש״י דערקלערט דעם דאָזיקן פּסוק ווי אַן אָנזאָג מקיים צו זײַן אַלע מיצוות, אַרײַנגערעכנט די, וואָס אַ סך מענטשן איגנאָרירן, "טרעטן אויף זיי מיט זייערע פּיאַטעס". דאָס זעלבע וואָרט איז אויך פֿאַרבונדן מיטן נאָמען "יעקבֿ", וועלכער איז מרמז אויף חכמה און קלוגשאַפֿט. הגם דער אייבערשטער האָט שוין געזאָגט משה רבינו, אַז ער וועט נישט קאָנען אַרײַנקומען אין ארץ-ישׂראל, האָט משה געבעטן אים "אַריבערצופֿירן און ווײַזן דאָס לאַנד". ווי עס שטייט אין אַ מדרש, איז זײַן בקשה אויסגעפֿירט געוואָרן אויף אַן אומגעוויינטלעכן אופֿן: דער באַשעפֿער האָט אים געהייסן אַרויפֿצוגיין אויף אַ באַרג, פֿון וועלכן משה האָט דערזען דאָס לאַנד אַזוי קלאָר, ווי ער וואָלט דאָרט ממש געווען; אין דער הײַנטיקער תּקופֿה וואָלט מען געזאָגט, אַז ער האָט באַזוכט ארץ-ישׂראל אין אַ מין "ווירטועלער רעאַליטעט". די חסידישע ספֿרים דערקלערן אויך, אַז די השפּעה פֿון אַן עכטן צדיק בלײַבט אין דער וועלט נאָך זײַן טויט נאָך שטאַרקער, ווי בײַם לעבן. צוליב זײַן תּפֿילה, האָט משה רבינו באַקומען די מעגלעכקייט משפּיע צו זײַן אויפֿן ייִדישן פֿאָלק אויך אין ארץ-ישׂראל. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע פֿיר טיילן פֿון דער תּורה, וועלכע משה רבינו האָט באַקומען דירעקט פֿונעם אייבערשטן, איז דער לעצטער חלק פֿונעם חומש, "דבֿרים", באַגרינדעט אויף משה-רבינוס אייגענע דרשות. דער "זוהר" דערקלערט, אַז דער חומש "דבֿרים" ווערט אָנגערופֿן "משנה-תּורה", "איבערחזרונג פֿון דער תּורה", ווײַל ער אַנטהאַלט די קללות, וועלכער משה רבינו האָט געזאָגט "פֿון זיך אַליין". |